מאנטאג מערץ 19, 2012 11:29 pm#2108
שטיצן קאנדידאטן וועלכע שטיצן "חוקי תועבה"
ס'איז לוסטיג און לעבעדיג, רבנים און עסקנים זענען ארויסגעקומען מיט א בריוו אז מ'טאר נישט שטימען פאר א געוויסן קאנדידאט וויבאלד ער שטיצט "חוקי תועבה". די נייע מאדע פון באזירן אונזערע שטימען לויט די "מאראלישע" איבערצייגונגען פון א קאנדידאט, נעמט נאר אן העכערע שטיפעס, און עס לייגט זיך ממש נישט אויפ'ן שכל. איך מיין אז דאס איז נאך א רינגעלע אין דעם קייט פון דער חרדישער איבערוואנדערונג צו דער קאנסערוואטיווער לאגער אין די לעצטע יארן, א דאנק כ"ק משפיע דורינו, מוה"ר ראש לימבא שליט"א.
עס איז א טעות צו טראכטן אז מיר דארפן אריינשטעלן קאנדידאטן אין דער רעגירונג וועלכע פּרעזענטירן אונזערע דעות און די ווערטן פון תורה ומצוות. עס זענען אפילו געווען פעלער ווען די רבנים האבן געהייסן שטימען פאר נישט-אידישע קאנדידאטן קעגן שומרי תורה ומצוות. עס פארשטייט יעדער אז א שומר תורה ומצוות האט גרעסערע שאנסן אז זיינע געזעצן וועלן זיין אין איינקלאנג מיט דער תורה, דאס איז אבער קיינמאל נישט געווען דער וועג וויאזוי מען האט געקליבן קאנדידאטן פאר סעקולערע רעגירונג פּאסטנס – אלעס איז געווען געוואנדן איבער וויפיל די חרדי'שע קאמיוניטי וועט אין פּראקטיק נהנה זיין פון אים. גארנישט מער.
עס פעלט זיך נאר אויס ארומצוקוקן אויף די חרדי'שע וועטעראן-עסקנים וועלכע זענען אלע לאנגיעריגע רעגיסטרירטע דעמאקראטן.
עס האט אונז אויך קיינמאל נישט אינטערעסירט צי די קאנדידאטן שטיצן געזעצן וועלכע זענען מתיר איסורי דאורייתא – אפילו אויב זיי זענען פון די שבע מצוות בני נח. האט איר שוין אמאל געהערט א טענה אויף א קאנדידאט אז מען טאר נישט שטימען פאר אים ווייל ער איז קעגן א געזעץ וואס פארבאט דאס סערווירן לעבעדיגע "לאָבסטער" ווייל דערמיט איז מען עובר איינע פון די שבע מצוות בני נח – אבר מן החי?...
דאס איז עס. מיר לעבן אין א מדינה וואס ווערט נישט געפירט דורך אידן, ניטאמאל דורך רעליגיע – וואס דאס איז דאך די סיבה פארוואס אידן קענען – פונקט ווי להבדיל אנדערע – פּראקטיצירן זייער רעליגיע אן קיין שטער, די איינציגסטע קריטעריאנען וויאזוי מיר קענען מעסטן א קאנדידאט איז ווי גוט ער איז פאר אונזערע טאג-טעגליכע אינטערעסן.
*
מענטשן מאכן א טעות ווען זיי מיינען אז די דעמאקראטישע פּארטיי באשטייט פון אפּגעריסענע אימיגראנטן, בעטלערס, ליידיגגייער, נידריגע, שמוציגע און אוממאראלישע עלעמענטן, בעת די רעפּובליקאנער פּארטיי באשטייט פון די העכערע קלאס, די אריסטאקראטן, רייכע, באזעסענע, אינטעלעקטואלן, און מענטשן וועלכע האבן מאראלישע גדרים.
דער אמת איז אבער זייער ווייט פון דעם. רוב אינטעלעקטואלן זענען דווקא ליבעראלן, בעת די קאנסערוואטיוון באשטייען מערסטנס פון פארביסענע פונדאמענטאליסטישע קריסטליכע ראדיקאלן.
בעת עס אמת אז די קאנסערוואטיוון זענען קעגן דאס וואס מ'רופט "חוקי תועבה", איז דאס אבער נישט ווייל זיי האבן א לויטערע אנערקענונג אין די מענטשליכע מאראלישע פליכטן, זייערע חושים זענען נישט אויסגעשארפט צו האבן א געפיל פאר מאראל, אלע זייערע אידעאלאגיעס שטאמען אפּ פון זייערע רעליגיעזע לערעס וואס ווערן געפּרעדיגט אין די קירכעס, און דאס ווילן זיי ארויפצווינגען אויף דער גאנצער באפעלקערונג.
