Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 30 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #166
דינסטאג מערץ 13, 2012 7:17 pm#1354
ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
דער ועד הצניעות אין קרית יואל האט א נייע מערכה אונטערגענומען.

א איד וואס מוטשעט זיך אויף פרנסה לייק די רעסט אף אס האט ארויסגעגעבן אן אויסגאבע "ביטס ענד בייטס". זיין אשת חיל האט צוזאמגעשטעלט רעסעפיס, צוזאמגעקנאקט א ביכל און דאס פארקויפט אין די געשעפטן.

נו, מה טוב ומה נעים. וועמען באדערט אז ערליכע כשר'ע אידענעס זענען ביזי מיט באקן און קאכן. איז נישט דאס וואס אידישע טעכטער דארפן טאן? כל כבודה בת מלך פנימה? אא"וו.

איז אבער די פראבלעם אז די אויסגאבע האט ענדליך אנגעפאנגען מצליח צו זיין. ס'האט באקומען א גוטן נאמען. פרויען האבן הנאה געהאט און זיך סובסקרייבט, און דער איד האט ענדליך אנגעפאנגען צו מאכן זיינע פאר הונדערט דאלאר א חודש צו קענען באצאלן שכר לימוד.

נו, אויב א איד מאכט געלט דעמאלט דארף מען אים אונטערברענגען. תיכף האט דער ועד הצניעות געמאכט א מיליטערישע זיצונג און מען האט דן געווען וואס צו טאן מיט דעם איד פאר די חוצפה פון ארויסגעבן אזא אויסגאבע.

דער איד איז אראפגערופן געווארן צום ועד אינאיינעם מיט זיין רביצין צו דעם ועד הצניעות אפיס און זיי זענען געזיצן אויף די זעלבע בענקלעך וועלכע זענען מכלומר'שט באשטימט פאר רעיפיסטס און טשיילד מאלעסטערס, אבער ע"פ רוב זיצן דארט פיינט פונעם רעזשים (ליין: פשוט'ע עמך אידן וועמען דער ועד האט באשלאסן אונטערצוברענגען) און מען איז דן דיני נפשות.

דאס פארפאלק האט זיך געבעטן צו זיי: מה פשענו ומה חטאתנו? די קארפן קעפ האבן אויפגעמישט איין אויסגאבע צו א געוויסן זייט און געוויזן אויף א געוויסן בילד פון א קעיק וואס קוקט אויס ווי... כ'וויל נישט זאגן וואס. די פרוי האט פארגעשלאגן צו לאזן דעם ועד איבערקוקן די אויסגאבע יעדע וואך, אבער דער פסק איז געווען ניין, די אויסגאבע דארף פארשלאסן ווערן.
דינסטאג מערץ 13, 2012 9:08 pm#1368
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
שווער צו גלייבן.

ניתי ספר וניחזי. וועלכע חודש, און וועלכע זייט האט זיי געמאכט די בליט אויפזידן, און מוועט דן זיין אויב די ארויסגעבער זענען אומשולדיג.
דינסטאג מערץ 13, 2012 9:18 pm#1370
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
איך בין אויך היבש סקעפטיש איבער דער מעשה. מיסטער אנאנים, מיר דארף מער פרטים.
דינסטאג מערץ 13, 2012 10:46 pm#1380
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
דער אשכול איז גארנישט ווערד אהן קיין פיקטשערס.
מיטוואך מערץ 14, 2012 1:35 am#1393
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
מען האט ארויסגעווארפן די אויסגאבע פון די געשעפטן אין קרית יואל און מען האט געהייסן דעם יונגערמאן פארמאכן די אויסגאבע

ווער ס'גלייבט נישט זאל זיך אינטערעסירן.
מיטוואך מערץ 14, 2012 1:46 am#1394
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
געב אונז די בעקגראונד סטארי. נישט סתם א מעשה. וואסערע פיקטשער האבען זיי נישט ליב געהאט?? זיי מסביר - נישט סתם אין די וועלט אריין......
מיטוואך מערץ 14, 2012 11:23 am#1408
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
אנאנים

