Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » זיך מוחל זיין די עבירות

זיך מוחל זיין די עבירות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2197
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 9:59 pm#55303
זיך מוחל זיין די עבירות
שמח בחור בילדותך.
ווען מע איז יונג איז מען פול מיט לעבן, און מען וויל מאכן א לעבן, אויסנוצן די וועלט וואס איז דא אזוינע גוטע זאכן.
יונגעלייט זענען רוב מאל די וואס שמועסן ארום אין שוהל.

די עלטערע זענען די וואס שושקענען און זענען אין כעס פארוואס מען רעדט ארום ביים דאווענען און מען זעהט ווי זייער בלאד פרעשור פארט אויף די העכסטע, און אסאך מאל הערט מען פון זיינע אלטע חברים אז ער האט אויך געקענט טוהן א גוטע שטיקל עבירה און ער האט נישט באקומען הארץ ווייטאג ווען איינער האט געגעסן פארן דאווענען.

אבער יעצט ווען ער איז שוין 40 און ער דארף שוין זוכן שידוכים, ווערט ער א גאנצע צדיק'ל, און האט שוין די גאטס איינצוטיילן יענעם און פארגעסן אז ער איז נישט נאר געווען א ליידיגער יונג נאר האט אפי' געטוהן גראבע עבירות, און יעצט ווען ער ווערט שוין אין די יארן איז ער זיך אלעס מוחל און איז שוין מוחה אויף אנדערע אויך.

וואס מיינט עס?

פארוואס ווערן מענטשן אזוי?

ווייל דו ווערסט שוין וואויל, דארפסטו יענעם פייניגן?

ווען הייבט זיך עס אהן? ביי 30, 40?
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 10:24 pm#55313
ביי יעדעם ביי א אנדערע עידזש, ס'הייסט מיד לייף קרייסיס.
מיטוואך אקטאבער 24, 2012 11:50 pm#55324
ידען, דו רירסט אן א פארווייטיגטע נושא. נאך אביסל האלטן מיר אלע אויך דארטן, אוי געוואלד :געוואלד: :אומגלויבליך:

(די רויטע זענען מיינע הגהות):

ידען האט געשריבן:ווען מע איז יונג איז מען פול מיט לעבן, און מען וויל מאכן א לעבן, אויסנוצן די וועלט וואס איז דא אזוינע גוטע זאכן.
זאגסט "מען וויל". איך האב אויך נאר געוואלט. אבער געבליבן בינעך אין די ישיבה ביז געציילטע טעג פאר מיין חתונה, און נאכדעם איז מען דאך שוין א פארטיגער. אפשר ביי די מענטשן איז עס נישט אזוי געפערליך שפעטער אין די עלטערע יארן..?

יונגעלייט זענען רוב מאל די וואס שמועסן ארום אין שוהל.
איך פרוביר נישט צו שמועסן אינמיטן דאווענען.

די עלטערע זענען די וואס שושקענען און זענען אין כעס פארוואס מען רעדט ארום ביים דאווענען און מען זעהט ווי זייער בלאד פרעשור פארט אויף די העכסטע, און אסאך מאל הערט מען פון זיינע אלטע חברים אז ער האט אויך געקענט טוהן א גוטע שטיקל עבירה און ער האט נישט באקומען הארץ ווייטאג ווען איינער האט געגעסן פארן דאווענען.

אבער יעצט ווען ער איז שוין 40 און ער דארף שוין זוכן שידוכים, ווערט ער א גאנצע צדיק'ל, און האט שוין די גאטס איינצוטיילן יענעם און פארגעסן (עלטערע אידן ליידן דאך אויף שכחה..) אז ער איז נישט נאר געווען א ליידיגער יונג נאר האט אפי' געטוהן גראבע עבירות, און יעצט ווען ער ווערט שוין אין די יארן איז ער זיך אלעס מוחל און איז שוין מוחה אויף אנדערע אויך.

וואס מיינט עס?
אפשר טוען זיי עס אלס תשובת המשקל, באותו מקום ובאותה זמן...

פארוואס ווערן מענטשן אזוי?
ווייל אזוי ווילן זיי אפקויפן דעם באשעפער. די גרינגסטע וועג אין אידישקייט איז צו שרייען אויף יענעם.

