Under maintenance
הויפט זייט » נייע אידישע ביכער

נייע אידישע ביכער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2234
דינסטאג מערץ 25, 2014 1:33 pm#192614
ווי אזוי האט ער געוואוסט ווי לאנג די ברוקלין בריק איז?

איז ער געגאנגען אליין מעסטן מיט א לאנגע גארטעל?

ער איז מן הסתם געגאנגען אין די טמא׳נע לייברערי. איבערגטייטש גואישע ביכער אויף אידיש...
דינסטאג מערץ 25, 2014 5:05 pm#192683
יפ"ה ביללער פלעגט אפזיצן אין ביבליאטעק צו מאכן ריסוירטש פאר זיינע "נפלאות הבריאה" (שפעטער "נפלאות הבורא") ארטיקלען.
דינסטאג מערץ 25, 2014 5:20 pm#192687
נח בער האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען "חנוך לנער". אין דעם בוך זענען צוזאמענגענומען געווארן די ארטיקלען פון דעם פאפולערן קאלום "חנוך לנער" וואס איז געלאפן לאנגע יארן אין "מעלות".

מעג איך בעטן אן אפהאנדלונג אויף דעם בוך?

אז מעלות בכלל און דער קאלום בפרט איז פאפולער ביים אומוויסנדן קרייז, איז נישט קיין ראי' לכאן או לכאן.


דער "חנוך לנער" קאלום האט א סך לאגישע אנווייזונגען וועלכע זענען באגריסנווערד. פאלגנד זענען ציטאטן פון דער אפטיילונג "צו ג-ט און צו לייט" אונטערן קעפל "קלוגע עלטערן, קלוגע קינדער":

* דערפאר דארפן עלטערן אויסברייטערן די קינדער'ס מוחות מיט וואס מער אומשעדליכע און באלערנדע ידיעות און באגריפן פון נאטור, געזעלשאפט, היסטאריע, געאגראפיע, קונסט, און אנדערע חכמות.

* קינדער דארפן וויסן דעם חילוק צווישן הלכות, מנהגים, און חומרות.

* דארף מען בארייכערן זייערע ידיעות מיט וועלטליכע ענינים וועלכע זענען נויטיג און נוצליך אין פראקטישן און אין געזעלשאפטליכן לעבן.

* א פיר-פינף יעריג קינד מעג שוין וויסן אין וועלכער שטאט און לאנד ער וואוינט, פון וואס מען מאכט ברויט, קעז, וויין, ציצית, פון וואו עס קומט דאס וואסער פון קראן. א צען יעריג קינד מעג שוין וויסן ווי אזוי עס ווערט רעגן, פארוואס ווינטער איז קאלטער ווי זומער, ווי אזוי עסן ווערט פארדייעט, דער חילוק צווישן א קעניג און א פרעזידענט. וואס עלטער דאס קינד ווערט, אלץ רייכער און טיפער דארפן זיין די טעמעס אין וועלכע ער איז באקאנט און אינטערעסירט.

* ווען א קינד פרעגט, "וואס מיינט קרייצצוגן?" אדער "רש"י איז געווען א חסיד?", און מען ענטפערט אים מיט חיות און אינטערעס, ווייזט מען אים אז קונה זיין חכמה איז פיל וויכטיגער ווי פלוידערן אויפ'ן טעלעפאן. אפילו ווען מען ווייסט נישט דעם ענטפער, זוכט מען עס צוזאמען, אדער ווייזט מען אים וואו צו זוכן אדער וועמען צו פרעגן.

* דאס אלעס פאדערט פיל צייט, אבער עס איז ווערד יעדע רגע. קינדער וואס האבן אסאך ידיעות האבן בעסערע אויסזיכטן מצליח צו זיין אין לעבן בעז"ה, ברוחניות ובגשמיות, סיי אין לערנען און סיי אין חברותא. וויבאלד זיי האבן וואס צו טראכטן און וואס צו רעדן, זוכן זיי נישט אויפמערקזאמקייט מיט נארישע און נעגאטיווע מיטלען. זיי טרעפן באפרידיגונג אין אינהאלטסרייכע באשעפטיגונגען און געשפרעכן, און ציען צו גוטע חברותא, מיט וועמען זיי קענען זיך דורכרעדן און פארברענגען אויף א העכערער ניווא.

