Under maintenance
הויפט זייט » עניני בחירה

עניני בחירה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
17 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #188
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:11 pm#1571
עניני בחירה
א תמימות'דיג איד איז זייער חשוב וואס איז דער קרעדיט?
אזוי אויך וואו איז די בחירה פון יעדן אויב הערט ער זייער אסאך און בטבע נעמט ער עס ערענסט
און אויב איז ער אויפגעוואקסן אין אזא און אזא סביבה
מען זעהט אז מענטשן טוישן זיך נאך יארן נאר וועגן נייע ידיעות,איז א סימן אז ידיעות איז זייער אסאך און אטאמאטיש וועט די מוח אויספירן במעשה
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:44 pm#1604
Re: עניני בחירה
איך מיטשע מיך זייער צו לייענען דיינע ווערטער. אפשר קענסטו מער מסביר זיין?

איך וועל פראבירן אויסצוקלארן דיינע ווערטער.

אויב א מענטש איז א תמימותדיגער, און גייט נאך וואס ער האט געלערענט אין חדר, ישיבה, און וואס זיין טאטע האט אים פארקויפט, קומט זיך אים קרעדיט?

איז ביי יעדן די זעלבע בחירה? אויב א מענטש נעמט אן זייער שנעל און ערנסט א זאך, און ס'אויסגעקומען אז ער דרייט זיך יעצט ביי ערליכע אידן, קומט אים שכר דערפאר? און וואס איז אויב פארקערט, ער דרייט זיך ביי מענטשן וואס גלייבן אין ע"ז, קומט אים אן עונש דערויף?

בערך.. באבי, האסט עפעס וואס מוסיף צו זיין?
דאנערשטאג מערץ 15, 2012 2:56 pm#1606
Re: עניני בחירה
ער זאגט בעיסיקלי אז פאר אסאך מענטשן וואס זענען ערליך און וואויל קומט זיך זיי נישט קיין סך קרעדיט ווייל דאס איז זייער נאטור, אדער זענען זיי גראדע מעכלעך אן קיין השגות אדער סתם נישט צו קלוג. איך טענה שוין לאנג אז זיין קלוג איז מער חסרון ווי מעלה. לא לחכמים לחם.
זונטאג אפריל 22, 2012 4:51 pm#6586
Re: עניני בחירה
קען איינער דא ביטע מסביר זיין אויב איז אלעס נהמא דכסיפא וואס איז די אויפטוה פון אונזער סיסטעם וואס מען פראגרעמט אלעס ראבאטיק ביז די 25-30 איינער האט דען א בחירה???
מאנטאג אפריל 23, 2012 12:23 pm#6792
Re: עניני בחירה
יארן באדערט מיך די קשיא.
כ'בין אביסעל קלוגער געווארן פון ליינען ענין זה אין מכתב מאליהו, כ'מיין פרק ג.
מאנטאג אפריל 23, 2012 12:59 pm#6803
Re: עניני בחירה
זר זהב האט געשריבן:ער זאגט בעיסיקלי אז פאר אסאך מענטשן וואס זענען ערליך און וואויל קומט זיך זיי נישט קיין סך קרעדיט ווייל דאס איז זייער נאטור, אדער זענען זיי גראדע מעכלעך אן קיין השגות אדער סתם נישט צו קלוג. איך טענה שוין לאנג אז זיין קלוג איז מער חסרון ווי מעלה. לא לחכמים לחם.


kliger האט געשריבן:קען איינער דא ביטע מסביר זיין אויב איז אלעס נהמא דכסיפא וואס איז די אויפטוה פון אונזער סיסטעם וואס מען פראגרעמט אלעס ראבאטיק ביז די 25-30 איינער האט דען א בחירה???



כפי הנראה איז גוט אריינצוברענגען דעם מאמר חז"ל אז דער אויבערשטער מיט מקפיד מיט צדיקים כחוט השערה. די "וואוילע און ערליכע" מענטשן האבן זיך זייערע ברירות אין לעבן און אויך זיי פאסן החלטות יעדן טאג. ס'איז פונקט ווי עמיצער וואס איז בוחר אויפ'ן בעסערן צווישן צוויי שלעכטע ברירות. וועט ער דען נישט באקומען קיין שכר דערפאר?

