Under maintenance
הויפט זייט » מעג איך לעבן ווי א טויזענט יאר ציריק?

מעג איך לעבן ווי א טויזענט יאר ציריק?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1891
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:44 am#46231
מעג איך לעבן ווי א טויזענט יאר ציריק?
יעדע מאל עס מאכט זיך אן הלכה'דיגע שאלה היינט ציטאגס קוקט מען וואס אלע פוסקים האבן ציזאגן ביז היינט און אזוי פסקנט מען.
ווי מער יארן עס גייט פארביי פונעם חתימת התלמוד מער ווערט די מיינינגען פון פוסקים.

מיין שאלה , דע פאקט אז איך בין געבוירן טויזענט יאר שפעטער בין איך מחיוב ציריק קוקן וואס יעדער תלמוד חכם האט מחדש געווען אין די אלע יארן ביז יעצט?
איך וויל גיין ציריק צים תלמוד סטרעט אזוי וואלט איך דאך געטון ווען איך לעב ווען דעמאלטס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:50 am#46234
נולד מאוחר האט געשריבן:יעדע מאל עס מאכט זיך אן הלכה'דיגע שאלה היינט ציטאגס קוקט מען וואס אלע פוסקים האבן ציזאגן ביז היינט און אזוי פסקנט מען.
ווי מער יארן עס גייט פארביי פונעם חתימת התלמוד מער ווערט די מיינינגען פון פוסקים.

מיין שאלה , דע פאקט אז איך בין געבוירן טויזענט יאר שפעטער בין איך מחיוב ציריק קוקן וואס יעדער תלמוד חכם האט מחדש געווען אין די אלע יארן ביז יעצט?
איך וויל גיין ציריק צים תלמוד סטרעט אזוי וואלט איך דאך געטון ווען איך לעב ווען דעמאלטס.


פון מיר אויס טוה וואס דו ווילסט, אבער טוה א טובה און שלעפ נישט אראפ קיין רויטע קליידער פון שיקסעס.
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 8:14 am#46247
אפשר ווילסט די עסען בשר עוף בחלב?
אדער ווילסטו אויך נישט ניצען קיין אנטי באיאטיק, קענסט אנקאכען די וויידעל פין א שווארצע קאץ, און איינטונקען און בלוט פין א פיקס וואס איז געשטארבען נעכטען, און שמירען אויף די אינפעקציע, און אלעס וועט. אוועק.
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 8:28 am#46248
און פארשטייט זיך טרינק נישט קיין קאווע, און פרעג נישט קיין שאלות מיט א קיבארד...
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 8:52 am#46249
נולד מאוחר האט געשריבן:יעדע מאל עס מאכט זיך אן הלכה'דיגע שאלה היינט ציטאגס קוקט מען וואס אלע פוסקים האבן ציזאגן ביז היינט און אזוי פסקנט מען.
ווי מער יארן עס גייט פארביי פונעם חתימת התלמוד מער ווערט די מיינינגען פון פוסקים.

מיין שאלה , דע פאקט אז איך בין געבוירן טויזענט יאר שפעטער בין איך מחיוב ציריק קוקן וואס יעדער תלמוד חכם האט מחדש געווען אין די אלע יארן ביז יעצט?
איך וויל גיין ציריק צים תלמוד סטרעט אזוי וואלט איך דאך געטון ווען איך לעב ווען דעמאלטס.


סע איז באוויסט אז דער גאון פון ווילנא און זיין גרויסער תלמיד רבי חיים וולאזינער האבען טאקע אזוי געהאלטען (אין טאקע אין די בריוו קעגען חסידים באקלאקט סעך דער גאון אז זיי -מיר- האלטען נישט דעם "דינא דגמרא". און דער שו"ע ווערט גארנישט דערמאנט).

מאכט דעם מוב פאר די הייליגע טעג און איר וועט'ס אייך פארשפארען לכה"פ 30 שעה אין דאווענען/יוצרות/סליחות צייט :twisted:
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:22 am#46285
רעז מער וועגען דער בריוו, וואס זאגט ער דארט?
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:18 pm#46320
איך געדענק איך האב אמאל געפרעגט אזא שאלה פון מיין פריוואטן מורה דרך, האט ער מיר געברענגט א שטיקל פון ערגעץ, דוכט זיך אין חובת הלבבות, אז איעדער מענטש ווערט באשאפן אין די סביבה וואו דארטן דארף ער דינען דעם אויבערשטן מיט די ״מנהגי המקום״ וואס נעמען אן וועלכע הלכה. ד.ה. ווען דער רבוש״ע וואלט געוואלט זאלסט טון דאס אויבנדערמאנטע וואלט ער דיר באשאפן אין אפגאניסטאן וכדו׳ און ניטאמאל דאס (תלמוד) וואלסטו געוואוסט... איך געדענק נישט דער מקור אדרבה אויב עמיצער קען אנווייזן.

