Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » תורה און וויסנשאפט אין די אויגן פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל

תורה און וויסנשאפט אין די אויגן פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 46 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2199
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 1:58 am#55348
תורה און וויסנשאפט אין די אויגן פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל
קלערנדיג צו איך זאל עס אריינשטעלן אין דעם אשכול אדער אין דעם, און פון די צוויי דארף מען זיך דאך אויך וויסענדיג מאכן, האב איך מחליט געווען אז באמת קומט זיך איהם אן אייגענעם אשכול.
------
דאס איז א שטיקל ליקוט פון בריוו וואס דער ליובאוויטשער רבי ז"ל האט געשריבן, א טייל פון זיי ארגינעל אין ענגליש, וואס געבן זיך אפ מיט תורה ווס. מדע.

קע"ט-קצ"ח רעדט זיך בעיקר פון עוועלאושען און גיל היקום, קצ"ט-ר"ג די ערד מיט די זון, ווער דרייעט זיך ארום וועמען, דארטן איז דא דריי בריוו וואס דער רבי האט געשריבן צו א איד וואס האט געזאגט אז אויב וועט דער רבי שרייבן ברבים אז די וועלט דרייעט זיך ארום די זון וועט ער מקבל זיין אויף זיך תו"מ, ר"ז איז א בריוו וועגן די גרויס פון די זון.

איך האף אז דער עולם חובבי תורה ומדע וועט הנאה האבן - לאימות או לעימות.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:00 am#55350
.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:01 am#55351
.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:02 am#55352
.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:04 am#55353
.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:05 am#55354
.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 2:06 am#55355
.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 7:21 am#55375
מקען נישט טרעפן די גאנצע זאך ערגעץ אויפן נעט? היברובוקס? [חיפשתי מעט ולא מצאתי]
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:03 am#55381
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:28 am#55384
עס איז וויכטיג צו וויסן אז די רבי האט שטודירט סייענס אין קאלעדזש פאר 8 יאר, און ווי ער שרייבט אין איינע פון די בריוון אז ער איז סיי א "סייענטיסט" און סיי א "רב"
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:38 am#55387
villager האט געשריבן:עס איז וויכטיג צו וויסן אז די רבי האט שטודירט סייענס אין קאלעדזש פאר 8 יאר, און ווי ער שרייבט אין איינע פון די בריוון אז ער איז סיי א "סייענטיסט" און סיי א "רב"

גראדע נישט סייענס נאר ענדזשינירינג. ער איז נישט געווען קיין עכטע סיענטיסט.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:43 am#55389
לאמיר אנהייבן רעדן צו דער זאך. די לעצטער עמוד וואס ונבנתה ברענגט דא ווי ער פארענטפערט די רמב"ם וועגן גודל השמש איז פשוט שטותים. דער רמב"ם האט דאס גענומען פון די גויים בלי ספק, ער שרייבט עס אליין, און זיי האבן א טעות געהאט. די נארישע טענות זיינע וועגן כמות און קיטור זענען נישט אמת דער רמב"ם רעדט קלאר אויך וועגן כמות. ווי אויך זי תירוץ זיינע אז מרעכנט נאר א חלק פון דער זון איז דחוק מאד און אויך נישט אמת. סאיז טאקע דא אביסל חלקים וואס טוישן זיך אבער בכלל נישט אין אזא מאס.
אינטרעסאנט ער רוט דאס א "פסק " הרמב"ם. זעהט אויס דער זון פאלגט נישט דער רמב"ם'ס פסק. און די קשיא זיינע אויפן תניא איז מער שוער ויל ער וואלט שוין יא געמעגט וואוסען די נייע סייענס נאר ער האט נישט געוואוסט און זיין אלע סייענס איז נאך פון זמן הראשונים.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:01 am#55431
זיצען דא אידן אין קלערען נאך אריין אין די תורה פין דער פוסטער בעל דמיון וואס האט זיך איינגערעדט ער איז גאט אליין. פארוואס אינטרעסירט דאס בכלל אונזערע מענטשען? וואס גייט דא פאר.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:06 am#55434
ווער זענען דאס "ענקערע מענטשן"?
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:12 am#55437
יוצאי אונגארן וואס האבען די ריינסטע מסורה.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:14 am#55438
WARNING:
DON'T FEED THE TROLL
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:23 am#55441
פרומאק, צו זיס איז ביטער... גיי צוריק צו דיין אנדערער ניק און שרייב ווייטער ווי א מענטש.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 11:35 am#55448
villager האט געשריבן:פרומאק, צו זיס איז ביטער... גיי צוריק צו דיין אנדערער ניק און שרייב ווייטער ווי א מענטש.