גרויסע טיילן פון דער קאנסערוואטיווער באוועגונג ווערן געטריבן מיט עקסטרעמע שיטות וועלכע זאגן אז די גרינדונג-טאטעס פון די פאראייניגטע שטאטן זענען געווען קריסטן און טראצדעם וואס זיי האבן געגרינדעט א מדינה וועלכע איז אומאפּהענגיק אין רעליגיע האבן זיי אבער געוואלט אז די קריסטנטום זאל זיין דאמינירנד אין אלע אספּעקטן פון געזעץ!
עס איז איבריג ארויסצוברענגען וואס עס מיינט פאר די אידן אז פּערשוינען וועלכע טראגן זיך ארום מיט אזעלכע ווילד-שעדליכע געדאנקען זאלן קומען צו דער מאכט אין אונזער מדינה. צי איז גוט פאר אונז צו האבן א פּרעזידענט וואס מאכט זיינע באשלוסן לויט ווי עס האט זיך אים גע'חלומ'ט אז ג-ט האט אים באפוילן?... יא, צי איר ווילט גלייבן צי נישט, איז דאס איינער פון די טעמים וואס דער געוועזענער פּרעזידענט בוש האט אנגעגעבן פאר דער מלחמה אין איראק. און בוש איז נישטאמאל אזא ראדיקאלער ווי אנדערע קאלעגע קאנסערוואטיוון.
וואס וועלן די אידן טאן אז איין אזא עקסטרעמיסטישער פּרעזידענט וועט "הערן" פון ג-ט אז ער דארף ענג מאכן די אידן צוליב דעם וואס זיי האבן גע'הרג'עט דעם אותו האיש? יא, אוודאי, מיר לעבן אין א דעמאקראטישער מדינה, א צו-גירוש וועט ער נישט קענען – האפנטליך – ארויסגעבן, דארפן מיר אבער אז א פּרעזידענט זאל זיך ארומטראגן מיט אזעלכע געדאנקען? צי וואלט אזא פּרעזידענט גערירט געווארן פון די טרערן פון א חסיד'ישן רבי'ן און באפרייט אידן פון תפיסה-טערמינען?
די נקודה איז אזוי, עס איז אמת דער פאקט אז די קאנסערוואטיוון זענען – פּונקט ווי אונז, להבדיל – אויך רעליגיעז, און האבן פארשידענע ענליכע שיטות ווי מיר פארמאגן. אבער אין פּראקטיק לוינט זיך בכלל נישט פאר אונז אז זיי זאלן שאפן געזעצן לויט זייערע איבערצייגונגען, ווייל נישט אלעס פון זייערע שיטות איז צו אונזער געשמאק, מילד גערעדט.
א גוטע ביישפּיל צו דעם איז דאס אז דער געוועזענער פּרעזידענט בוש האט אפּגעשטעלט די רעגירונג-פאנדן פאר "סטעם-סעל ריסויטש", א וויסנשאפט וואס קען מעגליך היילן צענדליגער שווערע מחלות, און איז אין די שטארקע אינטערעסן פון דער גאנצער באפעלקערונג אריינגערעכנט דאס יהדות החרדית. די סיבה וואס בוש האט אנגעגעבן: "עס איז אוממאראליש." וואס איז אבער פּרעזידענט בוש'ס קנה-מידה וויאזוי צו מעסטן אזא אבסטראקטיווע באגריף ווי מאראל? תורת יאשקע!
מה לנו ולהם? צו וואס זאלן מיר זיך אידענטיפיצירן מיט אזעלכע וועלכע מיינען נאר זיך און זייערע שמייליגע לערעס וואס זענען טאקע צומאל ענליך צו להבדיל א"א הבדלות דעם דעת תורה, אבער זענען פיל מאל אין פולן קאנטראסט און קעגן אונזערע אינטערעסן, און דאס איז אלעס אין דער צייט וואס אין פּראקטישן זין בענעפיטירן מיר טאג-טעגליך פון די ליבעראלע מאראלישע איבערצייגונגען וועלכע ברענגען אונז די שטאטישע פּראגראמען צו וועלכע א גרויס חלק פונעם יהדות החרדית איז ליידער אנגעוויזן.