Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » צדקה בּעקעלעך עריוה"ק ביי מנחה

צדקה בּעקעלעך עריוה"ק ביי מנחה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
1 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 11 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #16561
זונטאג סעפטעמבער 17, 2023 11:01 pm#536128
צדקה בּעקעלעך עריוה"ק ביי מנחה
זינט איך בין א קליין קינד, איז ביי מיר אין מוח איינגעקריצט די סצענע וואס שפילט זיך אפ אין די בתי מדרשים יעדן עריוה"ק ווי זילבערנע בעקעלעך פון אלע סאָרטן און מאָסן זענען אויסגעשפרייט אויף די טישן, מיט מאדנע צעטלעך צוגעקלעבט דערויף מיט פארשידענע צדקה-צוועקן. תמיד האב איך דעם נייגער צו וויסן ווער עס שטייט דערונטער; ווען ווערט דאס אויסגעשפרייט; איז דאס אן אינדיווידואל, אדער מערערע נצרכים; און נאך מער נאגט דער נייגער צו וויסן ווען ווערט דאס צונויפגענומען?