עס קוקט אויס ער האט בטעות גענומען די רויטע פאר די גרינע היינט
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 8:49 pm#55627
יעצט כאפ איך שוין פון וואו ווילעדזשער האט גענומען זיינע תגובות...
ערנסט גערעדט, איך האב נאר געליינט די חלקים וועגן די גיל העולם און עוואלוציע. ביי עוואלוציע טענה'ט ער אז למעשה קען מען נישט וויסן אויב עס האבן זיך טאקע דעוועלאפט מענטשן פון חיות, מען קען בלויז שאצן. די טענה קען איך נאך הערן. אבער דאס וואס ער רעדט וועגן גיל העולם אז מיר קענען נישט וויסן ווי אזוי דער טבע איז געווען טויזנטער יארן צוריק, איז סתם גערעדט אין די וועלט אריין. למשל ביי דענדכראנאלגיע, אנדערש ווי ווילעדזשער האט געוואלט טענה'ן ערגעץ אנדערש אז עס מאכן זיך פינף רייעס אין איין יאר, טרעפט זיך דאס גאר זעלטן, און ביי געוויסע ביימער כמעט נישט. אויב עפעס, פעלן רייעס. אויב אמאל איז געווען אינגאנצן אן אנדער וועלט און עס האבן זיך געקענט שאפן צענדליגער רייעס אין די ביימער יעדן יאר, און פערצופאל שטימען זיי מיט אנדערע מיטלען ווי ראדיא קארבאן, דעמאלט קענען מיר גארנישט פעסטשטעלן וועגן דעם עבר, אריינגערעכנט אז עס איז דא א בורא עולם. ווייל אפשר איז אמאל געווען דער סדר אז זאכן פלעגן באשאפן ווערן פון זיך אליין. אבער דער רבי האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווייל ווי ער שרייבט מיינט נעשה ונשמע אז מען דארף גלייבן אפילו אויב די אמונה האט נישט קיין פשט. נישט אומזיסט האט זיין חסידות אזא פנים.
ער ברענגט אויך אז נאך איינשטיין איז מען געוואויר געווארן אז עס איז נישט שייך צו זאגן אויב די ערד דרייט זיך ארום דעם זון אדער פארקערט, ווייל אלעס איז רעלאטיוו, ממילא קען זיין אז "באמת" דרייט זיך די זון ארום די וועלט. דאס איז נישט אמת, לויט איינשטיין איז נישטא קיין "אמת'ע" ארומדרייער, ווייל קיין שום חומר שטייט נישט אבסאלוט.
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:26 pm#55635
יאיר האט געשריבן:יעצט כאפ איך שוין פון וואו ווילעדזשער האט גענומען זיינע תגובות...
ערנסט גערעדט, איך האב נאר געליינט די חלקים וועגן די גיל העולם און עוואלוציע. ביי עוואלוציע טענה'ט ער אז למעשה קען מען נישט וויסן אויב עס האבן זיך טאקע דעוועלאפט מענטשן פון חיות, מען קען בלויז שאצן. די טענה קען איך נאך הערן. אבער דאס וואס ער רעדט וועגן גיל העולם אז מיר קענען נישט וויסן ווי אזוי דער טבע איז געווען טויזנטער יארן צוריק, איז סתם גערעדט אין די וועלט אריין. למשל ביי דענדכראנאלגיע, אנדערש ווי ווילעדזשער האט געוואלט טענה'ן ערגעץ אנדערש אז עס מאכן זיך פינף רייעס אין איין יאר, טרעפט זיך דאס גאר זעלטן, און ביי געוויסע ביימער כמעט נישט. אויב עפעס, פעלן רייעס. אויב אמאל איז געווען אינגאנצן אן אנדער וועלט און עס האבן זיך געקענט שאפן צענדליגער רייעס אין די ביימער יעדן יאר, און פערצופאל שטימען זיי מיט אנדערע מיטלען ווי ראדיא קארבאן, דעמאלט קענען מיר גארנישט פעסטשטעלן וועגן דעם עבר, אריינגערעכנט אז עס איז דא א בורא עולם. ווייל אפשר איז אמאל געווען דער סדר אז זאכן פלעגן באשאפן ווערן פון זיך אליין. אבער דער רבי האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווייל ווי ער שרייבט מיינט נעשה ונשמע אז מען דארף גלייבן אפילו אויב די אמונה האט נישט קיין פשט. נישט אומזיסט האט זיין חסידות אזא פנים.
ער ברענגט אויך אז נאך איינשטיין איז מען געוואויר געווארן אז עס איז נישט שייך צו זאגן אויב די ערד דרייט זיך ארום דעם זון אדער פארקערט, ווייל אלעס איז רעלאטיוו, ממילא קען זיין אז "באמת" דרייט זיך די זון ארום די וועלט. דאס איז נישט אמת, לויט איינשטיין איז נישטא קיין "אמת'ע" ארומדרייער, ווייל קיין שום חומר שטייט נישט אבסאלוט.