ווייל דו ווערסט שוין וואויל, דארפסטו יענעם פייניגן?
זיי האלטן נישט אז ס'איז פייניגן. ביי זיי איז עס פשוט א מצוה פון הוכח תוכיח...

ווען הייבט זיך עס אהן? ביי 30, 40?
ענדערש ביי די 40-50...
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:09 am#55328
די אנגענומענע סטאנדארד איז פערציג (זעט אויס אז בינה איז אויך א לשון מחילה...). אבער עס זענען דא וואס ווערן דיאגנאזירט מיט די קראנקהייט היבש פריער, (לכאורה ווענדט זיך עס וויפיל מען האט געזינדיגט אין די יוגענט, אז מען זינדיגט מער דארף מען צולייגן אפאר יאר...). ווי פריער מען כאפט עס אלץ גרינגער איז עס צו היילן.

מיינס א באקאנטער איז שוין ל"ע דיאגנאזירט געווארן ביי די אכט און דרייסיג. אנגעפאנגען האט זיך עס מיט לייכטע סימפטאמען ווען די ארומיגע האבן באמערקט אז ער בייזערט זיך געפערליך אויף די בעלי תפלה וואס דאווענען פסוקי דזמרה שנעל (ווייניגער ווי צוואנציג מינוט פון הודו ביז שמו"ע), נאכדעם האט ער אנגעפאנגען שושקענען וכו' וכו'. אפאר גוטע חברים זענען צוגעגאנגען צו אים און דערמאנט ווי ער פלעגט קוים דאווענען דריי מאל א טאג, און ער זאל זיין אזוי גוט און האלטן די ליפן צוזאם געקושט אשה אל אחותה די לענגסטע וואס שייך און אויפהערן רודפ'ן דאס מענטשהייט.

עס האט געהאלפן פאר א שיין שטיקל צייט ביז ער האט פון פריש אויסגעפלאצט, געטרייע חברים זעענדיג אז די אלטע טריטמענטס ארבעטן שוין נישט אויף אים האט מען פון פריש אריינגעגעבן א פרישע דאזע, דאסמאל פון א שטערקערע רעצעפט דערמאנענדיג אים מאחוה"פ-ר'דיגע ענינים זיינע, ב"ה אויף דערווייל ארבעט דאס פיל שטערקער און מען הערט שוין נישט פון אים פאר א לענגערע צייט.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:17 am#55329
משה געציל האט געשריבן:ווי פריער מען כאפט עס אלץ גרינגער איז עס צו היילן.

נישט געהערט אז מען קען דאס היילן. מפי השמועה איז דאס א אומהיילבארע מחלה...

משה געציל האט געשריבן:ער זאל זיין אזוי גוט און האלטן די ליפן צוזאם געקושט אשה אל אחותה די לענגסטע וואס שייך

דעם אויסדרוק איז עפעס געוואלדיג, האט מיר געקאסט אן אויספלאץ...

משה געציל האט געשריבן:אפאר גוטע חברים זענען צוגעגאנגען צו אים און דערמאנט ווי ער פלעגט קוים דאווענען דריי מאל א טאג,
געטרייע חברים זעענדיג אז די אלטע טריטמענטס ארבעטן שוין נישט אויף אים האט מען פון פריש אריינגעגעבן א פרישע דאזע, דאסמאל פון א שטערקערע רעצעפט דערמאנענדיג אים מאחוה"פ-ר'דיגע ענינים זיינע

