Under maintenance
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם! » אנקעטע: קאלירן פאר "תורה ודעת"

אנקעטע: קאלירן פאר "תורה ודעת"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 45 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1935
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:54 pm#47206
אנקעטע: קאלירן פאר "תורה ודעת"
דער עולם ווערט געבעטן צו שטימען פאר די קאלירן וואס מיר זאלן נוצן פאר די "תורה ודעת" פארומס.
די אנקעטע בלייבט אפן ביז קומענדיגער וואך פרייטאג, י"ב תשרי - סעפטעמבער 28.
מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 8:03 pm#47210
באמת כמעט אלע זענען שיין, כ'קען נישט דעסיידן
דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:36 am#47346
זר זהב האט געשריבן:באמת כמעט אלע זענען שיין, כ'קען נישט דעסיידן

טראכט נישט נאר צו עס איז שיין אדער נישט, טראכט אויך צו עס וועט דיר זיין גרינג אויף די אויגן ווען דו קוקסט אויף דעם א לענגערע צייט.
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:05 am#48404
Number 5 is the MOST respectful and serious looking in my opinion
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:10 am#48405
He was chutzpe'dig to me many times
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 11:50 am#48425
ענק זענען אלע אנגעזעצטע מענטשן? פארוואס ווילן רוב מעמבערס נאמבער פינף? אזעלכע טונקעלע דיפרעסינג קאלארס.
נאמבער דריי איז די שענסטע און איידלסטע לויט מיין אפיניען.
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:04 pm#48431
משה רוקח האט געשריבן:ענק זענען אלע אנגעזעצטע מענטשן? פארוואס ווילן רוב מעמבערס נאמבער פינף? אזעלכע טונקעלע דיפרעסינג קאלארס.
נאמבער דריי איז די שענסטע און איידלסטע לויט מיין אפיניען.

האסט מיך אויס געכאפט איך האב געוואלט פרעגען די זעלבע זאך נומבער 5 דערמאנט מיך פון די עונג שבת פארוואס נישט עפעס מיט מער לעבען אביסעל קאלער
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:05 pm#48432
דיינע ספרים בינדסטו אויך אין קאלירפולע דעקלעך?... תורה ודעת מעג זיין אביסל אן ערענסטע לוק.
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:08 pm#48434
איך בינד נישט קיים ספרים אבער מיט דעים האלט איך אז אפי' תורה ודעת מעיג האבען אביסעל קאלער איך פארשטיי מער א איידלע אבער שווארץ?? איך בעיט דיך....
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:12 pm#48436
גרעי איז נישט שווארץ. ס'איז איידל, רואיג און סאליד.
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:23 pm#48439
נומער 3 האט זייער א גרויסע פראבלעם, אז ס'ממש כמעט די זעלבע ווי די אלגעמיינע, ס'איז ביידע בלוי,
דער תועלת פון די קאלירן איז אז ווי נאר מ'קומט אריין זאל מען תיכף זיך שפירן ווי מ'איז און אנדערן מקום,
אפי' לאמיר זאגן אז שווארץ איז נישט אזוי שיין מוז עס לפענ"ד זיין איין אנדערן טהעים,
למשל צימעס (וואס איך האב אויך געמאכט), איז אויך א אנדערע טהעים אינגנאצן, עס איז ברוין,
ווי נאר דער ליינער זעהט די ברוינע קאליר שפירט זיך שוין א שטיקל קאמישקייט און קרירות,
די זעלביגע דא ווי נאר מ'טרעט אריין תורה ודעת דארף דער קאליר פאטשן אין פנים
און זאל תיכף פארקנייטשן דעם שטערן און אויסגיסן אן ערנסטן געזיכט אויפן פנים,
למעשה האלט איך אז די שווארץ איז יא א קלאסישע קאליר, ווייל דאס אריינמישן די טינקל רויט דאס געבט די חיות,
למשל ספרים אין ביהמ"ד זענען מייסטענס, שווארץ אדער רויט, ( און אויך בלוי אבער ווי געשמועסט טויג נישט בלוי),
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:27 pm#48442
איי געס על טעם וריח אין להתווכח און אויב רוב ווילען דעיס ועמער זיך צושטעלען צו דעים
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:43 pm#48448
געשטימט פארן 5'ער, ווי די עולם האט שוין דא ארויסגערענגט, אז די סיבה פארוואס מען גייט דאס פארבן איז וויבאלט עס זאל זיין ניקר גלייך ווען מען קומט אריין אינעם תורה ודעת אפטיילונג אז מען דארף זיך אויפפירן ווי עס פאסט, און רעספעקטירן די פרינציפן פין די אפטיילונג, און לדעתי וואלט גרעי געווען די בעסטע קאליר דאס ארויסציברענגען
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:53 pm#48458
געשטימט פאר 3. גאלד איז גערעכט אז ס׳דארף זיין אנדערש, אבער ״אביסעל״ אנדערש איז גענוג אז מ׳זאל כאפען ווי מ׳איז. מאורי הפרגוד איז אויך נישט זייער אנדערש , אבער ס׳געניג צו כאפן ווי מ׳איז. און די מעלה איז אז אויב סאיז נאר אביסעל אנדערש קען מען זיך שנעלער צוגעוווינען
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 2:17 pm#48468
איך האב געשטימט פאר 4. איך ווייס נישט וואס מיין אנדערער ניק האט געטון, ס'נישט מיין אחריות איך האב בכלל נישט זיין טעיסט.
מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 4:27 pm#48512
תורה ודעת דארף זיין "בלוי-ווייס" :lol:
דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 1:33 pm#48737
פינף איז טאקע אזוי ספוקי, אבער נאך די ערענסטע... געשטימט!
מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 9:28 pm#49048
זר זהב האט געשריבן:איך האב געשטימט פאר 4. איך ווייס נישט וואס מיין אנדערער ניק האט געטון, ס'נישט מיין אחריות איך האב בכלל נישט זיין טעיסט.

יישר כח.
(בעל ה4)
מוצ"ש סעפטעמבער 29, 2012 11:43 pm#49072
אוי וויי. דעמאקראטיע טויגט נישט!!! איך האף די הנהלה וועט אנפייפען דעם עולם און וועט נישט לייגן די דעפרעסירענדע קאליר נאמבער 5
זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:46 pm#49123
גם אני מצטרף להנ"ל :ניין: :ניין: נישט ניצען 5
זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:56 pm#49129
נאך א פשט האט געשריבן:גם אני מצטרף להנ"ל :ניין: :ניין: נישט ניצען 5
זונטאג אקטאבער 21, 2012 4:22 pm#53781
איך שטים פאר נומערע איינס, ס'קוקט טאקע אויס ווי די טיפישע "העלט פארם'ס/אפליקאציעס", אבער די קאנטראסט פון די קאלירן איז שטארק, און ס'איז היפש אנ'אנדערע קאליר ווי די אנדערע פארומס.
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:45 pm#54119
ווען שליסט זיך די אנקעטע?
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:43 pm#54282
לעמיל האט געשריבן:ווען שליסט זיך די אנקעטע?

הסקר נגמר בתאריך פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 7:54 pm
מאנטאג אקטאבער 22, 2012 4:51 pm#54285
שמואל הלוי האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:ווען שליסט זיך די אנקעטע?

הסקר נגמר בתאריך פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 7:54 pm

פארוואס אזוי לאנג?