יעדער מענטש איז א יחיד. יעדער יחיד מאכט יעדן טאג החלטות. אויב מיינט ער גוט און טוט גוט - די בעסטע לויט זיינע מעגליכקייטן און פארשטאנד - האט ער מקיים געווען דעם "ובחרת בחיים".

זיין קלוג איז מער חסרון ווי מעלה. אכן...
מאנטאג אפריל 23, 2012 1:06 pm#6806
Re: עניני בחירה
בן-זומא האט געשריבן:כפי הנראה איז גוט אריינצוברענגען דעם מאמר חז"ל אז דער אויבערשטער מיט מקפיד מיט צדיקים כחוט השערה. די "וואוילע און ערליכע" מענטשן האבן זיך זייערע ברירות אין לעבן און אויך זיי פאסן החלטות יעדן טאג. ס'איז פונקט ווי עמיצער וואס איז בוחר אויפ'ן בעסערן צווישן צוויי שלעכטע ברירות. וועט ער דען נישט באקומען קיין שכר דערפאר?

יעדער מענטש איז א יחיד. יעדער יחיד מאכט יעדן טאג החלטות. אויב מיינט ער גוט און טוט גוט - די בעסטע לויט זיינע מעגליכקייטן און פארלאנג - האט ער מקיים געווען דעם "ובחרת בחיים".

זיין קלוג איז מער חסרון ווי מעלה. אכן...



אן אינטערעסאנטער געדאנק. דו האסט עס געזען ערגעץ, אדער ס'איז דיינע אן אייגענע השערה?
מאנטאג אפריל 23, 2012 1:21 pm#6808
Re: עניני בחירה
אבער וואס איז די ענין ארויפצוצווינגען יעדן אויף די העכסטע לעוועל
מאנטאג אפריל 23, 2012 1:55 pm#6811
Re: עניני בחירה
kliger האט געשריבן:אבער וואס איז די ענין ארויפצוצווינגען יעדן אויף די העכסטע לעוועל


דאס האט שוין נישט מיט דיין בחירה. כל זמן דו ביזט "דא", דארפסטו מאכן החלטות צווישן די ברירות פון דא. אז דו וועסט באשליסן אויסצואוועלן די ברירה זיך איבערצופעקלען "אהין", וועסטו טאקע דארפן באשליסן צווישן די ברירות פון "יענער" געזעלשאפט.
מאנטאג אפריל 23, 2012 2:04 pm#6812
Re: עניני בחירה
בן-זומא האט געשריבן: כל זמן דו ביזט "דא", דארפסטו מאכן החלטות צווישן די ברירות פון דא. אז דו וועסט באשליסן אויסצואוועלן די ברירה זיך איבערצופעקלען "אהין", וועסטו טאקע דארפן באשליסן צווישן די ברירות פון "יענער" געזעלשאפט.



און וואס טוט זיך, בן זומא, מיטן עצם באשלוס פון זיך "איבערצופעקלן," אין וועלכע קאטאגאריע פאלט דאס אריין?
מאנטאג אפריל 23, 2012 2:09 pm#6815
Re: עניני בחירה
יואליש האט געשריבן:און וואס טוט זיך, בן זומא, מיטן עצם באשלוס פון זיך "איבערצופעקלן," אין וועלכע קאטאגאריע פאלט דאס אריין?


