Under maintenance
הויפט זייט » צוויי-שפראכיגע זענען קליגער

צוויי-שפראכיגע זענען קליגער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #211
זונטאג מערץ 18, 2012 11:22 pm#1965
צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
אין א גלאבאליזירטער וועלט איז נישט קיין חידוש צו זאגן אז רעדן מער ווי איין שפראך האט בענעפיטן, אבער אין די לעצטע יארן האבן וויסנשאפטלער אנגעהויבן ווייזן אז די וואס רעדן מער ווי איין שפראך געניסן פון נאך בענעפיטן - עס מאכט זייער מח בעסער ארבעטן, און שיצט קעגן פארקאלעכונג.
m http://www.nytimes.com/2012/03/18/opini ... ef=general m
זונטאג מערץ 18, 2012 11:42 pm#1968
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם
מאנטאג מערץ 19, 2012 12:22 am#1974
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
דבילה האט געשריבן:א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם

איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?
מאנטאג מערץ 19, 2012 1:32 pm#2035
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
א גרויסע פראצענט חרדים זענען נישט צוויי-שפראכיג, זיי נוצן א שפראך וואס איז א געמיש פון צוויי. עס הייסט "יונגליש"
מאנטאג מערץ 19, 2012 1:39 pm#2041
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
קול גדול האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם

איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?
מאנטאג מערץ 19, 2012 3:15 pm#2062
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
יידל האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם

איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?

גערעכט, מ'קען זיין קלוג אן באשטייערן צו די מענטשהייט.
מאנטאג מערץ 19, 2012 5:36 pm#2069
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
יידל האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:א וואונדער אז חרדים זענען פיל פאכיג קלוגער ווי די המון עם

איז פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?

די שאלה איז, וואס הייסט קלוגשאפט, עדיוקעישאן? IQ, חכמה, בינה, דעת?
מאנטאג מערץ 19, 2012 11:15 pm#2103
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
מ'קען זיין עדויקעטעד און נאך אלס זיין א גרויסער נאאאר!!
דינסטאג מערץ 20, 2012 8:22 pm#2164
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
קול גדול האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן: פארוואס זעט מען נישט קיין נאבעל פרייז געוואונער וואס זענען חרדים?

זייט ווען מעסט זיך קלוגשאפט אין נאבל'ס מתנות?

גערעכט, מ'קען זיין קלוג אן באשטייערן צו די מענטשהייט.

זאג נאר, די האלטסט למשל אז הרב אלישיב, הרב וואזנער וכו' האבן עפעס באגיישטייערט פאר די מענטשהייט? נו, פארוואס האבן זיי נישט באקומען קיין נאבל פרייז? אלא מאי, נישט אלץ איז נאבל פרייז = בייגעשטייערט פאר די מענטשהייט.
דינסטאג מערץ 20, 2012 8:36 pm#2168

ניין, די אלע רבנים וואס דו האסט אויסגערעכנט האבן נישט בייגעשטייערט פאר די מענטשהייט.
דינסטאג מערץ 20, 2012 8:51 pm#2170
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
אונזער עולם איז צוויי-שפראכיג? א מכה בדופן. ניטאמאל איין שפראך קען מען, ווי קופערניקוס האט שוין אנגעמערקט. אבער עס איז טיפער ווי קופערניקוס האט ארויסגעברענגט; אונזער עולם קען נישט אפילו א שפראך וואס איז געמישט פון צוויי שפראכן - מען קען נישט קיין שום שפראך. פינטל.
און אויב רעדט זיך איינער איין אז אונזער אזויגערופענער צוויי-שפראכיגקייט וועט אונז עפעס העלפן, נאט אייך דעם פאלגנדן באריכט: m http://www.bbc.co.uk/news/health-17381926 m
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:37 pm#4091
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
דער "יודיש פארם" פראפעגאנדירט דערמיט: m http://www.yiddishfarmblog.org/?p=1264 m
דינסטאג מאי 01, 2012 1:15 pm#9156
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
נאך א באריכט באשטעטיגט דאס:
m http://www.bbc.co.uk/news/health-17892521 m
דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:27 pm#11223
לעצטנס געווען אין די נייעס אז פורטא ריקא ווערט צוויי-שפראכיג.
דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:12 pm#11241
לאדיך אפ האט געשריבן:לעצטנס געווען אין די נייעס אז פורטא ריקא ווערט צוויי-שפראכיג.

וועלכע שפראכן? און לינק ביטע.
דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:53 pm#11255
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 9:56 am#434854
Re: צוויי-שפראכיגע זענען קליגער
עס איז אבער וויכטיג אנצומערקן אז די טעאריע איז אז די קאגניטיווע בענעפיטן פון קענען צוויי שפראכן האט א threshold (עפ״י דר. דזשים קוממינס (און אנדערע); פון די פארשער אויף די נושא). דהיינו, מ׳דארף האבן א proficiency אינ׳ם צווייטן שפראך כדי די קאגניטיווע בענעפיטן זאלן זיך מאנעפעסטירן. אויב נישט קען דאס צומושעניש פון די צוויי שפראכן אפשר גאר שאטן (עכ״פ פאר קינדער).
Threshold.jpg
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 1:36 pm#434868
אויב מ'וועט זאגן אז ווי מער שפראכן מ'קען האלבוועגס אלץ נארישער איז מען, וועט מען שוין זייער גוט פארוואס חרדים זענען געווענליך נאריש מ'קען אביסל אידיש, אביסל ענגליש, אביסל לשה"ק און אביסל אראמיש, ס'ווערט איין גרויסע געמויזשאכטס און מ'קען נישט גארנישט.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 8:49 pm#434884
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב מ'וועט זאגן אז ווי מער שפראכן מ'קען האלבוועגס אלץ נארישער איז מען, וועט מען שוין זייער גוט פארוואס חרדים זענען געווענליך נאריש מ'קען אביסל אידיש, אביסל ענגליש, אביסל לשה"ק און אביסל אראמיש, ס'ווערט איין גרויסע געמויזשאכטס און מ'קען נישט גארנישט.

אזוי קענט איהר אראפ-קוקן חרדים אן צו זיך פיהלן שלעכט אז דו קוקסט אן א מענטש לויט זיין ראסע
וויבאלד די זאכן וואס דו האסט פיינט אין זיי (אונז?) איז נישט געוואוגן אין אפשטאם נאר אין די תערובת השפראכן דידן.
לאל.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 11:56 pm#434894
נאך מער,
מען קען פיר האלבע שפראכן
לשון קודש
אראמיש
אידיש
ענגליש

קען מען זיך פארשטעלן ווי נאריש מען ווערט פין קענען פיר האלבע שפראכן?