מיט אזעלכע "גוטע, געטרייע" חברים, ווער דארף נאך שונאים...
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:57 am#55338
דע עלטערע יודען וואס שרייען אין שישקען טיען דאס פאר קנאה אין אויך אפשר פאר שנאה, (ווען דער רבי זי"ע האט געגרונדעט דע התאחדת אברכים האט מען עם געפרעגט? פין ווען הייבט מען אן צי זיין אויס אברך? האט ער געאנטווארט! פין ווען מע הייבט אהן פיינט האבען דע יונגעלייט), אין אויך ווייל די עלטערע יודען האלטן שוין מער נישט מיט, אין אינטערעסירן מער נישט מיט דע היינטיגע נייע נייעס, זיי פארשטייען נישט אין האלטן נישט מיט דע יוגענט, זענען זיי נעוועז אין אהנגעצויגען, עס שטערט זיי דער גרידער שרייט ער, עס האט גארנישט מיט מוסר אדער ערלעכקייט, אבער א ערענסטער עלטערער איד דאווענט זיך אין זיין ווינקעל אין טיט תשובה אויפן עבר, אין קיקט נישט אויף דע שמיסערס, אפילו עס טיט עם זייער וויי וואס דע יונגעלייט שמיסען, איי וואס טיט זיך מיט "וגוערן בו"? געדעגט ער ווען ער איז געווען יונגער אין איז נישט בעסער געווען, איך בין אמאל געזעסען ביי א סעודה מיט א חבר מיינער אין מיינע יארן, אין ביים צווייטן טיש זענען געזסען יונגע לייט אין געשמיסט אין געלאכט הויעך אויפן קול, פרעגט מיין חבר דע יונגע לייט? אפשר קען איך אויך מיטהאלטען? זאג איך עם, מיט צוואנציג יאר צריק ווען אינץ האבן אזוי געלאכט האבען זיי נישט מיט געהאלטן, לאז זיי צירי, עד כאן מיט דע אלטע אידען, אין ווידער ענק יונגעלייט וואס שמיסען, זאלט איר וויסען אז שפעטער מיט דע יארן וועט איר שטארק חרטה האבן, עס טיט שפעטער זייער זייער וויי, וואס מ'האט אלטץ צאם גערעט פיסטע שטותים, י
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:33 am#55410
דאס איז א מחלה וואס איך האב שוין באמערקט אין אנדערע הינזיכטן אויך. איך האב געפרעגט יעדעם וועם איך הער מוחה זיין אויף רייכערען אז ס'איז נישט געזונט אדער אז ס'קאסט אסאך געלט, די אלע האבן אמאל גערויכערט.
פון די וועלכע האבן קיינמאל גערייכערט וועט מען נישט הערן זיך בייזערן אויף רייכערערס.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 10:36 am#55412
רעדען ביים דאווענען איז גאר אן הארבער עבירה. ווי באקאנט די מדרש מיט דער אף וחימה וואס ווערט באשאפען פין אלעס וואס מען רעדט אין בית המדרש. און ווידער ארום די גרויסע שכר פין יעדעס אמן יהא שמיה רבא. א מענטש דארף זיין א חסר דעה צו רעדען אין בית המדרש ביי קדיש. שטעלט אייך פאר איינער קלאפט אייך און ווייזט אייך אהן א אוצר פין מיליאן דולר וואס איר קענט נעמען וויפיל איר ווילט, וואלט איר אויך גערעדט מיט א בייזקייט אויף דער מענטש? אוודאי נישט. דער וואס דערמאנט אייך צו זיין שטיל און מיט דאווענען גיט אייך אסאך מער ווי מיליאן דולר. מיט אביסעל הכנעה קענט איר זוכה זיין צו א גליקליך לעבען . זייט נישט נאריש. רעדט נישט ביים דאווענען.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:40 am#55454
ביי אונז פלעג מען זאגן אין אזא פאל: האסט מיך נישט מיטגענומען ווען ביסט געגאנגען זינדיגן, נעם מיך נישט מיט ווען דו טוסט תשובה! ודפח"ח.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:08 pm#55476
פאדראטשיק האט געשריבן:ביי אונז פלעג מען זאגן אין אזא פאל, האסט מיך נישט מיטגענומען ווען ביסט געגאנגען זינדיגן נעם מיך נישט מיט ווען דו טוסט תשובה! ודפחח

דו ביסט גוטע נייעס "פאדראטשיק
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:36 pm#55484
געהערט פון אזא איינעם א זאכליך הגדרה

ער האט תשובה געטון, ער שמועסט נישט ביים דאווענען וכדומה, אבער ער זאגט נישט מוסר און שרייט נישט אויף קיינעם