אונז קעמיר זיך נאכפרעגן, אבער דו האסט דאך די אינפא, פארוואס זאלסטו קארגן דערפון?
מיטוואך מערץ 14, 2012 11:55 am#1409
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
נאך אביסל וועט די וועד הצניעות הייסן אפשפארן די קאווע שטיבל, הזהרו בדבריכם... ;)
מיטוואך מערץ 14, 2012 2:56 pm#1418
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
עס איז שוין צייט אז די וועד הצניעות זאלן אפשיקן אלע ווייבער צו עפעס אן אינזל אל ארץ גזירה און פטור אן עסק, איינמאל פאר אלעמאל פטור פון חטא!
מיטוואך מערץ 14, 2012 4:23 pm#1432
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
ס'איז באוואוסט אז זיי האלטען אן א שטארקע קאנטראל אינעם שטעטל
וואס די סטארס מעגן פארקויפן און וואס משפחות מעגן פריוואט טון אינדערהיים
אפילו די אנדערע קהילות קעגנער האלטן מיט מיט זיי און נעמען איין א שווייג ציטערנדיג פין די טעראריסטן, קיינער וויל נישט הערן אז זיי טאכטער האט מזנה געווען, סא איז מען ענדערש שטיל און מ'ליידט
סך הכל רעדט מען פין עטליכע גרויסע בעלי תאוה וואס געבן זיך אויס זייער תאוה אויף די וועג
ביז אפאר מחוצפים וועלן נישט גיין צו די פרעסע און זיי גיט אויספראקן וועט נישט זיין ארדענונג.
מיטוואך מערץ 14, 2012 11:57 pm#1496
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
אינטערעסאנט מען האט עס ביז היינט צוגעלאזט. היתכן, אן אויסגאבע ממש אויף פרעס? איך האב געהערט אז מען לאזט דארט אפילו נישט קיין לעבעדיגע פיצא פארקויפן מוצאי שבת (אדער אייביג ביינאכט?)
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 8:35 am#1523
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
מילא פיצא, אבער אפילו א פשוט'ע גראסערי טאר אויך נישט זיין אפן אין די מוצאי שבתות אויס מורא אז מיידלעך און בחורים וועלן זיך טרעפן... משוגענע קעפ.
פרייטאג מערץ 16, 2012 9:38 am#1707
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
סטיל וועיטינג אויף א סקען פון יענע פעידזש...
מוצ"ש מערץ 17, 2012 10:50 pm#1761
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
געהערט די סיבה איז ווייל יעדע ענגלישע אויסגאבע איז פארבאטן.
זונטאג מערץ 18, 2012 11:13 am#1829
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
אויב אזוי וואס האט דאס מיט צניעות צו טון? זענען זיי א וועד הצניעות אדער א וועד האויסגאבעס?
זונטאג מערץ 18, 2012 11:15 am#1831
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
ועד הצניעות ע"ש "והצנע לכת עם ה' אלקיך". נעמט אויך אריין גויאישע שפראכן וכו'.
זונטאג מערץ 18, 2012 2:45 pm#1893
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
לכאורה אז ער וואוינט אין מאנרא, פילט דער וועט הצניעות אז ער טאר נישט דרוקען קיין אויסגאבע אין ענגליש.
די גיהנום זייערע איז הייס און גרויס.
און פאר דעם מוציא לאור וויל איך זאגען, אז כ'האב נאך קיינמאל נישט געקויפט דיין אויסגאבע, אבער עכ"פ די קומענדיגע וועל איך קויפען.
און אפשר זאל ער זיך אריבערציען קיין מאנסי, אזויווי בערי וועבער, מלפנים תושב קר"י
מאנטאג מערץ 19, 2012 6:36 pm#2076
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
אברעמעל האט געשריבן:געהערט די סיבה איז ווייל יעדע ענגלישע אויסגאבע איז פארבאטן.