אוודאי בחירה. למעשה האט יעדער די ברירה. ס'איז געווענליך פארבינדן מיט יסורי נפש און לאנג טערמיניגע קאנסעקווענצן. די ברירה איז אבער דא. ווען עמיצער טרעפט זיך בכלל טראכטן פון א מעגליכקייט אוועקצוגיין, איז עס ווייל ער מוטשעט זיך מיט יסורי נפש דא. און טאקע וועגן דעם איז עס בחירה: מען דארף אויסוועלן צווישן צוויי זייער שווערע ברירות.
מאנטאג אפריל 23, 2012 2:17 pm#6817
Re: עניני בחירה
מיין שאלה איז געווען צו ס'שייך א ובחרת בחיים. הער איך, לייגסט עס אריין אין די "לעסער אף טו איוועלס" קאטאגאריע.
מאנטאג אפריל 23, 2012 2:25 pm#6819
Re: עניני בחירה
/
מאנטאג אפריל 23, 2012 2:38 pm#6822
Re: עניני בחירה
יואליש האט געשריבן:מיין שאלה איז געווען צו ס'שייך א ובחרת בחיים. הער איך, לייגסט עס אריין אין די "לעסער אף טו איוועלס" קאטאגאריע.


דער "ובחרת בחיים" איז א לשון יחיד. איך גלייב אז יעדער יחיד ווייסט (עכ"פ, איז ביכולת צו וויסן) וועלכע ברירה איז די ריכטיגע פאר אים. אוועקגיין נגד דא בלייבן איז א טעארעטישע קשיא. דער פסוק רעדט אבער צום יחיד.
מאנטאג אפריל 23, 2012 2:42 pm#6823
Re: עניני בחירה
אוועקגיין און נישט אוועקגיין איז ווייט פון בחירה
דינסטאג אפריל 24, 2012 1:18 am#6988
Re: עניני בחירה
bobi האט געשריבן:א תמימות'דיג איד איז זייער חשוב וואס איז דער קרעדיט?
אזוי אויך וואו איז די בחירה פון יעדן אויב הערט ער זייער אסאך און בטבע נעמט ער עס ערענסט
און אויב איז ער אויפגעוואקסן אין אזא און אזא סביבה
מען זעהט אז מענטשן טוישן זיך נאך יארן נאר וועגן נייע ידיעות,איז א סימן אז ידיעות איז זייער אסאך און אטאמאטיש וועט די מוח אויספירן במעשה

דיין גאנצע שאלה איז נאר
וואס איז דער קרעדיט?

די תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר קרעדיט אדער קונצען, אפי נישט צו באקומען גן עדן.
סאיז געמאכט פאר געזעצן אין הדרכה פאר א גיט לעבן.
גן עדן אלץ שכר איז געזאגט געווארן פאר קינדער(רמב"ם)

שטעל דיך פאר איינער פרעגט"וואס איז די קונץ פין איינער וואס האלט זייער ערליך די אמעריקאנער גזעץ"
דאנערשטאג אפריל 26, 2012 10:57 pm#8156
Re: עניני בחירה
שטייט אויך אל תביאני לידי נסיון
איז פשט אז ווען דו ברענגסט זיך נישט אריין אין קיין נסיון, און דו בלייסט א גראדער מעכל, דיין קומט זיך דיר גאר אסאך קרעדיט

מ' פארציילט אויף א איד וואס האט נישט געוואלט אז זיין קינד זאל זיך אנזעהן מיט ראיות אסורות אין דערנאך פוגם זיין, האט ער עם געהאלטן אינדערהיים, אין א פארמאכטן שטוב, ביז די אכצן יאר.
נאך די אכצן און דער בחור גייט ארויס אויפן גאס, און ער האט געזעהן א מיידל, פרעגט ער זיין טאטן, וואס איז דאס? זאגט עם דער טאטע דאס איז א קאטשקע.
זאגט דער בחור פארן טאטן, איך האב ליב אזא קאטשקע.

עס איז א גוטער וויץ, אבער דאס איז די טבע פון מענטש, די תורה זאגט שוין, לפתח חטאת רובץ, כי יצר לב האדם רע מנעוריו, און ווער עס פירט זיך אויף וואויל, וועט באקומען שכר, און מ'דארף עם ארויפקוקן דערויף.

און חוץ דעם פון ווי ווייסטו וואס עס טוט זיך ביי עם אין הארץ? וואסער נסיונות ער גייט דורך?