חוץ פאר די אייגענע קינדער, זיי פילט ער, איז ער מחוייב צו זאגן
מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:42 pm#55916
געזען דעם שבת א שיין ווארט פון ר׳ מאיר׳ל פרימשלאנער וואס איז פאסיג אהער. ״ואנשי סדום רעים וחטאים לה׳ מאוד״, טייטשט ר׳ מאיר׳ל ״ואנשי סדום רעים וחטאים״ און אלעס מיט׳ן אויסרייד ״לה׳״ פארשטייט זיך אלעס מיטן תירוץ אז מען האט נאר אינזין כבוד שמו יתברך..., האב איך געטראכט לפי זה אז אפשר דאס איז די כוונה פון רש״י וואס טייטשט ״רעים״ - בגופם, א מענטש ווערט עלטער זיין גוף גייט דורך דעם שווערן עלטער טויש נעמט ער זיך רודפ׳ן דעם מענטשהייט מיטן ״לה״...
מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:46 pm#55917
שיין ווארט משה געציל!
מוצ"ש אקטאבער 27, 2012 10:54 pm#55918
טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...
זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:12 am#55934
שמעקעדיג האט געשריבן:טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...

מי יתן ונזכה... פון שמעקעדיגס מויל צו גאטס אויערן...
זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:35 am#55937
משה געציל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...

מי יתן ונזכה... פון שמעקעדיגס מויל צו גאטס אויערן...


כמ"ש הכתוב, ל"ריח ניחוח" אשה "לה'"...
זונטאג אקטאבער 28, 2012 12:45 am#55941
שמעקעדיג האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:טאמבס אפ פאר בעמח"ס נטעי ההרים י"ב חלקים, ועוד ידו נטויה...

מי יתן ונזכה... פון שמעקעדיגס מויל צו גאטס אויערן...


כמ"ש הכתוב, ל"ריח ניחוח" אשה "לה'"...

גוט גוט! דו כאפסט זיך שוין אריין אין מיין אינדוסטרי...
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 7:48 am#147984
איך זעה אז סיז דא מענטשען וואס האבען אינגער הייט געכאפט די מחלה און יעצט זעהט מען מענטשען וואס זענען זיך מוחל די עבירות.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:45 am#147988
פראוואס איז דאס אזוי אז ינגערע קענען נישט דילדען און פארגינען די עלטערע וואס זענען זיך מוחל די עברות. זארג נישט דו וועסט אויך עלטער ווערן אי"ה און זיך מוחל זיין..



ווען איינער האט נישט דעם ניסוין זעט ער זאכען מער קלאר, די ינגע וואס האבן א שטארקע נסוין צו רעדען זעהן נישט אזוי שטארק די גרויסע עוולה, וועס עלטער ווערן דיין ניסוין וועט זיין קלענער (אפשר וועגן שדוכים) וועסטו פארשטיין וואס יענעם שטערט. איך האף נאר וועסט האבן שכל און נישט סתם זיך בייזערען און שרייען
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:51 am#147991
ידען, פארוואס איז עס אזוי, אז ווען מען ווערט אביסל עלטער, הייבט מען אן שרייבן מיט מער מיסטעיקס?
מיטוואך אוגוסט 26, 2015 12:44 am#297926
ידען האט געשריבן:שמח בחור בילדותך.
ווען מע איז יונג איז מען פול מיט לעבן, און מען וויל מאכן א לעבן, אויסנוצן די וועלט וואס איז דא אזוינע גוטע זאכן.
יונגעלייט זענען רוב מאל די וואס שמועסן ארום אין שוהל.

די עלטערע זענען די וואס שושקענען און זענען אין כעס פארוואס מען רעדט ארום ביים דאווענען און מען זעהט ווי זייער בלאד פרעשור פארט אויף די העכסטע, און אסאך מאל הערט מען פון זיינע אלטע חברים אז ער האט אויך געקענט טוהן א גוטע שטיקל עבירה און ער האט נישט באקומען הארץ ווייטאג ווען איינער האט געגעסן פארן דאווענען.

אבער יעצט ווען ער איז שוין 40 און ער דארף שוין זוכן שידוכים, ווערט ער א גאנצע צדיק'ל, און האט שוין די גאטס איינצוטיילן יענעם און פארגעסן אז ער איז נישט נאר געווען א ליידיגער יונג נאר האט אפי' געטוהן גראבע עבירות, און יעצט ווען ער ווערט שוין אין די יארן איז ער זיך אלעס מוחל און איז שוין מוחה אויף אנדערע אויך.

וואס מיינט עס?

פארוואס ווערן מענטשן אזוי?