יא אמת, איך האב אסאך געליינט זיינע ספרים אויך, און לגבי מדע ואמונה האב איך אנגענומען זיינע שיטות. (יעצט האלט מען אינמיטן שטודירן חסידות... צוביסלעך ווערט מען א חבדניק...)
אויף דיינע אנדערע הגהות זענען די תירוצים פשוט, אבער איך האלט מיר צוריק פון אריינגיין אין וויכוחים וואס נעמען נישט קיין עק.
אגב, ווי עס קוקט אויס האסטו שוין אמאל פעסטגעשטעלט אז עס איז דא בורא עולם, לכה"פ אזוי שטארק ווי דיינע סייענטיפישע מיינונגען, גוד פאר יו!
דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 9:38 pm#55643
villager האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אגב, ווי עס קוקט אויס האסטו שוין אמאל פעסטגעשטעלט אז עס איז דא בורא עולם, לכה"פ אזוי שטארק ווי דיינע סייענטיפישע מיינונגען, גוד פאר יו!

וואס איז אזוי גוט פאר מיר? איך האב דאך פארלוירן מיין גאנצע אמונה פשוטה, די גאנצע נעשה ונשמע וואס אפילו די מלאכים קענען נישט פארשטיין, אלעס איז געגאנגען אין דער ערד נאכ'ן כאפן איינמאל א פאר'גנב'עטע בליק אין שער היחוד!
פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:15 am#55674
לעיקוואד האט געשריבן:נאט אייך
http://www.filedropper.com/file_91

די פייל עפנט זיך נישט אויף ביי מיר.
פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:16 am#55676
יאיר האט געשריבן:אבער דער רבי האט נישט קיין פראבלעם דערמיט, ווייל ווי ער שרייבט מיינט נעשה ונשמע אז מען דארף גלייבן אפילו אויב די אמונה האט נישט קיין פשט. נישט אומזיסט האט זיין חסידות אזא פנים.

[אויב ווילסטו נישט האקן אויף איהם מצד סיבות חיצוניות:] די 'נעשה ונשמע' שרייבט ער, אין דף קפ"ז, לגבי דעם וואס יענער זאגט אז די ספיקות שטערן איהם אין קיום המצוות.