נאך אן אפטיילונג, "בין ישראל לעמים", ספראוועט זיך מיט'ן ערקלערן דעם חילוק צווישן אידן און גוים אויף א פארשטענדליכן, שכל'דיגן וועג, אן זיך אראפלאזן צו דעם מיאוס'ן מהלך פון אראפרייסן גוים מיט לעכערליכע באשולדיגונגען.
מאנטאג מערץ 31, 2014 5:25 pm#193832
די אויסגאבע "דער בליץ" האט ארויסגעגעבן א שיין-גראפירטן ביכל וואס איז א ליקוט פון אלע באשרייבונגען אויף בעלי-חיים וועלכע זענען געדרוקט געווארן אין דער אויסגאבע.
זונטאג אפריל 13, 2014 7:48 pm#196063
ספר "פעולת צדיק לחיים" - געשיכטע פון האדמו"ר ר' שלמה מבאבוב ז"ל, אין די שנות הזעם תרצ"ט-תש"ה, חלק א'.
מאנטאג אפריל 14, 2014 10:16 am#196145
איינער פון די נייע אידישע קאמיקס ביכער האט א בילד פון א טראגעדיגע פרוי...
זונטאג מאי 04, 2014 12:39 pm#198813
ראובן האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען "חנוך לנער". אין דעם בוך זענען צוזאמענגענומען געווארן די ארטיקלען פון דעם פאפולערן קאלום "חנוך לנער" וואס איז געלאפן לאנגע יארן אין "מעלות".


איז די שרייבער א מאן אדער א פרוי?

מורא'דיגע גוטע יסודות וואס יעדער קען נוצען.

בכלל נישט אויף א פארפרומטע אופן, כאטשיג ער רייסט אראפ די היינטיגע פסיכילאגן.
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:15 am#235126
סופר ומונה האט געשריבן:אין די טעג איז דערשינען א נייעם בוך איבער גראפאלאגיע פון דעם ישראלישן גראפאלאג אברהם-מרדכי אשלג. 'די יסודות פון גראפאלאגיע: וואס דיין האנטשריפט זאגט וועגן דיר' איז שוין פריער דערשינען אין העברעאיש און ענגליש, און איז איצט איבערגעטייטשט געווארן אויף אידיש דורך יעקב-יוסף סורקיס פון ניו-סקווער.

לויט דעם שער-בלאט איז דער בוך "א וועגווייזער זיך אויסצולערנען די חכמה פון גראפאלאגיע ווי אזוי צו זען די נאטור פון א מענטש אין זיין האנטשריפט גרינג און שנעל".

טאקע איבער דעים מחבר פון דעים ספר, הרב אשלג איז דא אן אינטרעסאנטע מעשה. אז ער האט זיך אין איין תקופה אנגעגעיבן אלס איינער וואס קען אלעס אפליינען פון א כתובה. האטזיך א רעפארטער פון "ידיעות אחרונות" וועלכער איז נאך געוועין א בחור, געמאכט א פאלשע כתובה מיט אויסגעטראכטע נעימען. און ער איז אריין צו דעם הרב אשלג. ווען דער הרב אשלג האט איהם אפגעליינט די כתובה און פאראויסגעזאגט פארשידענע "נבואות'ן" האט דער רעפארטער אויסגעזאגט דעם אמת אז ער איז נאך א בחור. און די אלע נעימען זענען אויסגעטראכט...איז דער רבי געווארן זייער סורפרייזר.
'נאר א שאד אז די טעכנאלאגיע פון סעלפאון פיקטשערס איז נאך דאמאלס נישט געוועין אזוי אנטוויקלט. ווייל אזא בילד פון דעם רבי וואלט ווערד געוועין א סאך געלט...!
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:33 am#235135
ר'בערל
דו גלייבסט נישט אין די חכמה פון גראפאלאגיע?
זונטאג נאוועמבער 16, 2014 11:43 am#235136
ישראל קאפקע האט געשריבן:ר'בערל
דו גלייבסט נישט אין די חכמה פון גראפאלאגיע?

