דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 12:03 pm#53001
צדיקל האט געשריבן:עכט פשוט פשט איז דער רשב"ם, און האט א גרינגע לשון צו פארשטיין
אמת. רשב"ם האלט זיך צום פשוט פשט פונעם טעקסט מיט א עקשנות. דעריבער איז ער טאקע מער קאנטראווערסיעל. אויך איז דא ווייניג רשב"ם.
צדיקל האט געשריבן:עכט פשוט פשט איז דער רשב"ם, און האט א גרינגע לשון צו פארשטיין
a1b2 האט געשריבן:אז דער 'עפל' איז גאר געווען אן אתרוג און קיינער האט נישט געפרעגט מה ענין אתרוגים אצל ערב פסח.
chosen people האט געשריבן:איך ווייס אז איך בין שוין אפאר טעג שפעט, אבער די חכם זאגט בעטער לעטער זען נעווער.
ביי די מעשה פון סדום שטייט אז לוט האט געבעטן די מלאך/ה', אז ער זאל איהם לאזן גיין קיין צוער, אנשטאט אנטלאפן ביז אברהם. למעשה האט דער מלאך געזאגט איך גיי דיך דעס אויכט נאכגעבן, אבער ער זאגט איהם אָן - מַהֵר הִמָּלֵט שָׁמָּה כִּי לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה, אייל דיך צו ווייל איך קען גארנישט טוהן [איבערדרייען סדום]ביז די קימסט אָן אהין [צוער].
דערציילט די נעקסטע פסוק הַשֶּׁמֶשׁ יָצָא עַל הָאָרֶץ וְלוֹט בָּא צֹעֲרָה. ווען עס איז געווען די נץ החמה דעמאלטס ערשט איז לוט אנגעקומען קיין סדום.
קימט דער נעקסטע פסוק און זאגט אינז אז וַיהוָה הִמְטִיר עַל סְדֹם וְעַל עֲמֹרָה גָּפְרִית וָאֵשׁ מֵאֵת יְהוָה מִן הַשָּׁמָיִם.
זאגט רש''י אז וה' המטיר איז נישט קיין המשך מיט די פריערדיגע פסוק השמש יצא על הארץ, נאר עס איז שוין געווען ביי די עלות השחר.
וואס איך פארשטיי נישט ווי אזוי קען זיין אז וה' המטיר איז געשעהן ביי די עלות און לוט איז אנגעקומען צו צוער ביים נץ ווען ווען די מלאך האט איהם געהאט געזאגט אז לֹא אוּכַל לַעֲשׂוֹת דָּבָר עַד בֹּאֲךָ שָׁמָּה?
באמת האט געשריבן:לעצטינס האט מיר גכאפט א התהרת איבערן לימוד חומיש רש''י איך האב אויפגגעבן א שיער כדי צי לערנען חומיש רש''י
זייט דערמאלץ בין איך א נייע יוד פשווט כמשמעה
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטינס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי מיינט קריטק צי קאמטלימענט)
די סיבה אז פשיט ווייל מעו זעהט די באשעפיר דארט
דארט האט זיך אונגעהויבן יודישקייט
ברוך שאמר האט געשריבן:אפשר קען איינער אנווייזן די מקור פון דעם אלעם באקאנטן ווארט" רש"י באה"ק נאמרו"