ראשעקאל האט געשריבן:די פאסט מאכט א מצב. די רעסטוראנט איז הונדערט פראצענט גערעכט!!
טעקניקלי איז די רעסטוראנט גערעכט, שטעל דיך פאר אז דו האסט א שיינע אפסקעיל רעסטוראנס, אויפן וואסער פראנט, צאלסט טייער געלט אויפצוהאלטן דעם פלאץ אויפן שענסטן פארנעם, און ס'הייבן זיך אן אריינצוריקן ספאנישע יוגענטליכע וואס קומען וואטשען די שיפן וואס פארן אריבער, פולן אן אלע טישן, און ארדערען נאר וואסער צו טרינקען. דו פראבירסט צו העכערן די פרייז פון וואסער צו דריי דאלער, פיר, פינעף, ס'ארבער אבער נישט, זיי קומען ווייטער. דו דערלייגסט געלט ווייל זיי פולן אן די פלאץ, און דו קענסט זיך נישט געבן קיין עצה. דיינע וועיטערס רעגן זיך אויך ווייל זיי לעבן אויף טיפ'ס און 10 פראצענט טיפ אויף א באטל וואסער איז א נישטיגע דרייסיג צענט, באין ברירה האט ער געמאכט א פאליסי אז איינער וואס זעט אויס אז ער\זי גייט נאר ארדערן וואסער קאסט עס $25 צו זיצן אויפן טערראסע.
די פראבלעם איז נאר אז לעגאל קען ער יא האבן פראבלעמען, ער וואלט געדארפט ארויסלייגן א סיין, אז אויף ארדערט מען נאר וואסער קאסט די וואסער $25 טאלער, אבער יעצט אז ס'דא פיקטשערס פון די אינסייד ביכער אז פאר איינער וואס גייט מיט א קאפעל זאל מען טשארדזשען $25 נאר פארן זיצן קען ער האבן א דיסקרימינעישען לאו סוט, אויב איינער וועט אריינגעבן א קלאגע.