יאיר האט געשריבן:ער ברענגט אויך אז נאך איינשטיין איז מען געוואויר געווארן אז עס איז נישט שייך צו זאגן אויב די ערד דרייט זיך ארום דעם זון אדער פארקערט, ווייל אלעס איז רעלאטיוו, ממילא קען זיין אז "באמת" דרייט זיך די זון ארום די וועלט. דאס איז נישט אמת, לויט איינשטיין איז נישטא קיין "אמת'ע" ארומדרייער, ווייל קיין שום חומר שטייט נישט אבסאלוט.

ער זאגט נישט אז לויט איינשטיין קען זיין אז 'באמת דרייט זיך די זון ארום די וועלט', נאר אז לויט איינשטיין זענען ביידע קוק-ווינקלען פונקט אזוי גילטיג און דו קענסט אנעמען וועלכע דו ווילסט און דאס וועט זיין דיין אמת, עיין בדף ר"א.

און לויט מיינע ווייניג ידיעות אין רעלאטיוויטי גייט עס אסאך ווייטער, אז ווען צוויי זאכן ריקן זיך רעלאטיוו איינער צום צווייטן באטראכט זיך יעדער פון זיי ווי דער וואס שטייט און זיין חבר איז דער וואס גייט, און יענעמ'ס זייגער וועט גיין שטייט וכו', ממילא אז מיר זענען אויף די ערד איז אונזער אמת אז מיר שטייען און די זוהן גייט, ואם טעיתי וכו'.
פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:36 am#55685
איך פארשטיי אז ער רעדט לגבי קיום המצוות, אבער אף על פי כן איז דאס אומפארשטענדליך. אויב איינער נעמט אן אז תורה און מדע איז בהחלט א סתירה, דעמאלט זע איך נישט פארוואס ער זאל נישט האבן קיין שוועריקייטן אין קיום המצוות. כדי מיר זאלן מקיים זיין די תורה מוז עס דאך שטימען.
וועגן אייער צווייטע הערה, לויט אים אז אין די תורה שטייט נאר דברים בתכלית אמיתיות און נישט געטוישט כדי מענטשן זאלן עס בעסער פארשטיין, וואלט געדארפט שטיין אז גארנישט דרייט זיך נישט ארום גארנישט. דאס וואס ס'שטייט לדוגמא "והארץ לעולם עומדת" מיינט דאך אז עס איז יא אבסאלוט און נישט רעלאטיוו. אבער אייער צווייטע נקודה קען יא זיין ריכטיג, אז למעשה איז נישט פשט אז ביידע איז נישט אמת, נאר פארקערט, ביידע זענען יא אמת.
פרייטאג אקטאבער 26, 2012 12:40 am#55689
לעיקוואד האט געשריבן:
villager האט געשריבן:עס איז וויכטיג צו וויסן אז די רבי האט שטודירט סייענס אין קאלעדזש פאר 8 יאר, און ווי ער שרייבט אין איינע פון די בריוון אז ער איז סיי א "סייענטיסט" און סיי א "רב"

גראדע נישט סייענס נאר ענדזשינירינג. ער איז נישט געווען קיין עכטע סיענטיסט.

איך געדענק אויך אז ער האט שטודירט אינזשענירינג, אבער איך זע אז ער שרייבט בתוך הדברים אז ער האט שטודירט אסטרא פיזיקס עטליכע יאר.
פרייטאג אקטאבער 26, 2012 1:24 am#55695
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי אז ער רעדט לגבי קיום המצוות, אבער אף על פי כן איז דאס אומפארשטענדליך. אויב איינער נעמט אן אז תורה און מדע איז בהחלט א סתירה, דעמאלט זע איך נישט פארוואס ער זאל נישט האבן קיין שוועריקייטן אין קיום המצוות. כדי מיר זאלן מקיים זיין די תורה מוז עס דאך שטימען.