איך גלייב יא. אבער ס'איז דא א סאך שארלאטאנען וואס באשעפטיגן זיך מיט דעים. און פארקויפן לאקשן פאר'ן עוילעם. איך ווייס פון נאך א מעשה מכלי ראשון וואו דער אויבנדערמאנטער "הרב" האט ארויסגענארט געלט פון א איד אן ארעמאן, וועלכער האט נאך געליטן אויפ'ן הארץ אויך. נאכדעים וואס די קהילה וואו דער אומגליקליכער איד איז געוועין א מעמבער, און געדאוונט אין יענעם ביהמ"ד, האט געלייגט גרויס דרוק אויפ'ן הייליגן בעל עתידות, אז ער זאל צוריקגעיבן דאס געלט, און ער האט זיך אויסגעלאכט פון אלע תחנונים, האט ער זיך דאך געבראכן און מחזיר געוועין די גניבה.
לענייננו. איך האב נאר אראפגעברענגט די מעשה וואס דער רעפארטער אליין האט פארציילט...!
זונטאג דעצעמבער 07, 2014 1:08 pm#239206
אין די טעג איז ערשינען צוויי בענדער פון די פאנטאסטישע "מלחמת בני יעקב" ארויסגענומען פון "ספר הישר".
Yoshor.JPG
Yoshor.JPG (52.45 KiB) געזען געווארן 2481 מאל


אין דער הקדמה שרייבן די ארויסגעבער פון "מכון מתיקות התורה" איבער די מאטיוון וואס האט זיי געטריבן איבערצוזעצן די תמיה'דיגע סיפורים אויף אידיש. אט לייענט:
Yoshor1.JPG
Yoshor1.JPG (49.2 KiB) געזען געווארן 2481 מאל
מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 10:17 am#239517
עס איז ארויס חלק ב' פון דעם בוך אידישע חכמות און פקחות. חלק א' איז ארויס געקומען א צוואנציג יאר צוריק אויב נישט מער, מ'האפט אז חלק ג' וועט ארויס בעפאר תש''צ...
פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 11:59 am#240627
WOW
איך האב דע בוק אידישע חכמות און פקחות געליינט אלטס קינד כאטש 200 מאהל
דעס איז די קינץ פון א מחבר אז מזאהל קענען איבערליינען די בוך מערערע מאל און סזאל נאך אלס זיין אינטערסאנט
זונטאג יאנואר 11, 2015 7:06 pm#247419
בשבילי! האט געשריבן:עס איז ארויס חלק ב' פון דעם בוך אידישע חכמות און פקחות. חלק א' איז ארויס געקומען א צוואנציג יאר צוריק אויב נישט מער, מ'האפט אז חלק ג' וועט ארויס בעפאר תש''צ...

דער צווייטער באנד איז געשריבן געווארן דורך חיים דוד באקאנ'ס זון. אפשר וועט חלק ג' געשריבן ווערן דורך זיין אייניקל...
זונטאג יאנואר 11, 2015 7:08 pm#247420
עס איז אויך לעצטנס ארויסגעקומען דער צווייטער חלק פון "מעשי בראשית", דאס מאל מיט דעם נאמען "מעשי אבות", וואס באשטייט פון מדרשים אויף די פרשות פון ויצא ביז ויחי.
מאנטאג יאנואר 12, 2015 12:49 pm#247538
ראובן האט געשריבן:דער צווייטער באנד איז געשריבן געווארן דורך חיים דוד באקאנ'ס זון

וועלכע זוהן?
מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:29 am#250133
לית דין בר נש האט געשריבן:
ראובן האט געשריבן:דער צווייטער באנד איז געשריבן געווארן דורך חיים דוד באקאנ'ס זון

וועלכע זוהן?


קויפט דעם ספר, אינעווייניג אנפלעגט דער מחבר זיין איידענטיטי.
מאנטאג יאנואר 26, 2015 2:29 pm#250177
יישר כח דולה שוין ברוך השם גיזעהן פאר צוויי וואכן צריק
איך האב גיפרעגט דער שאלה ווען ראובן האט געמאלדן די נייעס. איך קען אלע זיינע קינדער האב איך פשוט געוואלט וויסן וועלכע זוהן האט זיך מיט דעם געפארעט
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:34 am#302310
Re: נייע אידישע ביכער
ImageUploadedByTapatalk1443159259.645615.jpg

ImageUploadedByTapatalk1443159213.811506.jpg
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:49 am#302311
הגר מיט להשיג קענען שוין פארמאכן...
פרייטאג אקטאבער 30, 2015 12:58 pm#307006
דער נייע בוך "בהסתרה" איז איבערגעטייטשט פון יעקב אסתר'ס פון "זמן" בוך?