פאר מ'זוכט הסברים אין די תורה לפי עוואלוציע (וואס איז דאך א טעאריע וואס ס'רוב היימישע אידן האלטן ס'שטותים) וויל איך וויסן פשוט פשט אין די פאלגענדע פסוקים לפי סייענטיפישע פאקטן וואס כ'מיין אז א יעדער חדר יונגעל ווייסט און איז מסכים.
ביי יום ראשון (קאפיטעל א, פסוקים ו-ח) שטייט:
וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים, יְהִי רָקִיעַ בְּתוֹךְ הַמָּיִם, וִיהִי מַבְדִּיל, בֵּין מַיִם לָמָיִם. וַיַּעַשׂ אֱלֹהִים, אֶת-הָרָקִיעַ, וַיַּבְדֵּל בֵּין הַמַּיִם אֲשֶׁר מִתַּחַת לָרָקִיעַ, וּבֵין הַמַּיִם אֲשֶׁר מֵעַל לָרָקִיעַ; וַיְהִי-כֵן. וַיִּקְרָא אֱלֹהִים לָרָקִיעַ, שָׁמָיִם
און גאט האט געזאגט: עס זאל זיין א "רקיע" אין די וואסער און עס זאל אפטיילן צווישן וואסער און וואסער. און גאט האט געמאכט דעם "רקיע", און עס האט אפגעטיילט צווישן די וואסער וואס זענען אונטער דעם "רקיע" און צווישן די וואסער וואס זענען העכער דעם "רקיע". און אזוי איז געווען. און גאט האט א נאמען געגעבן דעם "רקיע" - הימל.
וואס זענען דאס די "וואסער" וואס זענען העכער די רקיע? און וואס איז דאס די רקיע? פון די תורה'ס דעסקריפציע איז משמע אז עס אז געווען אזא גרויסע קעסטל פון וואסער און גאט האט אויסגעשפרייט א שלאק (די "רקיע") אינמיטן די וואסער אזוי אז עס זענען געווען וואסער העכער דעם שלאק און אונטער דעם שלאק, און די וועלט וואו מיר געפונען זיך איז אויף א יבשה וואס שווימט אויף די אונטערשטע וואסער, און די בלויע זאך וואס מיר זעהן העכער אונזערע קעפ איז די רקיע וואס העכער איר געפונט זיך די אויבערשטע וואסער. כ'מיין אז ס'וועט קיין איינער נישט טענה'ן אז די דעסקריפציע וואס כ'האב יעצט געשריבן איז די אמת'ע מציאות וויאזוי עס איז. אלזא, וואס איז פשט אין די צוויי פסוקים?
(פסוקים יד-יח)
וַיֹּאמֶר אֱלֹהִים, יְהִי מְאֹרֹת בִּרְקִיעַ הַשָּׁמַיִם, לְהַבְדִּיל, בֵּין הַיּוֹם וּבֵין הַלָּיְלָה; וְהָיוּ לְאֹתֹת וּלְמוֹעֲדִים, וּלְיָמִים וְשָׁנִים. וְהָיוּ לִמְאוֹרֹת בִּרְקִיעַ הַשָּׁמַיִם, לְהָאִיר עַל-הָאָרֶץ; וַיְהִי-כֵן. וַיַּעַשׂ אֱלֹהִים, אֶת-שְׁנֵי הַמְּאֹרֹת הַגְּדֹלִים: אֶת-הַמָּאוֹר הַגָּדֹל, לְמֶמְשֶׁלֶת הַיּוֹם, וְאֶת-הַמָּאוֹר הַקָּטֹן לְמֶמְשֶׁלֶת הַלַּיְלָה, וְאֵת הַכּוֹכָבִים. וַיִּתֵּן אֹתָם אֱלֹהִים, בִּרְקִיעַ הַשָּׁמָיִם, לְהָאִיר, עַל-הָאָרֶץ. וְלִמְשֹׁל, בַּיּוֹם וּבַלַּיְלָה, וּלְהַבְדִּיל, בֵּין הָאוֹר וּבֵין הַחֹשֶׁךְ; וַיַּרְא אֱלֹהִים, כִּי-טוֹב.
און גאט האט געזאגט, עס זאל זיין ליכטיגקייטן(?) אין די הימל (רקיע השמים), צו אפטיילן צווישן די טאג און צווישן די נאכט, און זיי זאלן זיין צו צייכענעס און צו מועדים, און צו טעג און צו יארן. און זיי זאלן זיין צו ליכטיגקייטן(?) אין די הימל (רקיע השמים), צו באלייכטן אויף די ערד, און אזוי איז געווען. און גאט האט געמאכט די צוויי גרויסע ליכטיגקייטן: די גרויסע ליכטיקייט צום טאג'ס הערשאפט, און די קליינע ליכטיגקייט צום נאכט'ס הערשאפט, און די שטערנס. און גאט האט זיי געלייגט אינען הימל (רקיע השמים) צו באלייכטן אויף די ערד און צו הערשן בייטאג און ביינאכט, און צו אפטיילן צווישן ליכטיגקייט און טונקל, און גאט האט געזען אז עס איז גוט.
פון די פסוקים איז משמע אז גאט האט אויפגעהאנגן אויפן אויבנדערמאנטן "שלאק" צוויי גרויסע מאורות, נעמליך, די זון און די לבנה, און אויך האט ער אויפגעהאנגן די שטערנס. קודם כל, די שטערנס זענען פונקט אזעלכע גרויסע מאורות ווי די זון. די זון איז נישט מער ווי א שטערן וואס איז פשוט אזוי נאענט צו אונזער וועלט אז עס באלייכט אונזער וועלטעל. אבער בכלל, די גאנצע דעסקריפציע איז סיי גיאצענטריש (די אלטע מאדעל פון אסטראנאמיע וועלכע איז אויפגעוויזן געווארן אלס פאלש) און אזוי אויך שטימט נישט די פשוט פשט'דיגע דעסקריפציע מיט די מציאות פון ספעיס (אפגעזען צו העליאצענטריזם אדער גיאצענטריזם איז ריכטיג). אלזא, וויאזוי לערנט מען פשט אין די פסוקים?
איינמאל איך וועל קענען פשט אין די פסוקים וועט מען אפשר קענען גיין ווייטער צו די אנדערע חלקים וועלכע זענען שטימען נישט ע"פ פשוט פשט מיט עוואלוציע.