zurich האט געשריבן:ווייל דעיס איז פארט פון האבן א שווארצע שחור אלטץ פרעזידענט,
ס'נישט קיין שום חידוש אז זי גייט אזוי
דו זאגסט אז זי איז די ערשטע פירסט לעידי וואס זעהט אזוי אויס!
ער איז אויך די ערשטע פרעזידענט וואס זעהט אזוי אויס!!
זאג נאר, ס'מאכט דיר פילן בעסער מיטן זיין א איד דורך אונטעררייסן איינעם וועגן ראסע? האסט פארגעסן אז נישט קיין גאנצע 70 יאר צוריק איז דיין זיידע געווען אויף די ריסיווינג סייד פון ראסיזם? אז זעקס מיליאן אידן זענען אויסגעשאכטן געווארן ווען א פאלק האט אפגעמאכט אז זיי זענען די אויבער-ראסע און די אידן זענען א פראבלעם וואס דארף א "סעלושען"?
האלט דיר דיינע עקעלדיגע קאמענטס אין בויך, אבער אויפן אינטערנעט לייג עס זיכער נישט ארויף, דו ווייסט נישט ווער ס'ליינט אלס דא.
איך בין א גאנץ קנאפע חסיד פון מר. אבאמא, אבער ווען איך וויל עם אונטער רייסן טוה איך דאס אויף זיינע מעשים, נישט אויף די קאליר פון זיין הויט.