בד"וו, איך האב געהערט אז דער שטערן און שפאקטיוו זענען אויך פארבאטן
מאנטאג מערץ 19, 2012 7:33 pm#2080
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
לפי השמועה וואוינט ער אין ווילי.
זונטאג מערץ 25, 2012 1:19 am#2561
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
קרעמער1 האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:געהערט די סיבה איז ווייל יעדע ענגלישע אויסגאבע איז פארבאטן.

בד"וו, איך האב געהערט אז דער שטערן און שפאקטיוו זענען אויך פארבאטן


נאר אין ק"י קען מען עס נישט קויפן אבער די גאז סטעישאן'ס אפי' די אידישע האבן עס
זונטאג מערץ 25, 2012 1:24 am#2565
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
אייגענארטיג האט געשריבן:
קרעמער1 האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:געהערט די סיבה איז ווייל יעדע ענגלישע אויסגאבע איז פארבאטן.

בד"וו, איך האב געהערט אז דער שטערן און שפאקטיוו זענען אויך פארבאטן


נאר אין ק"י קען מען עס נישט קויפן אבער די גאז סטעישאן'ס אפי' די אידישע האבן עס

אין ק"י גופא קען מען נישט קויפן דעם "שטערן"?! און "דער בלאט" און "דער איד" יא?
זונטאג מערץ 25, 2012 11:49 am#2603
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
"דער בלאט" כמעט איבעראל, "דער איד" נאר אין צוויי קליינע גראסעריס וואס דארט קומט נישט אריין קיין בלאט. אבער אין איין גרויסע גראסערי וואס פארקויפט "דער בלאט" עפענטליך, קען מען אונטערן טיש אויך באקומען "דער איד" אויב בעט מען עס שיינערהייט ביים רעדזשיסטער, אבער מען באקומט עס נישט גלייך, נאר מען שיקט עס אפ אהיים.
זונטאג מערץ 25, 2012 12:19 pm#2608
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
און מענטשען וואוינען נאך דארט?
וואט א פארריקטע שטאט
זונטאג מערץ 25, 2012 1:44 pm#2633
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
שמואל הלוי האט געשריבן:"דער בלאט" כמעט איבעראל, "דער איד" נאר אין צוויי קליינע גראסעריס וואס דארט קומט נישט אריין קיין בלאט. אבער אין איין גרויסע גראסערי וואס פארקויפט "דער בלאט" עפענטליך, קען מען אונטערן טיש אויך באקומען "דער איד" אויב בעט מען עס שיינערהייט ביים רעדזשיסטער, אבער מען באקומט עס נישט גלייך, נאר מען שיקט עס אפ אהיים.

איז די שאלה פארוואס די רעדאקציע פון דעם "שטערן" האט זיך ערשט יעצט דערמאנט לוחם צו זיין קעגן די עקסטרעמיסטן. וואו זענען זיי געווען ביז יעצט אויב אזא געמיינע דיסקרימינאציע קיין פאר קעגן זיי אין דעם הייליגן קרית יואל?
זונטאג מערץ 25, 2012 1:51 pm#2636
Re: ועד הצניעות בקר"י קעגן "ביטס ענד בייטס"
ס'איז נישט קיין פארגלייך ווען מען קומט ארויס מיט א קול קורא קעגן זיי ווי ווען מען לאזט עס נישט פארקויפן אין די געשעפטן מיט די טענה אז בחורים ליינען עס דארט אנעם טאטנס רשות און די טאטעס קענען עס קויפן אינעם גאז-סטאנציע א מינוט אוועק פון שטאט. (איך בארעכטיג עס נישט, איך ברענג נאר ארויס דעם אונטערשייד)

און אויך פארשטייט יעדער אז אין ק"י איז אלעס אינגאנצן אנדערש ווי וומ"ס