Under maintenance
הויפט זייט » בנימי"ן זא"ב יטרף! א הייסן טרער אויפן פרישן יונגן קבר!

בנימי"ן זא"ב יטרף! א הייסן טרער אויפן פרישן יונגן קבר!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1934
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:52 pm#47118
בנימי"ן זא"ב יטרף! א הייסן טרער אויפן פרישן יונגן קבר!
יאָמי - הבחור בנימין זאב ע"ה ב"ר שמשון ברוך הי"ו ברוין - ווי איך פלעג אים רופן בלשון חיבה איז געווען א געהויבן יונגל פון א העכערן סארט, איך פלעג האבן א ספעציעלן קשר מיט אים, און איך פלעג כסדר רעדן און פארברענגן מיט אים.
די וואסער פון די אויגן גיסן, שטייענדיג היינט אינדערפרי אויף ראדני סטריט אין ווילימסבורג פארנט פונעם גרויסן סאטמארען שוהל, ווי הונדערטער פאמיליע מיטגלידער און גוטע פריינט האבן זיך מאסנווייז פארזאמעלט אפגעבן די לעצטע כבוד פארן טייערן בריליאנט שטיין וואס איז אזוי יונג און טראגיש פארשניטן געווארן און אוועקגענומען געווארן פון אונז דורכן פארשאלטענעם חולת המגיפה - די ביטערע מחלה השם ישמרנו - צום פלוצלונג'דיגן ביטערן שאק פון זיינע נאנטע וואס קענען זיך נישט גלייבן אז יאמי איז שוין נישטא אויף די זעלבע וועלט ווי אונז, די בא'חנ'טע רויטע בעקעלעך וועט מען מער נישט זעהן, די זיסע שמייכעלעך וועט שוין נישט זיין צו באקומען, די ווארעמע גריסן און ווערטאלעך וועט מען מער נישט הערן.
די ביטערע טראגעדיע וואס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט און שנעל קורסירט פון מויל צום אויער האט צופלעפט יעדן צוהערער באשאפן פון בלוט און פלייש, א חבר פון וויליאמסבורג האט מיר אנגערופן מיט די שלעכטע נייעס אז יאמעלע איז מער נישט בינינו - ער איז מער נישט צווישן אונז, מיינע אויגן האבן זיך פארגלייזט און מיין הארץ האט זיך ווי אויסגעשאלטערט פארפעלנדיג עטליכע קלעפ, א שרעקליכן קרעכץ האט זיך ארויסגעריסן פון די טיפעניש פון מיין נשמה: אוי באשעפער! וויפיל קענען מיר?!
דאס גאנצע נאכט איז דורך שווארץ, די צורה פון יאמי ע"ה איז מיר געליגן פארן פרצוף, ווי נישט זיך צו שיידן, דאס כליפען האט אנגעהאלטן און זיך פארשטערקערט בשעת'ן הערן דעם חשוב'ן פאטער ר' שמשון ברוך הי"ו מספיד זיין און זיך געזעגענען פון זיין הארציג קינד: "באשפער, איך נעם עס אן באהבה!" "עס איז יעצט אין די טעג פון בין כסא לעשור - בי"ן כס"א מיין טייערן זוהן האט מען באהאלטן און אוועקגענומען פון מיר!" און ארויסגעברענגט זיינע פשוטע מעלות, זיין רוב טובו, זיין צוגעלאזן הארץ צו יעדן איינעם צוגלייך אינדערהיים און צווישן די חברים וואס האט אפגעשפיגעלט זיין איידעלן כאראקטער און ווארעמען באנעמונג צו אלעמען, און בפרט פאר הכנסת כלה ווויפיל שווערע געלטער ער האט צוזאמגעשטעלט פאר די נויטיגע, קיין שלעכט ווארט אויף א צווייטן איז קיינמאל פון זיין מויל נישט ארויסגעקומען.
דער טאג נאך ראש השנה ג' תשרי ווערט געברענגט אין שו"ע איז א יום תענית און א יום צרה, אויפן טויט פונעם צדיק גדלי' בן אחיקם און נאך אסאך צרות וואס איז געשעהן פאר יודישע קינדער משך די דורות אינעם דאזיגן טאג, היי יאר איז אויף די ליסטע צוגעלייגט געווארן א שורה, עס איז אוועקגענומען געווארן פון אונז א חפץ יקרה א נשמה טהורה. כלל ישראל האט פארלוירן פון דאס בעסטע און שענסטע.
יאמעלע, יעצט ביזטו שוין נישטא מיט אונז דא פון אונטן, אבער דו ביזט נאך זיכער מיט אונז פון אויבען, אונז בעט מיר דיך: "האסט דאך אלע דיינע יארן אויף די וועלט פרובירט ארויסהעלפן יעדן איינעם ווען אימער, יעצט איז דיר שוין גוט דארט אבער פארגעס נישט פון דיינע נאנטע דא, רייס איין הימלען פאר די משפחה און חברים דיינע, ארלעדיג כל מיני ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל, פארארבעט מעשים אויבען מען זאל אונז שוין קומען אפנעמען פון דעם עקלדיגן ביטערן גלות דא, מיטן ווייסן אדלער זאלן מיר פליען קיין לאנד ישראל בקרוב ובמהרה ממש, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים!" מיר וועלן דיך קיינמאל נישט פארגעסן דא! מיר בענקן זיך עכט שטארק!

