איך האב נישט קיין מיינונג וואס די עונש זאל זיין, און איך פריי מיך אז איך בין נישט אין די מצב אז איך זאל דארפן דאס דעסיידן.
ס'איז מיר נאר אויפגעקומען דא עטליכע מחשבות, וואס וואלט געווען ווען די מאלעסטער ווערט ווען מאלעסטעד אלס קינד, און לכבוד דעם ליידט ער אויף די זעלבע פראבלעם? ס'איז א קאמאן זאך אז דאס זאל געשעהן, אזוי האב איך געלייענט דא דארט.
דאס הייסט אז זיין מאלעסטער איז א געפערליכע שייגעץ און ס'קומט אים ד' מיתות בי"ד, נישט גענוג אז ער האט איינעם מסדר געווען, ער האט אים נאך געמאכט קראנק אויך, אבער נעבעך אויף דאס קינד ער איז געווארן מאלעסטעד, לא די ער איז בארירט געווארן אויף אייביג, קומט זיך אים אויך ד' מיתות בי"ד? ער איז נעבעך אריינגעפאלן אין דעם מיט איינעם'ס שולד, אודאי דארף מען אים צוריק האלטן מיט אלע מיטלען, אבער איין מאל ער איז צוריק געהאלטן און ס'איז נישט דא קיין וועג ער זאל מאכן שאדן, אפשר זאל מען אריינטראכטן א מינוט וואס פארא רחמנות ער איז, ער איז געבוירן ווי א געזונטע מענטש און א מאלעסטער איז אריינגעקומען אין זיין לעבן און עס צוגרינד געלייגט אויף שטענדיג, אודאי דארף ער ארבעטן אויף זיך, אבער עפעס א לימוד זכות איז דא אויף אים.
און אז מ'פארשטייט דאס אביסל, וואס איז מיט דער וואס איז קראנק סתם אזוי מיט פעדאפיליע? אפשר קומט זיך אים אויך א לימוד זכות, אודאי נאכן אים צאמבינדן די הענט און פוס פארשטייט זיך.
נאך א נקודה האב איך געטראכט, דא אין די אשכול ווי דער עולם פרובירט ארויסצוברענגען זייער אפשיי צו דעם געמיינעם אקט דורך שרייבן אלע סארט בארבאריזם וואס איז שייך, האב איך געקלערט אזוי, ווען מ'קען ווען באשטראפן היטלער, וואס פארא שטראף וואלט מען אים געדארפט געבן? צעהן יאר שיסן צוואנציג יאר הענגען וכדומה, אפילו אזוי וואלט עס נישט געווען קיין גוטע עונש, ס'וואלט נישט עכט סערווירט זשאסטיס, ווייל ס'איז נישט דא די עונש וואס מ'קען געבן פאר אזא מענטש, נאר וואס, אונז מאמינים ווייסן אז אויף יענע וועלט וועט מען אים שוין אפגעבן פאר זיינע עבירות, אונז קענען אין בעסטן פאל אוועק נעמען זיין לעבן.
די נאציס וואס מ'האט יא פארמשפט האבן יא געהאט א נארמאלע טרייעל, און מ'האט זיי געהרגעט מיט דיגניטי, אפילו זייערע קרבנות האבן געליטן סאך ערגערס פון זיי, נאר וואס ס'ארבעט נישט אזוי, מ'גייט נישט מעניש זיין א מענטש מיט אים רעיפן, מ'הרגעט און דאס איז עס, און גאט וועט שוין טון דאס זייניגע, אנלעס ס'איז דא א באהאלטענע חשבון, גלגלים וכדומה, ווייס איך נישט.
די זעלבע זאך מיט די חברה, מ'דארף זיי איינשפארן אז זיי זאלן עס נישט קענען טון, אבער די אלע סאדיזם וואס ווערט אויסגערעכנט אין די לעצטע צוויי בלעטער קומט שוין נישט אריין.
אז ס'געשעהט מיט מיין קינד רעד איך נישט, דעמאלטס דארף מען אודאי יא שיסן, רעיפן, הרגענען, און נאכאמאל הרגענען, ס'דאך מיין קינד... עכט דארף מען אנקוקן יעדע איד ווי א אייגן קינד, אבער דאס איז שוין געפילן און געפילן איז א צווייטע מעשה...