Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט
כעלמער מגיד, איך זייטיג מיט ר' חיים נחומ'ען, און איך וויל אפאר ווערטער צולייגן, דו ברענגסט א רמב"ם איבער משא ומתן באמונה, דו ווילסט מיר זאגן אז ר' משה אליעזר האט געפירט "ביזנעס" און עס נישט געפירט באמונה? ער האט בא'גנב'עט מענטשן? בא'ראבעוועט מענטשן, אונטערגעברענגט זייערע פרנסות? וכדומה. וואס ווי ווען. ער האט גע'כשר'ט געלט, און דורך דעם געהאלפן מענטשן זיך ארויסדרייען פון צאלן שטייערן.
אויב ווילסטו זאגן אז דאס הייסט משא ומתן שלא באמונה, ביסטו בארעכטיגט, אין אמעריקא איז יעדער ענטייטלד צו זיין (ראנג) אפיניאן, אבער דאס מיינט נאך נישט אז דאס איז די הלכה. ע"פ תורה (און גראדע אויך לויט די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, דערפאר האט מען געמוזט מאכן אן אמענדמענט ואכמ"ל), איז די סארט שטייערן וואס די אמעריקאנער רעגירונג טוט איינקאסירן, פאלנע גניבה. ווען א רעגירונג טוט לעגאליזירן פאר זיך געוויסע סארט גניבות איז עס נאך נישט געווארן אויס גניבה, עס איז פשוט לעגאלע גניבה, אבער גניבה בלייבט גניבה צו עס איז לעגאל צו נישט.
איי די אמעריקאנער גאס קוקט עס אזוי אן (ביים איד פארשטייט זיך, זיי מעגן, עטליעסט ביז מען כאפט זיי) פיין, עס איז א טענה, אבער הלכה ווערט עס נאך נישט צוליב דעם. די אמעריקאנער גאס קוקט אויך זייער אראפ דאס וואס מיר געבן נישט הענט פאר נשים, און דאס וואס מיר טאנצן נישט מיט זיי באנעזאם, און דאס וואס מיר שיקן נשים אינבעק פון די באס און אז זיי גייען אנגעטאן בצניעות. נו עסטו מיר יעצט זאגן אז דאס איז אויך חילול ה' ווייל עס שטייט שיהא דיבורו בנחת עם הבריות? (עפעס וואס ר' משה אליעזר האט דוקא זייער שיין אויסגעפירט).
ווידער מסירה קעגן א איד איז גאר א הארבער עבירה, אפילו ווען ביי די אמעריקאנער קוקט עס אויס ווי א מצוה, און נישט מסר'ן איז גאר א געהויבענע זאך, אפילו עס רעגט אויף די אמעריקאנער שופט אדער שופט'קע, די תורה טשעידשט זיך נישט ווייל אזוי קוקט עס דער גוי אן.
ר' משה אליעזר איז דא דייקא יא א גרויסער מקדש שם שמים, אפילו לויט די קריטעריעס וואס דו האסט געברענגט, וועל איך אלזא אויספירן נאכאמאל:
שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.
----
האסט אריינגעהאקט
וואס הייסט די רעדע איז נישט ע"פ תורה, דער גדר פון חילול ה' ווערט נקבע ע"פ תורה, נישט אזוי? אויב נישט אויף וואס ארויף האסטו געברענגט דעם ואהבת את ה' אלוקיך שטיקל. יא, חילול ה' האט טאקע מיט די תורה, די תורה איז קובע וואס דאס איז, און דו אליינס האסט דא געברענגט איין זייער שיינעם שטיקל איבער דעם, און דאס זאג איך דיר דא. ער קומט נאך אלע תנאים אין דעם שטיקל. און עס איז נישט קיין נפק"מ ווי שטארק ער האט געמיינט לשם שמים צו נייציג פראצענט אדער נאר זעכציג. דער מציאות איז אז ער איז נישט רייך געווארן דורך דעם (אזוי ווי פילע אנדערע) און ער האט געטון מיט דעם אסאך מצוות.
איי ער האט באשווינדלט די רעגירונג, וואס לויט די הייליגע אמעריקאנער מוחות איז דאס "די ערגסטע" עבירה אין די וועלט? האב איך דאך א רעכט מחולק צו זיין מיט פעטרא, פיטער און גאנזאלעז און זאגן אז עס זענען דא ערגערע עבירות פון דאס, ווי למשל מסירה.
ווידער גיין זיצן אין תפיסה פאר נישט וועלן מסר'ן איז א גרויסער קידוש ה'. א איד איז מקיים דעם שולחן ערוך אפילו עס קאסט אים תפיסה. דאס הייסט מקדש שם שמים בגופו ובממונו.
שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.