יהא זכרו ברוך - ותהא נשמתו צרורה בצרור החיים, אמן.

*
געדענקט ביים לערנען און ביי יעדן דבר טוב צו דערמאנען: לעילוי נשמת בנימין זאב בן שמשון ברוך עליו השלום.
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:54 pm#47119
איך האב אים נישט געקענט אבער זייער זייער הארציג באשריבען מר' פויער
אויף שמחות זאלסטו שרייבען
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:55 pm#47121
לעמיל האט געשריבן:איך האב אים נישט געקענט אבער זייער זייער הארציג באשריבען מר' פויער
אויף שמחות זאלסטו שרייבען

אמן!
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:57 pm#47122
אוי באשעפער. ס'איז מקויים געווארן די משל וואס חז"ל זאגן אויף סוכות, אזוי ווי א "עבד שמזג כוס לרבו והרס שופך לו את הקיתון על פניו." מיר האבן נארוואס געוויינט אין ביהמ"ד און מתפלל געוועהן פאר א זיס לעכטיג יאהר!! מיר האבן נארוואס מיט שמחה און אמת'ע אמונה אויסגעשריגן "היום תאמצינו" גלייבענדיג באמונה שלימה אז עס קומט א שנת גאולה וישועה. אבער, אוי אזא בראך. אזוי צוריקווארפן אונזערע תפילות אין פנים.
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:03 pm#47141
בד''ה, זייער שווער אין פליצלינג
לאמיר כאפען דעם ווינק פון די קרבנות ציבור
אין איינרייסן אויף בעסערס פאר תשע''ג


אגב, האט איינער א בילד פין דעם נפטר
איך וויל נאר זיכער מאכען אז איך ווייס ווער דאס איז
נישט אז איין טאג וועל איך טרעפן דעם געמיינטען נפטר אין ביהמ''ד
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:20 pm#47147
קלאר האט געשריבן:בד''ה, זייער שווער אין פליצלינג
לאמיר כאפען דעם ווינק פון די קרבנות ציבור
אין איינרייסן אויף בעסערס פאר תשע''ג


אגב, האט איינער א בילד פין דעם נפטר
איך וויל נאר זיכער מאכען אז איך ווייס ווער דאס איז
נישט אז איין טאג וועל איך טרעפן דעם געמיינטען נפטר אין ביהמ''ד

איך קען עס נישט ארויפלייגען אז ווילסט גיב מיר דיין emal וועל איך דיר עס שיקען
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:43 pm#47154
דא
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 5:51 pm#47159
יישר כח מר' a1b2
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 6:17 pm#47183
.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:50 am#47322
איז דא א מקור אז ווען דער נפטר גייט ארויף אויבן אין הימל, קען ער איינרייסן פאר אונז דא אונטן?
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:47 am#47350
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א מקור אז ווען דו נפטר גייט ארויף אויבן אין הימעל, קען ער איינרייסען פאר אונדז דא אונטען?

עפן א פרישע אשכול דערוועגן אין תורה ודעת, וועל איך שרייבן וועגן דעם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:16 pm#47423
הערליך באשריבן פויער ממש מיך אויך צו מאכן וויינען.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:01 pm#47467
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א מקור אז ווען דער נפטר גייט ארויף אויבן אין הימל, קען ער איינרייסן פאר אונז דא אונטן?


