דולה ומשקה האט געשריבן:ווען נישט דער 'רבי', נישט קיין נפק"מ וועלכע, ווען דער 'רבי' האט גארנישט - אבסאלוט גארנישט - פון זיינע מוסדות, למשל ער טיילט נישט קיין חנוכה געלט, בחורים קומען נישט צו קיין טישען (נאר לערנען באותו זמן וכו'), זיי האבען גארנישט מיט דער עצם חסידות, די איינגעשטעלטע אין ישיבות מלמדים מלמדות טיטשערס זענען נישט קיין קינדער קרובים וכו', וואלט דער 'רבי' זיך געמיטשעט אויס צו האלטן זיינע מוסדות, פארוואס זאל ער יא, וואס פאר א ניצען האט ער דען פון זיי, גארנישט. ער קאן דאך נישט נוצען די בניני המוסדות פאר פראפאגאנדע צו בויען די חסידות. וואלט ער דען אינוועסטירט אזוי פיל געלט כח און מח אז ער זאל נאר זיך קענען באנוצען מיט די אינגעלייט?
אלא מאי לכאורה מיז איך זאגען אז ער מיינט נישט באמת דעם חינוך אדער מרחיב זיין גבולי הקדושה, נאר בלויז מרחיב זיין די חסידות מיט מענטשהייט (ער דארף פלייש אנצופילען דער פאררענטשעס), קען מען באמת זאגען אויף דעם 'רבי' אז ער האט מעמיד געוועהן "תלמידים" [למאות או לאלפים], איך גיי נישט דא אריין אין דער עצם עניני חסידות נאר בנוגע חינוך הבנים, היות דער מוסדות מעיקר מלכתחילה איז נישט באמת אינגאנצען לשם שמים [שיין געזאגט], נאר פשוט דער נאמען פון דער חסידות זאל שטיין אויף דער באסעס, ממילא האט עס אזא פנים.
כ'מיין פארוואס דארף דער חסידות מיט דער מוסד (די בנין וואס מ'לערנט דארט די קליינע קינדער ולמעלה מזה) האבען דעם זעלבע נאמען? מיינט נישט אינגאנצען דעם חינוך נאר מציעט אויף די זאלסט בלייבען דא, זאלסט נישט אוועק גיין, מדארף דיר די זאלסט שטיין אויף די בליטשערס, שאקעל דיך, קום צום 'טיש', דער חינוך מיינט באמת "ווער מיינע חסידים".
ועוד יש להאריך בפרטיות הדברים.
און אפשר איז דער תפקיד פון א חסידות אין אונזערע צייטן צו פורמען אזא סטרוקטור, אין וועלכער די וואס באלאנגען צו דעם חסידות זאלן זיך האלטן אויף דעם וועג? מיר קענען לכאורה מסכים זיין אז רוב מענטשן טראכטן נישט צו טיף אריין אין יעדער זאך. רוב פונעם חרדישן ציבור איז נישט גרייט (און ווילן ניטאמאל) זיך אליין אויפבויען א שיטה לויט וועלכער צו לעבן. דערפאר דארף זיין א געוויסער "באקס" פאר די מענטשן.
דאס וועט יעדער מודה זיין אז חסידות היינט טראגט גאר אן אנדער פנים ווי דעם וועלכן דער בעש"ט האט מייסד געווען. מען דארף אבער אויך געדענקען אז די וועלט, די מענטשן, די אומשטענדן, די השגות פון מענטשן וכו' וכו' האבן זיך אזוי געטוישט אין די לעצטע צוויי הונדערט יאר, אז ווען מען וויל האבן עפעס וואס זאל אקאמאדירן דעם היינטיגן מצב, קען עס נישט זיין א חסידות אויף יענעם נוסח.
קיינער האט זיך נישט אוועקגעזעצט אויספלאנירן די "ביג פיקטשור" וויאזוי אונזער עולם און אונזערע חסידות'ן זאלן אויסזען. דאס געשעט צוביסלעך, אנטוויקלט זיך בהדרגה. ס'איז זייער שטארק מסתבר אז בעתיד וועט חסידות אויסזען אנדערש ווי היינט צו טאג.
מ'קען באשולדיגן די מנהיגים פון היינט ביז מארגן. די מנהיגים לעבן אבער אויך אינעם זעלבן דור, אין דער זעלבער וועלט, אונטער די זעלבע אומשטענדן. אלעס זענען שטיקלעך פון איין גרויסן פאזל.