ווייל דו ווערסט שוין וואויל, דארפסטו יענעם פייניגן?

ווען הייבט זיך עס אהן? ביי 30, 40?


ס'פאסירט אפט ביי אזעלכע וואס אין די יונגע יארן ווען זיי האבן נאך געהאט א גוד טיים האבן זיי זיך אריינגעגלידערט אין א סאסייעטי פון די שוואכערע סארט. אויף דער עלטער ווען ס'האט אים געכאפט א הרהור תשובה שעמט ער זיך מיט זיינע ארומיגע און דאס איז גורם אז ער זאל זיי רודפן.
דאנערשטאג יולי 12, 2018 9:46 am#408577
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
אינטערעסאנט, הייסט איך האב מיך סתם איינגערעדט אז דער עלטערער דור איז ערנסטער ווי היינט, עס איז פשוט ווייל איך האב זיי נישט געקענט פאר די פערציג?
דאנערשטאג יולי 12, 2018 2:57 pm#408608
שמעון וואלף: נישט אינגאנצן. ביי אונז אין ביהמ"ד זענען דא 2 יונגעלייט וואס שושקענען א גאנצע צייט. און איך, דער אלטער תרח ווער קיינמאל נישט געשטערט ווען איינער זאגט א גוט ווארט... די שושקענערס. זיי שטערן מיך און גייען אויף מיינע נערוון...!
דאנערשטאג יולי 12, 2018 4:45 pm#408621
עס איז דא פלענטי אינגעלייט וואס שושקענען, געווענליך זענען זיי נארסאסיסטען, איינער וואס פילט פאר יענעם קען נישט בדרך קבע זיין א מענטש וואס איז מבזה אנדערע ברבים.
דאנערשטאג יולי 12, 2018 5:23 pm#408627
די אלע אמעראצים וואס זענען פארנומען אז מ'טאר נישט רעדן אין שול זאלן מוחל זיין זיך זעצן לערנען, וועלן זיי אויסגעפינען אז אונזערע שולן, קלויזן, בעסמעדרעשס (מלשון בעיסמענט) און שטיבלעך, האבן נישט קיין דין בית הכנסת, און אויך נישט קיין דין בית המדרש.
דאנערשטאג יולי 12, 2018 6:04 pm#408630
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די אלע אמעראצים וואס זענען פארנומען אז מ'טאר נישט רעדן אין שול זאלן מוחל זיין זיך זעצן לערנען, וועלן זיי אויסגעפינען אז אונזערע שולן, קלויזן, בעסמעדרעשס (מלשון בעיסמענט) און שטיבלעך, האבן נישט קיין דין בית הכנסת, און אויך נישט קיין דין בית המדרש.

קיינער, כמעט, איז נישט קעגן רעדן אין שול. מען רעדט פון רעדן ביים דאווענען. אבער אפילו אזוי קען מעו זיך אויך דינגען אז עס מיינט נאר שמו"ע.
דאנערשטאג יולי 12, 2018 6:15 pm#408632
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די אלע אמעראצים וואס זענען פארנומען אז מ'טאר נישט רעדן אין שול זאלן מוחל זיין זיך זעצן לערנען, וועלן זיי אויסגעפינען אז אונזערע שולן, קלויזן, בעסמעדרעשס (מלשון בעיסמענט) און שטיבלעך, האבן נישט קיין דין בית הכנסת, און אויך נישט קיין דין בית המדרש.

אזוי? וואס איז די היתר צו וואוינען אין א שטאט אן א ביהמ"ד צו ביהכנ"ס? וויאזוי האלט זיך עס אן? און ווען מ'שנדר'ט געלט, זאגט מען אויך אז די געלט גייט צו א Men's club אדער פאמפט מען אויף אז מ'רעדט פון לפאר ולרומם בית אלקינו?

ווען מ'דארף, איז עס נאר א דאווענען שטוב, מ'מעג חתונה מאכן אינעווייניג און עסן א סעודת קבע. און ווען מ'דארף פארקערט, איז עס שוין א הייליג פלאץ בלא בלא.
דאנערשטאג יולי 12, 2018 8:29 pm#408639
איך כאפ נישט וואס דו ווילסט, דו האלטסט אז מ'טאר נישט עסן און רעדן אין אונזערע שולן? דו האלטסט אז די תנאי וואס מ'מאכט אז ס'זאל נישט האבן קיין קדושה העלפט נישט? ביטע מער מסביר זיין.
דאנערשטאג יולי 12, 2018 8:32 pm#408640
.
פרייטאג יולי 13, 2018 5:43 am#408666
תנאי העלפט נאר בחרבנן.

