Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א נייע סערוועי

א נייע סערוועי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17124
דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:32 pm#566503
א נייע סערוועי
אויף וואטסאפפ האט מען ארומגעשיקט א מודאה וועגן א נייע סערוועי בנוגע חתונה לעבן.
האסטו עס געזעהן?

סתם אזוי האב איך נישט צייט אדער געדולד אוועקצוגעבן - פאר עפעס וואס איז נישט וויכטיג, חוץ אויב ס׳קען זיין א הילף פאר׳ן כלל (צום סוף וועט עס זיין בעסער פאר מיר אויך, ווייל א בעסערע כלל האט א דירעקטע השפעה אויף יעדן).

וואס איז די טובה פון א Survey?

לויט ווי איך האב געהערט זענען דא גאווערנמענט קאַסעס $$ וועלכע ווערן נישט אויסגעניצט. די פאָנדינג איז עוועילעבל, פאר געוויסע צוועקן (געווענטליך פאר ארגאניזאציעס) אבער ווייניג ווייסן דערפון & ווען קיינער applied נישט דערפאר איז א גרויסע שאָד, ווייל מ׳קען ווען געניסן מען פון די עוועילעבל הילף.

ווען א יוניווערסיטי פירט דורך א פארשונג, געבט עס א קראנטע מקור פאר די געברויך פון געוויסע סופארט וואס איז נייטיג.

דערפאר גלייב איך אז אינוועסטן אביסל צייט אין א פארשונג קען זיך אויסצאלן בכפל כפליים.

בעפאר א מענטש קען באקומען הילף דארף מען פארשטיין קלאר די מצב, כדי צו קענען צופאסן די בעסטע סארט סופארט.

וואס האלסטו? לוינט זיך אוועקצוגעבן צייט פאר דעם?
(די מעלה איז אז ס׳איז אנאנים און דו קענסט זיך אפשטעלן סיי ווען אויב עמוישענעלי ביזטו נישט גרייט אויף דעם)
דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm#566505
Re: א נייע סערוועי
די שאלה איז ווער שטייט אינטער דעם און וואס זייערע אינטרעסען זענען?
ווער זאגט אז ס'איז נאר צו באקומען גאווערמענט הילף? ווען יא וואלטען די אלע חזירישע ארגענעזאציעס וי המספיק והדומה להן זיך שוין ארויף געכאפט אויף דעם.
דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:37 pm#566527
Re: א נייע סערוועי
איינער מיט א לינק דערצו?
דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:29 pm#566546
Re: א נייע סערוועי
↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:39 pm די שאלה איז ווער שטייט אינטער דעם און וואס זייערע אינטרעסען זענען?
ווער זאגט אז ס'איז נאר צו באקומען גאווערמענט הילף? ווען יא וואלטען די אלע חזירישע ארגענעזאציעס וי המספיק והדומה להן זיך שוין ארויף געכאפט אויף דעם.
דו קענסט זעהן אויפ׳ן צעטל Columbia
אפשר איז געשעהן דא א מיספארשטענדעניש מיט די וועג וואס איך האב אויבן מסביר געווען
ווייל די פאנדינג איז אן עקסטערע זאך -
ארגאניזאציעס וועלן גרינגער קענען באקומען די שטיצע פון די רעגירונג איינמאל ס׳דא קלארע סטאטיסטיק פון די needs
דאנערשטאג יוני 27, 2024 4:32 pm#566547
Re: א נייע סערוועי
↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 2:37 pm איינער מיט א לינק דערצו?
איך מיין אז ס׳נישטא קיין לינק, ווייל איך האב עס נאר געזעהן ווי א פלייער געשיקט אלס PDF
אויפ׳ן צעטל שטייט אז אויב דו ווילסט מער אינפארמאציע קענסטו שיקן אן אימייל צו
move@cumc.columbia.edu
דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:34 pm#566618
Re: א נייע סערוועי
https://www.unchainedatlast.org/marriag ... ment-move/

This project is supported by organizations like Yaffed and Footsteps...
דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:43 pm#566622
Re: א נייע סערוועי
↑דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:34 pm https://www.unchainedatlast.org/marriag ... ment-move/

This project is supported by organizations like Yaffed and Footsteps...
וואס האט פריידי רייס מיט מאסטער? איר ארגאניזעישן האלט שוין אן יארן לאנג (נאך איידער יפד האט עקזיסטירט). זייער ארבעט איז העלפן מענטשן פון arranged marriages נישט נאר אידישע, נאר אלע סארט מענטשן אין אמעריקע וואס מוטשען זיך צו באקומען א גט (גראדע ווייס איך נישט אויב זי האט אסך אידן געהאלפן ווייל די אינדיאנער מערידשעס קוקט אויס איז גרינגער ארויסצוהעלפן ווי די פארפלאנטערטע אישאס פון אונזער היימישע סיסטעם ווען א פרוי בעט א גט)
דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:53 pm#566625
Re: א נייע סערוועי
Did you open the link?

Here's what it sais

Members of the action committee include representatives of Footsteps, Jewish Orthodox Feminist Alliance, Mavar, Nahamu, Yaffed, Yeshivat Maharat
and others.
דאנערשטאג יוני 27, 2024 10:02 pm#566628
!!Wow
ברוך שכונתי מיט מיין אשכול דא:
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=17102
בעיתו ובזמנו!!

