Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » אומ-געקאנטאקטע מענטשהייטן - א וועלט פון טויזענטער יאהר צוריק

אומ-געקאנטאקטע מענטשהייטן - א וועלט פון טויזענטער יאהר צוריק

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1780
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:41 pm#43258
אומ-געקאנטאקטע מענטשהייטן - א וועלט פון טויזענטער יאהר צוריק
אויב האט איהר נאכנישט געהערט דערפון וועט איהר עס שווער גלייבן: עס זענען דא הונדערטער שבטים אין פארווארפענע דזונגלען ארום די וועלט וואס האבן קיינמאל קיין קאנטאקט נישט געהאט מיט די פארגעשריטענע וועלט, און זיי לעבן ווי פאר טויזענטער יאהרן צוריק, אהן קיין מעדעצין, פיליזאפיע, געשמאקע עסן, און אפגערעדט עלעקטריק, מאשינען אדער סיי וואס פאר א סארט טעכנעלאגיע.

די מערסטע פון זיי געפונט זיך אינעם אמעזאן רעין פארעסט m http://en.wikipedia.org/wiki/Amazon_rainforest m אין דרום אמעריקע [וואס איז איבער צוויי מיליאן סקווער מייל גרויס און לויפט דורך ניין לענדער], דורך די יאהרן זענען אסאך פון זיי אויסגעשטארבן נאכדעם וואס די ציווילזירטע וועלט האט זיי געטראפן און זענען אנגעשטעקט געווארן פון די באקטיריע'ס וואס דרייען זיך ביי אונז וואס זיי זענען נישט געווען אימיונד דערצו.

דא האט איהר א פיהר חלקים'דיגע וידיאו ווי א פארשער מאכט די ערשטע קאנטאקט מיט די טולאמבי שבט אין New Guinea נישט ווייט פון אסטראליע, נאכן זעהן ווי יענער כאפט א אימת מות קוקענדיג אין שפיגל, אדער זייער התפעלות פון באשאפן פייער דורך א מעטש, זעהט מען ערשט די גאונישע חידושים פון די פשוטע זאכן אין לעבן.

עס איז גאר אינטערעסאנט, דראמאטיש און רירענד.







m http://en.wikipedia.org/wiki/Uncontacted_peoples m

און דא איז אפאר בילדער פון איינע פון די שבטים געכאפט פון די לופט, זייערע הייזער און ווי זיי פראבירן צו שיסן אויפן עראפלאן מיט א בויגן.
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:08 pm#43280
איך ווייס נישט וועגן די ווידאוס, אבער די פיקשערס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש.
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:06 pm#43322
דוכט זיך מיר עס איז געשטאנען באשריבן א צייט צוריק אין שטערן/שפאקטיוו.
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:37 pm#43338
איך האב מיך פארגעשטעלט, אז עפעס מאכט עס נישט קיין סענס מיט די ווידאוס, האב איך געמאכט א גוגעל סערטש. און עס איז פאלש.

m http://asopa.typepad.com/asopa_people/2 ... fable.html m
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:26 pm#43401
יש"כ 'איינער' פאר די אינפארמאציע, עס זעהט טאקע אויס אז רוב אינטערנעט אידן האלטן אז די וידיאו איז פאלש.

וועל איך לעת עתה מוזן זיין צופרידן מיט א אמת'ע וידיאו וואס bbc האט געכאפט בשותפות מיט די גאווערמענט פון בראזיל אינעם אמעזאן רעין פארעסט, עס איז געכאפט געווארן מיט ספעציעלע זאאם לענזעס פון א קילאמעטער אוועק.



אויב הערט איהר מעררים דאן ליינט דא:
m http://www.huffingtonpost.com/2011/02/0 ... 18621.html m

און דא איז א גאנצער וועבסייט מיט אינטערעסאנטע אינפארמאציע, בילדער און וידיאו'ס.
m http://www.uncontactedtribes.org/evidence m

ווי אזוי אזא באגעגעניש גייט טאקע צו וועל איך מוזן איבערלאזן פאר יעדן'ס פריוואטער כח הדמיון.
דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:45 pm#43411
מאוויס איז דא זייער אסאך פון זיי. (נישט אלעס איז געמאכט פאר שוואכע הערצער)
קוקט אויס די זעלבע אמת ווי דעם.
מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:10 pm#43596
ס'דא פון צוויי געגנטער, אין אפריקע (ווי די זאלא שבט) און אין די עמעזאן זשאנגלען, אין די אפריקע זשאנגלען האט מען שוין מער ווייניגער יעדן אנטדעקט און געמאכט קאנטאקט, אבער אין די עמעזאן נישט ווייל דארט איז,דא א נארמאלע רעגירונג וואס באשיצט זיי, ס'איז א גרויס פארברעך דארט צו מאכן קאנטאקט מיט זיי נאכדעם וואס די מציאות האט געוויזן אז זיי באקומען כל מיני מחלות פון אונז וואס זיי זענען נישט אימיונט דערצו, און אונז זענען שוין אימיונט יארן פון די מחלות.
דאנערשטאג יולי 10, 2014 5:19 pm#211277
יעצט אין די נייעס אז א גרופע פון אזעלכע עמעזאן חברה האט מחליט געוועהן יא צו קאנטאקטען די וועלט ,און זענען ארויסגעקומען

m http://www.pri.org/stories/2014-07-09/u ... odern-life m

מומחים זאגן אז שוין 20 יאהר איז נישט געוועהן א פרידליכע קאנטאקט פון איינע פון די שבטים

בילד
דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:14 pm#211348
רוב פון די 'געפינסן' זענען סטעיגד כבמואר ברחבי הרשת.
מאנטאג אוגוסט 17, 2015 5:39 pm#296311
קול ברמה:
דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:47 am#385655
לעצטנס האב איך אראפגעלאדנט פון אן אשכול ''אינטערסאנטע דאקאמענטעריס'', א ווידיאו איבער א שבט אין אמעזאן דרום אמעריקא, איך קען עס יעצט נישט טרעפן (דא אין שטיבל), קען מיך איינער אפשר העלפן?