אפשר זאלסטו קויפן ספרים איבער מקורות, טעמי המנהגים ומקורי הדינים אפשר,
דו באמבארדירסט יעדן צווייטן אשכול מיט שאלות פון מקורות,
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:45 pm#47563
שמעקעדיג האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איז דא א מקור אז ווען דער נפטר גייט ארויף אויבן אין הימל, קען ער איינרייסן פאר אונז דא אונטן?


אפשר זאלסטו קויפן ספרים איבער מקורות, טעמי המנהגים ומקורי הדינים אפשר,
דו באמבארדירסט יעדן צווייטן אשכול מיט שאלות פון מקורות,

קאווע איז די בעסטע ספר. סארי פאר די באמבעס, כ'פראביר ס'זאל נישט פאלען אויף דיר.
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 3:17 pm#47574
פרעג אויך ווען דער נפטר גייט אראפ אונטן קענען מיר דא אויבן איינרייסן פאר אים. דאס האט פיל מער מקורות און איז מער זאכליך געפרעגט
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:08 pm#47605
צוקער האט געשריבן:הערליך באשריבן פויער ממש מיך אויך צו מאכן וויינען.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:13 am#47723
ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:23 am#47726
קופערניקוס האט געשריבן:פרעג אויך ווען דער נפטר גייט אראפ אונטן קענען מיר דא אויבן איינרייסן פאר אים. דאס האט פיל מער מקורות און איז מער זאכליך געפרעגט

פארוואס זאגסטו עס האט מער מקורות?
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 10:12 am#47768
קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ערב יוט,
איך ווייס נישט זיכער, אבער כאב געהערט אז זיין קערפער האט נעבך נישט געקענט פארנעמן די טריעטמענטס. ה׳י!
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 11:57 am#47792
קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ער האט געהאט ערב יום טוב הויעך פיבער ער איז גיגאנגן צום דאקטיר אין מען האט אים געלייך אריינגעשיט אין שעפיטאל איך הער אז די דאקטער דא האט געמאכט א בהלה אז ער האט יענע מעשה
רל ממיילה האט די שפיטאל גגעבן גאר שטארקע מעדיקעשן וואס ער האט בכלל נישט
געדארפט האבען האט ער לע געכאפט א מיסע הארץ צוטאק
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:00 pm#47794
.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:07 pm#47796
אוי טאטי האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ערב יוט,
איך ווייס נישט זיכער, אבער כאב געהערט אז זיין קערפער האט נעבך נישט געקענט פארנעמן די טריעטמענטס. ה׳י!

די טריטמענטס הרגנ'ן אזוי שנעל?
ווילאנג האט ער באקומען טריטמענטס אין געזעהן אז זיין קערפער פארנעמט עס נישט?
חוץ אויב ס'איז א אלערזשי ריעקשאן אד''ג וואס קען זיין פליצלינג פאטאל
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:14 pm#47798
a1b2 האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ער האט געהאט ערב יום טוב הויעך פיבער ער איז גיגאנגן צום דאקטיר אין מען האט אים געלייך אריינגעשיט אין שעפיטאל איך הער אז די דאקטער דא האט געמאכט א בהלה אז ער האט יענע מעשה
רל ממיילה האט די שפיטאל גגעבן גאר שטארקע מעדיקעשן וואס ער האט בכלל נישט
געדארפט האבען האט ער לע געכאפט א מיסע הארץ צוטאק

ער איז אוועק פין א הארץ אטאקע?
אין בכלל נישט געהאט די מחלה?
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 12:55 pm#47809
איך האף אז מ'גייט סוען יענעם שפיטאל! סיז כמעט קלאר אז א מענטשליכער טעות האט אים אוועקגעלייגט.
פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 2:01 pm#47828
קלאר האט געשריבן:
a1b2 האט געשריבן:
קלאר האט געשריבן:ווען האט מען אנדעקט די מחלה
אין וואס איז געשעהן אזוי פליצלינג?
איז געווען קאמפליקאציעס?

ער האט געהאט ערב יום טוב הויעך פיבער ער איז גיגאנגן צום דאקטיר אין מען האט אים געלייך אריינגעשיט אין שעפיטאל איך הער אז די דאקטער דא האט געמאכט א בהלה אז ער האט יענע מעשה
רל ממיילה האט די שפיטאל גגעבן גאר שטארקע מעדיקעשן וואס ער האט בכלל נישט
געדארפט האבען האט ער לע געכאפט א מיסע הארץ צוטאק

ער איז אוועק פין א הארץ אטאקע?
אין בכלל נישט געהאט די מחלה?

ער האט יא געהאט נישט דעיס האט אים אבער אוויגלייגט