אונז טארן נישט ווארטן ביז מ׳מישט אריין די רעגירונג קעיר צו נעמען פון אונז אזוי ווי ביי די גזירת החינוך. לאמיר זיך שנעל נעמען אין די האנט אריין פאר ס׳צו שפעיט ח״ו!!!
פרייטאג יוני 28, 2024 10:27 am#566687
Re: א נייע סערוועי
ס'איז זייער שווער צו באקומען אקוראטע אינפארמאציע דורך אזא סורוועי, זיי גייען נאר הערן פון א געוויסע סארט ציבור וואס האט עקסעס צו זום און איז גרייט צו זיצן מיט זיי.

אביסל אזוי ווי מאכן א סורוועי אויף וואטסעפפ וועגן אינטערנעט באנוץ ביים היימישן ציבור, דארפסט צוקומען צו די מענטשן וואס האבן נאר פליפ פאונס אויך, צו האבן די ריכטיגע בילד.
פרייטאג יוני 28, 2024 1:32 pm#566706
Re: א נייע סערוועי
און ווער איז בכלל גרייט פאר אזא סערוועי, נאר אידן פון א געוויסע דעמאגרעפיג...סאוי ס'וועט זיי נישט העלפן אפילו ווען זיי מאכן עס אויכעט אויפן פאון, און נישט אויף זום.


אני הקטן האב זיך שוין איינגעשריבן צו מאכן דעם אינטערוויו, בסייעתא דלעילא.
זונטאג יוני 30, 2024 1:02 pm#566825
Re: א נייע סערוועי
They'll also have alot of interviewees from the OTD culture or from the "double life" culture, which will probably show them more of the negative than the positive. It'll therefore be helpful if the guys who also see the positive of our lifestyle should take part in the project, so they'll have "somewhat" more balance.
מיטוואך יולי 03, 2024 10:28 am#567049
Re: א נייע סערוועי
↑פרייטאג יוני 28, 2024 10:27 am ס'איז זייער שווער צו באקומען אקוראטע אינפארמאציע דורך אזא סורוועי, זיי גייען נאר הערן פון א געוויסע סארט ציבור וואס האט עקסעס צו זום און איז גרייט צו זיצן מיט זיי.

אביסל אזוי ווי מאכן א סורוועי אויף וואטסעפפ וועגן אינטערנעט באנוץ ביים היימישן ציבור, דארפסט צוקומען צו די מענטשן וואס האבן נאר פליפ פאונס אויך, צו האבן די ריכטיגע בילד.
זייער ריכטיג
זונטאג אוגוסט 04, 2024 7:41 pm#569131
Re: א נייע סערוועי
↑פרייטאג יוני 28, 2024 1:32 pm און ווער איז בכלל גרייט פאר אזא סערוועי, נאר אידן פון א געוויסע דעמאגרעפיג...סאוי ס'וועט זיי נישט העלפן אפילו ווען זיי מאכן עס אויכעט אויפן פאון, און נישט אויף זום.


אני הקטן האב זיך שוין איינגעשריבן צו מאכן דעם אינטערוויו, בסייעתא דלעילא.
איז שוין געווען דיין אינטערוויו?
מיינס איז אין אפאר טאג איך קען באשטיין וויסן וואס צו עקספעקטן
זונטאג אוגוסט 04, 2024 8:35 pm#569134
Re: א נייע סערוועי
↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 7:41 pm
↑פרייטאג יוני 28, 2024 1:32 pm און ווער איז בכלל גרייט פאר אזא סערוועי, נאר אידן פון א געוויסע דעמאגרעפיג...סאוי ס'וועט זיי נישט העלפן אפילו ווען זיי מאכן עס אויכעט אויפן פאון, און נישט אויף זום.


אני הקטן האב זיך שוין איינגעשריבן צו מאכן דעם אינטערוויו, בסייעתא דלעילא.
איז שוין געווען דיין אינטערוויו?
מיינס איז אין אפאר טאג איך קען באשטיין וויסן וואס צו עקספעקטן
נאויפ, כ'בין געסקעזשועלט פאר די וואך.


ס'דארף צו זיין א טיפע אינטערוויו פון 2 שעה.
מיטוואך אוגוסט 07, 2024 4:53 pm#569325
Re: א נייע סערוועי
↑פרייטאג יוני 28, 2024 1:32 pm און ווער איז בכלל גרייט פאר אזא סערוועי, נאר אידן פון א געוויסע דעמאגרעפיג...סאוי ס'וועט זיי נישט העלפן אפילו ווען זיי מאכן עס אויכעט אויפן פאון, און נישט אויף זום.


אני הקטן האב זיך שוין איינגעשריבן צו מאכן דעם אינטערוויו, בסייעתא דלעילא.
איך האב איר געפרעגט איבער דעם
זי זאגט אז אנהייב טאקע זענען כמעט אלע געווען OTD און זיי האבן דוקא געארבעט אויף די מארקעטונג און עס האט געווירקט, לעצטענס זענען כמעט אלע פרומע.