דאס וואס שטיבלעך האבען נישט קיין הלכה פון א שול האט נישט מיט תנאי, עס האט מיט די תשובה אין דברי חיים אז עס איז קיינמאל נישט געווען קיין שול, נאר א "דאווענען שטוב" ווי מ'דאווענט און מ'עסט שאלעשידעס, מ'מאכט חתונות און בר מצוות און מ'פארברענגט.

עס איז נאר מערקבאר אז די וואס שטעלן אוועק די מציאות גלויבן נאר אין דעם ווען עס איז גוט פאר זיי.
מאנטאג יולי 16, 2018 9:42 pm#408990
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז נאר מערקבאר אז די וואס שטעלן אוועק די מציאות גלויבן נאר אין דעם ווען עס איז גוט פאר זיי.

וואס מיינסטו ארויסצוברענגען?
מאנטאג יולי 16, 2018 9:44 pm#408991
זיי שנארען געלט כאילו די צוועק איז די הייליגע צוועק פון בויען א בית המדרש. מ'שווענדט געלט שיין צו מאכען דער דאווענען שטוב, אנשטאטס פאר אן אמת'ע צוועק כגון צדקה, בויען בתי מדרשות, שטיצען לומדי תורה וכו'.
מאנטאג יולי 16, 2018 10:00 pm#408994
מ'קען דן זיין אין דעם, אבער מיט דעם אשכול האט עס נישט, קיינער האלט נישט אז אונזערע שולן האבן עפעס א קדושה.
מאנטאג יולי 16, 2018 10:25 pm#408998
לאבהורי בעלמא, דאס איז נאר ביי חסידישע שולען. אלגעמיינע שולען זענען נישט געבויט אויף די תנאים, און מ'מאכט טאקע נישט קיין סעודות וכדו' אינעווייניג.
מאנטאג יולי 16, 2018 10:28 pm#408999
דאכצעך מיר אז אין לעיקוואוד האבן די שולן און ישיבות אויך נישט קיין קדושה.

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א שול וואו מ'זאל מקפיד זיין אויף אלע הלכות בית הכנסת וואס שטייט אין שו"ע, ס'וואלט מיר זייער אינטערעסאנט געווען צו זען.
מאנטאג יולי 16, 2018 10:36 pm#409000
פארוואס זאגסטו אזוי? מ'עסט נישט דארט, מ'טוט גארנישט אחוץ דאווענען און לערנען. אכילת עראי ווי קאווע וכדו' איז מותר פאר די וואס לערנען, און נישט אלע פלעצער לאזט מען דאס. אין ב.מ.ג. טרינקט מען נישט אין בית המדרש.

און ביי ספרדים און יעקעס איז אפגערעדט.
מאנטאג יולי 16, 2018 10:40 pm#409001
אין א בית הכנסת טאר מען נישט לערנען, זענען טאקע דא וואס זענען מקפיד אויף דעם?
מאנטאג יולי 16, 2018 10:55 pm#409004
גראדע יא. ביי געוויסע יעקעס. איך געדענק 'מונקס' אין לאנדאן אלס אזא שול.

אבער בית המדרש האט אויך קדושה, און אחוץ חסידישע שטיבלעך, זענען רוב רובו פון שולען בתי מדרשים.
מאנטאג יולי 16, 2018 10:58 pm#409006
ביי די יעקעס איז טאקע אזוי, אבער ביי רוב עולם איז נישט אזוי.

