פרייטאג יולי 12, 2024 1:37 am#567905
נייע בוך: החרדים - דע את האוהב. אבישי בן חיים
דער (אומ)פאפולערער שרייבער און פרשן פון ערוץ 13 אבישי בן חיים, דער גרונדער פון די 'ישראל הראשונה - ישראל השניה' טעאריע. איז היינט ארויסגעקומען מיט א נייע בוך, אונטערן נאמען 'החרדים - דע את האוהב', וואו ער באשרייבט די נושא פון חרדים (עכ"פ אין ארץ ישראל), דורך זיין ליבליכע בליק.אבישי איז פון די באליבסטע שרייבער אין די רעכטע פאליטישע לאגער אין איזראעל, און אויך ביי די חרדי'שע מאסן, וואס כמים פנים לפנים ליבט ער גאר שטארק. צו די זעלבע צייט איז ער זייער פארפיינטעט ביי די לינקע און מרכז לאגער. וואס טענה'ן אז די גאנצע טעאריע פון 'ישראל הראשונה - ישראל השניה' איז זיינע אייגענע בויך סברות, און דאס איז די טריגער צו די מורא'דיגע שנאת אחים, וואס גייט פאר אינצווישן די איזראעילי בירגער. אינטרעסאנט אנצומערקן וואס כ'האב אמאל געהערט פון אבישי ב"ח אז די יסוד פון די טעאריע, האט ער באקומען בהשראת הרב שך זצ"ל, וואס כאטש ער איז געווען מער לינק געשטימט אין מדיני'נישע נושאים (ווי שטחים, שלום וכדו') האט ער אבער אייביג געפאדערט פון זיינע פאליטישע שלוחים, צו זיצן נאר מיט רעכטע ממשלה, זאגנדיג אז זיי זענען נענטער צו אונז. וועגן אבישי ב"ח קומט זיך א עקסטערע אפהאנדלונג. ואולי יהיה עוד חזון למועד.
די נייע ביכל, איז איינגעטיילט אין צוויי, די ערשטע חלק נעמט ער ארום די חרדים פון צוויי הונדערט יאר פאר הקמת המדינה, ביזן הקמת המדינה. דאס רעכנט אריין די אויפשטייג פון חסידות און די מורא'דיגע התנגדות. נאכדעם גייט ער אריין אין בערך ת"ר, ווען די מלחמה האט זיך אפגעשטעלט, כדי צו מלחמה האלטן אקעגן די משותף'דיגע שונא - די השכלה. און נאכדעם די ציונות. ווי ער צונעמט די צוגאנג פון די קנאי'שע קרייזן איבער ציונות, און נאכדעם די צוגאנג פון די מעין סטריעם חרדים איבער ציונות, און נאכדעם די מהלך פון די ציונים - ארויסברענגענדיג צווישן אנדערע, אז ציונות האט נישט געוואלט נאר א אייגן לאנד וכו', נאר אויך אוועק שטעלן א נייער סארט איד, און פון דעם האבן די חרדים געציטערט.
ער ברענגט אויך ארויס די חלק אז די חרדי'שע באוועגונג איז געגאנגען פון זיין רוב מנין ובנין פון כלל ישראל, צו גאר א קליין באוועגונג פון כלל ישראל נאכן מלחמה.
די צווייטע חלק פון זיין ביכל, גייט ער אריין ווי די חרדי'שע באוועגונג איז געגאנגען פון גאר א קליינע פראצענט פון כלל ישראל, ביי הקמת מדינה, צו זיין א מעכטיגע כח, וואס באשיצט זיך פון די חילוני'שע מאדערנע השפעה. אוועקשטעלנדיג א יסוד אז 'על שלשה דברים העולם [החרדי] עומד, על התורה, על החומה, ועל המרן'. אויסשמועסנדיג די דריי יסודות פון די חרדי'שע אפזונדערונג. תורה - די ישיבות און כוללים, וואו יעדער מוז לערנען וכו'. חומה - די מורא'דיגע אפשיידונג פון די גאס און אירע השפעות. המרן - דאס איז די וואלונטורישע קבלת מרות וואס די חרדי'שע ציבור נעמט אן פונעם גדול הדור, וואס זיין דעה פאלגט מען, ואין להרהר אחריו. וואס די דריי יסודות שטעלן אוועק די חרדי'שע מסגרת.
א באזונדערע קאפיטל האט ער איבער די חרדי'שע מידיע, אונטערן נאמען 'זכות הציבור לא לדעת'.
נאך א שמועס האט ער צו מסביר זיין די חילוק צווישן די אשכנזי'שע מהלך פון חרדי'זם, וואס איז בעיקר געבויעט אויפן חתם סופר'ס מליצות, ווי: 'חדש אסור מן התורה', 'בספרי רמ"ד אל תשלחו יד', און 'עת לעשות לה' הרבו תורתך', ועוד. לעומת די ספרדי'שע מהלך פון חרדי'זם, וואס הרב עובדיה ע"ה האט אוועקגעשטעלט, וואס איז אין געוויסע נקודות פונקט פארקערט (לענ"ד איז אבער היינטיגע צייטן די ש"ס באוועגונג אינגאנצן - אדער כמעט אינגאנצן - אוועקגעפארן פון הרב עובדיה'ס מהלך, זיך בייגנדיג אונטערן דרוק פון איר שוועסטער-פארטיי - יהדו"ת), ווען אין די אשכנזי'שע מהלך זארגט מען זיך נישט איבער רחוקים און מתנדנדים, האט הרב עובדיה זיך יא געזארגט. און דאס קלאפט אויס אויף אסאך ענינים וכדומה לזה.
פארשטייט זיך ס'איז דא אסאך צו שמועסן פון די ביכל (אגב: איך האב עס נישט געליינט, וואס כ'האב געשריבן, איז בערך וואס אבישי האט געזאגט היינט, אין א אינטערוויא אויף די סקופים ליין).
און די קומענדיגע תגובה וועל איך בעז"ה מעתיק זיין די ערשטע פרק: