Re: דער איד הערט אויף באשרייבן נפטרים
ששון ושמחה: דער איד איז בראשית דרכו ,נאך פאר ששת ימי בראשית געוען א פריוואטע צייטונג'ל פון אן אמעריקאנער איד.
דער איד (מענטש), דער. בעה"ב פון די צייטונג איז געווארן עלטער. ער האט געזוכט צו פארקויפן די צייטונג.
די אידישע (אונגארישע) אימיגראנטן וועלכע זענען אקארשט געקומען קיין אמעריקע. זיי האבן נישט געקענט די לאקאלע שפראך, ענגליש. זיי האבן נישט געקענט אפליינען א צייטונג. זיי האבן אבער דאך געוואלט וויסן די נייעס.
ר' סענדער דייטש, א טאלאנטפולער שרייבער און אידעאלאג, וועלכער איז געווען א תלמיד פון סאטמאר'ע רבי'ן אין די שטאט סאטמאר. נאר שפעטער איז ער געווארן אנגעשלאסן אין א נאציאנאל-רעלגיעזע אידעאלאגיע (איך זאג נישט וועלכע) וואוינענדיג אין ארץ ישראל. ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער זיך צוריק אנגעשלאסן אין די סאטמאר'ע קהילה און ער איז נתקרב געווארן צו דעם סאטמאר'ע רבי'ן.
ער האט געזעהן א גוטע געלעגנהייט צו צושטעללן א סערוויס פאר די נייע אימיגראנטן. אויך א גוטע ביזנעס געלגענהייט. האט ער פארהאנדלט מיט דעם אריגינאלן בעה"ב וועגן אפקויפן די צייטונג. נאר וויבאלד ער איז געווען נאנט צו דעם סאטמאר'ע רבי'ן האט ער געפרעגט אויב די רבי איז מסכים מ'זאל צושטעללן א צייטונג פאר'ן עולם. דער סאטמאר'ע רבי האט איהם געענטפערט יא ער איז מסכים. נאר מיט איין תנאי. אז ער מוז אייביג, אויסער די אלגעמיינע נייעס אויך שרייבן און ארויסהייבן די נישט גוטע זייט פון די ציוניסט'ישע רעגירונג אין ארץ ישראל. אויף דעם ערשטן בלעטל פון די צייטונג.
ר' סענדער דייטש האט איבערגענומען די צייטונג און דאס געמאכט פאר די אפיציעלע צייטונג פון די סאטמאר'ע קהילה.
אין די ערשטע יארן איז די צייטונג, דער איד נאר ערשינען איינמאל אין 2 וואכן. נאר קיין ערנסטע צייטליכע (אפ-דעיטעד) נייעס איז דארט נישט געווען. מיט א צייט שפעטער האט ער אנגעהויבן ערשיינען א יעדע וואך. די נייעס איז געווארן מער אקטועל און ר' סענדער דייטש האט געשריבן אן אידעאלאגישן קאלום א יעדע וואך אונטערן נאמען אליעזר עפשטיין. דארט האט ער געפיהרט וויכוחים איבער די שיטה פון סאטמאר'ע רבי'ן הויפטזעכליך מיט אגודת ישראל. און א טייל אויך מיט די מזרחי פארטיי. זייענדיג א גרויסער שרייבער און גראמאטיקער איז זיין קאלום געווען א געשמאק צו ליינען. אפילו מ'האט נישט מסכים געווען מיט זיינע איידיעס.
מיט א צייט שפעטער. ווען די אנדערע אידישע צייטונגען ווי דער טאג-מארגן זשורנאל און דער פארווערטס האבן אנגעהויבן ברענגען אויך פיקטשערס אין די נייעס, האט ר' סענדער דייטש געלאזט וויסן דעם עולם אז זיין צייטונג, דער איד גייט זיך נישט טוישן. און מ'גייט נישט ברענגען בילדער. אפילו פון רבנים.
המשך יבוא, אי"ה.