Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אימפיטשמענט

אימפיטשמענט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16550
דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 11:08 am#535885
אימפיטשמענט
נעקסטע פרעזידענט, זעלבע שמוץ.

'קאנגרעס ספיקער מעקארטי' האט עטליכע מינוט צוריק אנאנסירט אז ער שטיצט ארטיקלען פון אימפיטשמענט קעגן 'דזשאו ביידען'. וואס גייט יעצט געשעהן איז, אז מ'גייט ארויפברענגען א וואוט אין די 'האוז' צו מ'זאל עפענען אזא פראצעס.

כ'מיין אז ס'נישט שווער צו פאראויסזאגן די ענדע פון די שאו, מ'גייט אים אימפיטשן אינעם נידריגן טשעמבער, און דערנאך ריינוואשן אין סענאט.

דעמאקראטן האבן עס געעפענט ביי 'טראמפ', און יעצט זעצן די 'רעפובליקאנער' פאר מיט די שמוץ, פון 'טראמפ' און ווייטער, גייט יעדע אמעריקאנע פרעזידענט ווערן אימפיטשט.