אז איינער קומט פון 0 קען מען איהם אודאי נישט זאגן לאגיש אז זיינע ספיקות זאלן איהם נישט שטערן פון מקיים זיין מצות מעשיות, אבער אז איינער קומט פון אידישקייט קען מען איהם זאגן אז אפילו ער האט ספיקות זאגט איהם די אידישקייט וואס ער האט שוין אז ער זאל אעפ"כ מקיים זיין מצות מעשיות, שיין וועט מען אויסזעהן אז יעדער וועט ווארטן מיט תפילין לייגן ביז ער איז קלאר אין שער היחוד.
פרייטאג אקטאבער 26, 2012 8:51 am#55728
ונבנתה העיר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:נאט אייך
http://www.filedropper.com/file_91

די פייל עפנט זיך נישט אויף ביי מיר.

נאר וואס געשעהט? ביי מיר אז מליקט דאונלודאו דארף מען אריינשרייבען א קעפטשע און סדאונלאוד זיך.
פרייטאג אקטאבער 26, 2012 4:54 pm#55865
ווען איך פראביר צו עפענען די פייל נאכן דאונלאודן שטייט אז די פייל איז געדעמעדשט.
זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:12 am#55988
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען איך פראביר צו עפענען די פייל נאכן דאונלאודן שטייט אז די פייל איז געדעמעדשט.

פראביר עס דאונלואודן מיט א אנדערע בראוזער. דער סייט ארבעט עפעס נישט אויף פיירפאקס. איך האב פראבירט מיט כרום האט עס געארבעט.
זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:13 am#73770
די וואך אין 'לקראת שבת'.
זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:16 am#73782
וואס זאגט די רבי, פארוואס קען איז ניט שייך קיין סתירה פון מדע אויף תורה?

ער שרייבט וידוע מרז''ל אשר שמחו כשהקשו על דבריהם.
פון וואס רעדט ער? ווי האבן רז''ל זיך געפרייט ווען מ'האט געפרעגט?
דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 3:14 am#86865
ונבנתה העיר האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:איך פארשטיי אז ער רעדט לגבי קיום המצוות, אבער אף על פי כן איז דאס אומפארשטענדליך. אויב איינער נעמט אן אז תורה און מדע איז בהחלט א סתירה, דעמאלט זע איך נישט פארוואס ער זאל נישט האבן קיין שוועריקייטן אין קיום המצוות. כדי מיר זאלן מקיים זיין די תורה מוז עס דאך שטימען.

אז איינער קומט פון 0 קען מען איהם אודאי נישט זאגן לאגיש אז זיינע ספיקות זאלן איהם נישט שטערן פון מקיים זיין מצות מעשיות, אבער אז איינער קומט פון אידישקייט קען מען איהם זאגן אז אפילו ער האט ספיקות זאגט איהם די אידישקייט וואס ער האט שוין אז ער זאל אעפ"כ מקיים זיין מצות מעשיות, שיין וועט מען אויסזעהן אז יעדער וועט ווארטן מיט תפילין לייגן ביז ער איז קלאר אין שער היחוד.

יאיר פארוואס מוז תורה און מדע שטימען פאר קיום המצות ? סך הכל זאגט דיר דיין לימיטעד מח א געוויסער אינטערפיטאציע אין סייענס,דאס ביסט דרך זיכער מודה אז דער נותן התורה פארשטייט בעסער ווי דיין שכל נא! פארוואס שטעהלט זיך דאס אפ ביי דיין פארשטאנד? ווער זאגט אז דער humen brain איז דער פוסק אחרון אויף לאגיק ?
דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 8:13 pm#87052
אבער די סיבה פארוואס איך גלייב אין די תורה איז אויך נאר ווייל מיין לימיטער מוח זאגט מיר אז דאס איז דער אמת, ממילא אויב טראסט איך נישט מיין מוח לגבי מדע, פארוואס זאל איך אים טראסטן לגבי תורה?
אלענפאלס, עס זענען טאקע דא מענטשן וואס גלייבן נישט אין די תורה ווייל זייער מוח זאגט אזוי, נאר צוליב אנדערע סיבות. ביי אזעלכע סארט מענטשן איז טאקע יתכן אז תורה און מדע איז נישט קיין סתירה.
פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:01 am#87169
אויב בויעסטו אלעס אויף דיין פארשטאנד דאן זעה איך נישט פארוואס ווען מדע שטימט יא! אז דיין שכל זאל דיך מחייב זיין עפעס עכ״פ על ספק אז שכל איז נישט דער מכריח,ביזט דאך מודה אז ביזט לימיטעד(surplus in reconciliation is a deficit)
אלא מאי האב איך אנגענומען אז אנדערע פאקטארן שפילן א ראלע ביי דיר אין סייענס זשעפארטירד די אנדערע פאקטארן
פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:13 am#87170
איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו פרעגסט. צו פרעגסטו אז אויב איך בין מודה אז א מענטש איז לימיטעד דעמאלט קען מען מיך מיין שכל גארנישט מחייב זיין ווייל אפשר בין איך נישט גערעכט?
פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:32 am#87175
יא! דאס פרעג איך.
פרייטאג פעברואר 15, 2013 3:38 am#87176
לויט דיר קומט אויס אז איך זאל איך נישט עסן קיין פרישטאג מארגן ווייל איך קען דאך נישט וויסן אויב מיין לימיטעד שכל ואס איז מחייב אז אויב איך וועל נישט עסן וועל איך זיין הונגעריג איז ריכטיג.
פרייטאג פעברואר 15, 2013 4:21 am#87179
און אלא מאי איז דו דיקטירסט דיך יא צו עסן איז א הוכחה אז שכל איז יא מכריח? who cares אז דו עסט פרישטאג!!! דו ווילסט מיך פראוון דברים העומדים ברומו של עולם צו מדע שטימט מיט תורה צו נישט בעיסט אויף יאירס דעסישאן צו עסן פרישטאג ווייל זיין שכל האט אים אזוי געזאגט?
פרייטאג פעברואר 15, 2013 5:46 am#87183
הממ. האסטו געגעסן פרישטאג היינט? :)
זונטאג פעברואר 17, 2013 12:40 am#87436
טייערער בן שמעי, איך עס פרישטאג (כמעט) יעדן טאג איך פאהר ביי גרין סטאפ ביי רויט, איך טוה נישט אן די לינקע שיך אויף די רעכטע ענד ווייס ווירסא העסטו מיר פרעגן מ״ש תורה vs מדע ? וועל איך דיר מסביר זיין מיט א משל ,
כהאב געכאפ א שמועס מיט א מאנקי פון Bronx zoo ער רעדט זיך אפ אויף זיין אויפזעהר פארן ארויס לייגן א סיין please don't feed the animals מיר גלוסט זיך אביסל מצה  lady fingers wholeweet  spelt ברוינע אפגעשיילטע עפל אין מאקערוניס פון פאריאר סתם אן אינפארגינער. פרעג איך אים וויאזוי האסט דיך געשפירט נאכדעם ? פרעגט ער וואס? זאג איך נאך די אלע עסן האסט דיך גיט געשפירט? הייבט ער אויף אפאר קוףישע אויגן אויף מיר וואס זאגסטו? נאכדעם !פארדעם ??כפארשטיי נישט וואס דו רעדסט ווען איך עס די זאכן איז מיר גוט  ווען  דער בויך טוט וויי איז מיר שלעכט,נו פארוואסזשע זאל איך נישט אריין כאפן וואו מער גוט, מה ענין שמיטה.....?? דו כאפסט יאירל?
דער זעלבער מלפה וואס האט גענוג שכל פונקליך וואו און אויף וועלעכע בוים צו טאנצן אגאנצן טאג און האלט מיט רעכט אז דאס איז פראדוקטיוו (גראדע איך לערן מיך accounting אנשטאט טאנצן אגאנצן טאג) האט נישט ארויס די פשוטסטע זאך אז די בויך וויטאג האט א שייכות מיט וואס ער עסט. ער פארלירט אבער נישט זיין טראסט אופן אויפזעהר ער ווייסט אז ער מיינט זיין טובה כאטש ער פארשטייט נישט וויאזוי.
נמשל 
 לגבי שכל קען מען זיך טעהנן איינער האלט אזוי דער צווייטער פארקערט יעדער מיט רעכט לויט זיין שכל ווייל סך הכל דער out come איז נאך א שכלדיגער ענין, למשל עסן פרישטאג דיין שכל זאגט עס! אז נישט וועט זיין קאנסיקווענסן אויך אויפגעבויטע שכלדיגע ענינים וואס יעדער לויט זיין שכל זאל טוען ווי ער פארשטייט.
משא״כ תורה וואס וואו איך פארשטיי גלייבסטו אז דאס איז דער paper trail פון גאט און טאמער דו טרעפסט אין מדע א פארלעסליכער סתירה צו תורה ביסטו בארעכטיגט און מחיוב צו דערגרינטעווען עד מקום ששכלך מגעת 
אבער ווייטער פון דעם קוקט אויס האט דיין קט שכל במחילת כבודך (with all due respect) נישט קאמפריהעמטירט פונקט וואו אונזער מלפה לגבי די לעדי פינגערס.
מיט ערפאלג ,
מוטי
מיטוואך מערץ 13, 2013 6:56 pm#96753
לדעתי איז דאס פאררופן אויף איינשטיין אז מען קען נישט וויסן צו די זון דרייט זיך ארום די וועלט אדער פארקערט, זייער קליינקעפלדיג.

זשענערעל רעלאטיוויטי איז נישט דאס געקומען מגלה זיין, א אויבער חכם וואלט אלץ (בעפאר איינשטיין) געקענט שרייען מיכי תיתי אז די דרייסט זיך ארום מיר, אפשר פארקערט.

ועכשיו, נאך איינשטיין איז אויך פשוט אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון.

קצרתי אבל די למבין

דברי ממ"ש בזה נקראים "פסואדא סייענס"
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 1:07 am#96941
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דו האסט דא געזאגט :cry: , אבער איך זעה אז דער שונא מובהק פון געא-סענטעריזם איז אויך מסכים אז עפ"י רעלאטיוויטי קען מען שטעלן אין צענטער וועמען מען וויל.

דר"א, זעה איך יעצט אז ויקי ברענגט עס טאקע בשם דעם רבי'ן.
דאנערשטאג מערץ 14, 2013 12:05 pm#97019
איך קען ווען מאריך זיין, אבער ווי יענער חכם האט געזאגט, "ווער ספארשטייט, פארשטייט וכו."

איך וועל דיר געבן בלויז א משל, והנמשל מובן מאליו, ווען ספאלט א עפל אראפ צו די ערד, קען מען לפי ממ"ש זאגן אז די ערד איז ארויף צום עפל...

דברי ממ"ש בזה אין בהם ממש.
מוצ"ש פעברואר 16, 2019 9:29 pm#424588
ווייסט איינער אויב עס איז דא ערגעץ מלוקט אלע מאמרים מכתבים וכו' פן ליובאוויטשע רבי בענין מחקר ומדע
ביטע פארעפענטליכן אדער לינקן
זונטאג פעברואר 17, 2019 7:10 pm#424670
דאכצעכמער האט געשריבן:ווייסט איינער אויב עס איז דא ערגעץ מלוקט אלע מאמרים מכתבים וכו' פן ליובאוויטשע רבי בענין מחקר ומדע
ביטע פארעפענטליכן אדער לינקן


שערי אמונה - הצאות קהת