גלייבסט אז דער רבוש״ע האט דיך אריינגעשטעלט דארט וואו דו ביזט? גלייבסט אז די וועלט האט א תפקיד פאר דיך? דער תכלית איז דו זאלסט טון דיין אויפגאבע און דער פאקט אז אין דיין ארום האט יעדער אנגענומען שו״ע אלץ הלכה אא״וו מיינט אז דאס איז דיין תורה
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:06 pm#46351
יא די קענסט, דער מהרש"ל שרייבט באריכות דערוועגן אין זיין הקדמה צום 'ים של שלמה',
דער פראבלעם וועט נאר זיין דער ענין פון מסורה, ווייל היות די גייבסט צוריק, וועט זיין די שאלה ווי שטעלט זיך אפ דער רויטע שטריק?
אויב אין די גמרא בלייבט עס במחלוקה, אבער די רבנן סבראי פסק'נען וואס מטוט אין אזא פאל, וואס גייסטו טוהן? פאלגען די רבנן סבראי, אדער אליינס אפ'פסק'נען וואס צו טוהן.
איינער וואס גייט מיט דעם מהלך, דארף קלאר, זייער קלאר, ארויס האבען פונקליכע נפק"מ ציווישען הלכה, מנהג, מנהג המקום, חומרות, חרם דרבינו גרשם, תקנות, תקנות ועד ארבע ארצות, הוראות שעה אבער מאיזה סיבה נשאר לדורות, אמאהל דארף דער מענטש אליינס מאכען גדרים וסייגים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 1:11 pm#46355
מעג איך לעבן ווי פיר טויזנט יאר צוריק [פאר מ"ת]?
[לדעתי דארף מען נעמן אין באטראכט די שאלה אויב וויל מען א קלארע תשובה אויף די שאלה וואס מהאט געפרעגט דא.]
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:16 pm#46411
ווילסט נישט זאגן סליחות?
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:40 pm#46433
אין לך אלא שופט שבימיך.. אין לך אלא כהן שבימיך.. די דארפסט טוהן וואס די רבנים פסק'ענען היינט. די איינציגסטע זאך וואס די קענסט טוהן איז טרעפן א רב וואס האלט אזוי ווי דיר און נאכגיין זיינע שיטות, אדער קענסטו לערנען זייער פלייסיג ביז דו ווערסט אליינס א רב און דערנאך זיך אליינס פסקענען ווי דו פארשטייסט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 5:55 pm#46480
I am of the opinion that today there are so many streams of Judaism, until each can take to himself what he wants, so no need to be different from everyone.
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 7:26 pm#46509
צווישן די תלמידי הגר"א איז געווען שטארק פארשפרייט אזא צוגאנג, וואו ס'באקאנט דעם צענזורירטן אויסדרוק פון הגר"ח מ'וואלאזין אז מען טאר נישט נושא פנים בהוראה זיין אפילו לרבותינו בעלי השו"ע, והדברים עתיקין.
דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 7:56 pm#46515
די פראגע איז אויך, אויב בין איך מוצש"ק אויף די גאס און איך זעה דריי שטערנס מעג איך טוהן א מלאכה אדער דארף איך ערשט קוקן צו ס'איז שוין די זמן אויף די לוח?
און אויב זעה איך דריי שטערנס און ווייס איך קלאר אז ס'איז נאך פאר דעם זמן פון לוח?

ואם תאמר אז וויבאלד איך האב מקבל געוועהן צו האלטן די זמן פון לוח דארף איך מיך האלטען צום לוח, הייסט דאס א קבלה פאר א דבר טוב? ווייל למעשה איז דאך דער זמן פון לוח נאר אוועקגעשטעלט צו פארהיטן פון ענדיגן שבת פאר עס איז דא דריי שטערנס. און אויב זעה איך דריי שטערנס בחוש איז דער גאנצער לוח אפשר בטל ומבוטל און איז בכלל נישט עפעס וואס מ'רעכענט זיך דערמיט?