Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » ברוכים הבאים צום נייעם מוזיק פארום!

ברוכים הבאים צום נייעם מוזיק פארום!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
6 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 7 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2226
זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:18 pm#56266
ברוכים הבאים צום נייעם מוזיק פארום!
א גוטן אווענט חשוב'ע ידידים

בשם וועד הנהלת קאווע שטיבל טוען מיר פארשטעלן דעם נייעם 'מוזיק פארום' וועלכע איז ספעציעל אויפגעעפנט געווארן כדי עס זאל זיין א באזונדער ארט וואו מ'זאל קענען ארומשמועסן מער בהרחבה איבער אלץ וואס ארום דעם עולם המוזיקה, וואס ווי באקאנט איז דער עולם הנגינה פאר זיך א ברייטפארצווייגטער פעלד און עס לאזט זיך אסאך זאגן, בפרט ווען מיר פארמאגן דא אן אוצר פון געלונגענע מוזיקאנטן וועלכע קענען זיך אויס אין אלע עקן פון דעם פעלד און האבן אסאך וויסענשאפט און פארשטאנד אין דעם נושא, אזויווי איר קענט זיך אליינס איבערצייגן אין גאר א קורצע צייט נישטערנדיג דא אינעם קונסט אפטיילונג.

און לאמיתו של דבר - די נושא פון מוזיק איז ראוי צו פארנעמען א באזונדער ארט דא בין כותלי הקאווע שטיבל וועלכע בליהט מיט אירע פיהלצאהליגע ליינער און שרייבער וואס זייער צאהל וואקסט פון טאג צו טאג בליעה"ר און עס איז דא א גרויסע צאהל ליינער און באזוכער וועלכע האבן א שטארקע אינטערעסע צו ליינען איבער די עולם המוזיקה החרדי, צו דאס איז אינפארמאציע איבער די פרישע מוזיק אלבומס, צו דאס איז די רייכע היסטאריע פון די יודישע מוזיק, די זינגערס, די קאמפאוזערס, די ארעינדזשערס, די שפילערס, די פראדוסערס, א.א.וו. (אגב - קאווע שטיבל איז כהיום יום שטארק באריהמט איבער די מוזיק ארטיקלען וואס עס פארמאגט, מען הערט כסדר גריסן און עס פאהרן כסדר ארום לינקס צו די מוזיק נושאים וואס עס ווערט אויסגעשמועסט דאהי אזוי רייך און געשמאק).

אלזא - ברוכים הבאים צו אייך אלע
ליינט און האט הנאה.

ולסיום הדברים וויל איך אפגעבן א דאנק פאר די מנהלים פארן דאס אהערשטעלן - יישר כחכם.

הק' שמייכל
בשם הנהלת הקאווע שטיבל
זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:20 pm#56267
יעצט זאל מען אריבעברענגען אלע אשכולים דא אהער
זונטאג אקטאבער 28, 2012 10:36 pm#56274
געוואלדיגער געדאנק!! יעצט דארף מען עקטיוועטן שנעלע תגובה.
זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:12 pm#56289
שמייכל, האסט געמאכט זייער א שיינער אנהייב פארן מוזיק אשכול.

אגב, איך האב שוין געמיינט אז דו ביסט ארויס פון די מוזיק ליין וויבאלד איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, אבער יעצט זעה איך אז דאס איז געווען א ירידה לצורך עליה.
זונטאג אקטאבער 28, 2012 11:19 pm#56295
שמייכל, עטליכע מוזיק אשכולות האט מען פארגעסן אריין צולייגן דא, צווישן זיי די אשכולות איבער אמאליגע ארעינדזשערס און איבער דראמער'ס.
מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:52 am#56348
בשם די גאנצע הנהלה וויל איך באדאנקען ר' שמייכל פאר'ן נעמען אויף זיך דעם עול זיכער צו מאכן אז דער נייער מוזיק פארום פארט על צד היותר טוב. די אנדערע אחראים און מנהלים שטייען אויך ווייטער צו באדינען דעם ציבור אויסצוהעלפן מיט סיי וועלכער בקשה אדער פראבלעם.