איך האב געלערנט אין א ליטווישע ישיבה, ס'האט נישט אויסגעזען ווי דער עולם איז אזוי מקפיד נישט צו רעדן, מ'האט געקענט כאפן א שמועסעלע דא דארט פאר אפאר מינוט. קען זיין אז דאס איז אויך מותר אזויווי אכילת ושינת ארעי. און וואס איז מיט די היתר צו וואוינען אין א שטאט וואס האט נישט קיין בית הכנסת? קען זיין אז מ'פארלאזט זיך אויף די יעקישע שול. איז טאקע דא אין לעקוואוד א יעקישע שול? דארף מען וויסן.
דינסטאג יולי 17, 2018 6:35 pm#409104
איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט. עס האט א דין פון א בית המדרש, ווייל עס איז אוועק געשטעלט צו לערנען און דאווענען און נישט מער. פרעגסטו א קשיא הלמאי מ'שמועסט דארט? איז א ראיה אז עס איז נישט קיין בית המדרש. און א צווייטע מאכט א קאמפיין אז מ'זאל אויפהערען שמועסען. די הלכה איז ווי עס שטייט אין שו"ע, און דער עולם איז צומאל מזלזל אין די הלכה, אזוי ווי אמאל אנדערע הלכות. אבער ביי חסידים ווי לכתחילה האט מען עס אוועק געשטעלט צו לערנען דאווענען, און פארברענגען אויך, קען קיינער נישט זאגען אז עס איז לכתחילה אוועק געשטעלט אלס א בית המדרש.
דינסטאג יולי 17, 2018 6:42 pm#409105
ס'געפעלט דיר נישט מיין היתר?
דינסטאג יולי 17, 2018 8:27 pm#409121
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
ערוך השלחן קנ"א אות ה׳

ויש לתמוה על מה שעכשיו מקילים לדבר בבית הכנסת ובבית המדרש אחר התפילה כמה דברים של חול, ונעשה כהיתר.

ונראה לי דסבירא להו כשיטת הרמב"ן שיתבאר, דבתי כנסיות של בבל על תנאי הן עשויות אפילו ביישובן לדבר שמוכרחין לכך. ואנחנו חושבים זה להכרח, כל אחד לפי עניינו.

מיהו זהו וודאי לעשן שם עלים מרורים כנהוג, ולהעלות שם עשן – וודאי איסור גמור יש בזה, ואין לך קלות ראש גדול מזה. ולא הותרה רק להיושבים ולומדים שם כל היום או חצי היום, דזהו כאכילה אצלם. ולכן מותר להם בבית המדרש ולא בבית הכנסת. ושאר כל אדם איסור גמור הוא, ולזה לא מהני תנאי. ולכן ראוי לגעור בהעושים כן.


שם אות ז׳
יש אומרים דמה ששנינו בקדושת בתי מדרשות – אינו אלא של רבים, כמו בית הכנסת. אבל יחיד הקובע חדר בביתו למדרש, ולצרכו שילמוד שם – אין בזה קדושת בית המדרש.

ואין שום ספק בזה, שהרי תחילת בניינו היתה לבית בעלמא. וגם עתה שייחד חדר זה ללימודו – לא כיון להקדישו כלל כקדושת בית המדרש. ואינו צריך תנאי מפורש על זה, דסתמא כן הוא.



Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג יולי 17, 2018 10:28 pm#409130
ברוך שכוונתי.
דינסטאג יולי 17, 2018 11:34 pm#409137
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
איך וויל פארשטיין אויב דער אסור לדבר בשעת התפילה איז א חילוק צו ס'איז א בית הכנסת אדער א בית המדרש, שול, פאליש אדער מנחה רעסט עריע? איך פארשטיי אז א בית הכנסת איז אסור סתם אזוי אבער דארטן וואו מען מעג טאר מען נישט בשעת התפילה. איינער ווייסט אנדרעש?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
מיטוואך יולי 18, 2018 3:56 am#409146
בדרך כלל: די אלע וועלכע גייען ארום און..."שוש'קען"... ביים דאווענען , וואס מאכט נערוועז און שטערט מער ווי די וועלכע שמועסן שטילערהייט צווישן זיך, האבן צו טון מיט די נערוון. דאס איז אויך א חלק פון די או.סי.די. מאניפעסטאציע. אויך. זיי זוכן (סוב'קאנשיאס'לי) צו הערשן אויף א צווייטן. וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו...אמער. ס'איז דאך א מצוה. ס'שטייט דאך אין שו"ע.."וגוערין בו"... איי. מ'איז א סאך מאל עובר אויפ'ן לאוו פון המלבין פני חבירו ברבים. (אויסער די מענטשן וועלכע לאכן זיך אויס פון זיי. וויסנדיג אז זיי זענען א ביסל צודרייט.)...!
מיטוואך יולי 18, 2018 6:26 am#409147
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ברוך שכוונתי.
צו וועלכע סעיף? סעיף ה׳ איז דירעקט נישט ווי דיר. עס שטייט דארט אז מ׳מעג שמועסען און עס האט נאכאלס קדושת בית המדרש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יולי 18, 2018 8:49 am#409151
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ערוך השלחן קנ"א אות ה׳ האט געשריבן:ויש לתמוה על מה שעכשיו מקילים לדבר בבית הכנסת ובבית המדרש אחר התפילה כמה דברים של חול, ונעשה כהיתר.
ונראה לי דסבירא להו כשיטת הרמב"ן שיתבאר, דבתי כנסיות של בבל על תנאי הן עשויות אפילו ביישובן לדבר שמוכרחין לכך. ואנחנו חושבים זה להכרח, כל אחד לפי עניינו.
מיהו זהו וודאי לעשן שם עלים מרורים כנהוג, ולהעלות שם עשן – וודאי איסור גמור יש בזה, ואין לך קלות ראש גדול מזה. ולא הותרה רק להיושבים ולומדים שם כל היום או חצי היום, דזהו כאכילה אצלם. ולכן מותר להם בבית המדרש ולא בבית הכנסת. ושאר כל אדם איסור גמור הוא, ולזה לא מהני תנאי. ולכן ראוי לגעור בהעושים כן.

ערוך השלחן קנ"א אות ז׳ האט געשריבן:יש אומרים דמה ששנינו בקדושת בתי מדרשות – אינו אלא של רבים, כמו בית הכנסת. אבל יחיד הקובע חדר בביתו למדרש, ולצרכו שילמוד שם – אין בזה קדושת בית המדרש.
ואין שום ספק בזה, שהרי תחילת בניינו היתה לבית בעלמא. וגם עתה שייחד חדר זה ללימודו – לא כיון להקדישו כלל כקדושת בית המדרש. ואינו צריך תנאי מפורש על זה, דסתמא כן הוא.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ברוך שכוונתי.
צו וועלכע סעיף? סעיף ה׳ איז דירעקט נישט ווי דיר. עס שטייט דארט אז מ׳מעג שמועסען און עס האט נאכאלס קדושת בית המדרש.

היינט וואס רובא דרובא בתי מדרשים זענען פריוואטע שוהל'ן און ס'איז קוים פארהאנען אין א שטאט עפעס 1 שטאטישע שוהל און צומאהל קיין איינס אויך ניט
איז לכאורה מעהר ווי סעיף ז' אין ערוה"ש וואס איהר האט ציטירט.
און אפי' די שטאטישע שוהל'ן אויב ס'איז מיט'ן תנאי פון אפי' ביישובן וואס ס'ווערט געברענגט אין סעיף ה', איז אויך דא א מקום להקל.
הכלל, א לימוד זכות אויף די וואס זענען מיקל איז זיכער דא דא.

רעדן אין א שוהל בשעת א קביעות'דיגע מניין האלט אינמיטן שמו"ע, אין נאך-מעהר בשעת חזרת הש"ץ איז א וודאי געוויס א גרויס פראבלעם, אפי' ביי א פריוואטן שוהל.
אבער שושקענען און מבזה זיין א מענטשן ברבים איז א בין אדם לחבירו, וואס איז ערגער ווי בין אדם למקום,
און שמועה שמעתי אז ס'איז פארהאן קהילות וואס דעם רעבי'ן (אדער רב) דרייט זיך און ער אליינ'ס איז עומד ומבזה את המדברים

ווער ס'קומט עם אויס צו אנקומען צו אזא סארט סצענע, קען זאגן פאר יענע רב אז נקודת אמת פון קאווע שטיבל האט שוין געשריבן אז דער איז ערגער פון אותם המדברים זעלבסט.
ויה"ר שיהפכו הימים האלו לששון ולשמחה.
מיטוואך יולי 18, 2018 9:03 am#409153
Re: זיך מוחל זיין די עבירות
דו מישסט צוזאמען צוויי זאכען.
חסידישע שוהל׳ס זענען געווענדליך פריוואט, ליטווישע נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk