— » דינסטאג אקטאבער 30, 2012 1:53 pm#56895
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
זר זהבשוין, האביך שוין עפעס געלערנט היינט
איחוד פעלדשטייט שוין אין רשי אויף פסוק וישמע לקול הנער, אז די תפלה פין חולה אליין איז קרובה להיענות. והוא הדין כאן, אברהם האט נישט דארט געוואוינט, משא"כ לוט.
שמעקעדיגאון איך האב א קשיא, שטייט דא א ישמעאל וואס איז א פרא אדם, און וועט פייניגן אידן לכל אורך הגלות, ימח שמם. און די מלאכים ווילן אים דער'פטר'ן, זאגט ה', ניין, "באשר הוא שם", ווי אזוי איז ער יעצט? יעצט איז ער א צדיק? דאן מוז מען אים דן זיין אלס זיין יעצטיגן מצב.
א פלא עצום, אז ביי אונז אידן, ביי א סורר ומורה, זאגט מען פונקט פארקערט, ימות זכאי, מען קוקט יא אויף שפעטער...
וואס איז פשט דערפון?
קליינע רעבעלעשמעקעדיגאון איך האב א קשיא, שטייט דא א ישמעאל וואס איז א פרא אדם, און וועט פייניגן אידן לכל אורך הגלות, ימח שמם. און די מלאכים ווילן אים דער'פטר'ן, זאגט ה', ניין, "באשר הוא שם", ווי אזוי איז ער יעצט? יעצט איז ער א צדיק? דאן מוז מען אים דן זיין אלס זיין יעצטיגן מצב.
א פלא עצום, אז ביי אונז אידן, ביי א סורר ומורה, זאגט מען פונקט פארקערט, ימות זכאי, מען קוקט יא אויף שפעטער...
וואס איז פשט דערפון?
פינק פארקערט דע סיבה פארוואס מען הייסט הארגענען דיעם סורר ומרה איז נישט ווייל מען שטראפט אים אויף שפעטער דע אייבישטער וויל זיין טובה זאגט ער ימות זכאי ואל ימית חייב ראטעוועט אים ווען דע עבירות זענען קליין נישט שפעטער ווען ער וועט דארפען באקימען סאך גרעסערע עונשים
משא"כ ביי דע אוה"ע קיקט ער טאקע נאר אויף יעצט אבער דעי מעלה פין ימית זכאי ואל ימית חייב האבען זיי נישט
שמעקעדיגקען מען דא אויסשמועסן דעם ענין פון רבקה'ס עידזש?
עס איז אנגענומען אז זי איז אלט געווען 3 יאר.
אבער די תורה פארציילט אז זי האט אנגעטרונקען אלע קעמלען און מקיים געווען הכנסת אורחים, וואס דאס איז פיל מער ווי א געווענליכע 3 יעריגס.
גאלדפאריגע וואך ביים ליינען איז מיר דורכגעלאפן א קשיא וואס עגבערט מיר,
מ'זעהט אז אליעזר האט זיך געמאכט א סימן אז דאס מיידל וואס וועט מיר און פאר מיינע קעמלען געבן צו טרינקן
דער איז א סימן אז זי איז א גומל חסד וואס פאסט זיך אריין אין די שטוב פון אברהם,
(לויט ווי רש"י איז מסביר)
איך פארשטיי נישט
אין פ' כי תצא זאגט די תורה אז מ'טאר נישט חתונה האבן מיט עמון ומואב,
על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ומים,
פאר די עוולה איז זיי האבן נישט געאפפערט קיין וואסער פאר די אידישע פאלק וואס האט געוואנדערט אין מדבר,
זאגן חז"ל מפורש אז צוליב דעם איז א ראי' אז עמון ולא עמונית מאוב ולא מואבית,
דאס מיינט אז די נקיבות איז יא מותר לבוא בקהל,
ווייל פרויען קען מען נישט פארהאלטן פאר נישט אפפערן וואסער,
ווייל "כל כבודה בת מלך פנימה",
א פרוי האט נישט קיין ביזנעס זיך צו דרייען אויפן גאס אפפערן וואסער פאר מענער,
ממילא צוליב דעם מעג מען "יא" חתונה האבן מיט זיי,
איז דאך דאס א גראבע סתירה,
ביי אליעזר זעהט מען ווייל זי האט "יא" געגעבן וואסער
דאס איז גאר א מעלה פאר א שידוך צו חתונה האבן,
און ביי עמון ומואב איז פונקט קאפויער
דאס "נישט" געבן וואסער און זיצן באשיידן אין הויז
דאס איז גאר די אורזאך וואס מ'מעג חתונה האבן,
שמעקעדיגקען מען דא אויסשמועסן דעם ענין פון רבקה'ס עידזש?
עס איז אנגענומען אז זי איז אלט געווען 3 יאר.
אבער די תורה פארציילט אז זי האט אנגעטרונקען אלע קעמלען און מקיים געווען הכנסת אורחים, וואס דאס איז פיל מער ווי א געווענליכע 3 יעריגס.
outspokenר' אהרן קוטלער ז''ל האט געזאט פשט, עשיו האט מבזה געווען די בכורה ווייל ער האט געגלייבט אין Evolution, אלעס אויף די וועלט איז א פורצאפאל און סא'יז נישט דא קיין שום רוחניות'דיגע ענין אז א בכור נעמט צוויי חלקים נאר פשוט ווייל ער איז געווענטליך שטערקער, פונקט ווי די חיות אין וואלד צוטיילען זיך מיט די רויב, מימלא איז ער ארויס אין וואלד אין געטון אלע מעשים ווי א חיה טורפות.
גאלדוואסי די גאנצע געשעפט וואס רש"י פארעט זיך אזוי
אז יצחק האט זיך געשטעלט אין איין ווינקל און מתפלל געווען און רבקה ביי איין אנדערע ווינקל,
למאי נפק"מ פונקטליך ווי זיי זענען געשטאנען,
וואס איז עס אזוי נייטיג צו די סיפור הדברים, צו מ'שטייט דא צו מ'שטייט דארט,
elter-zeideדי פארגלייכסט צוויי באזינדערע זאכען, איינס) דאס איז געווען איינגעפירט אין יענע צייטען אז מ'האט ארויסגעשיקט דע מיידלעך צי דע ברינעם שעפען וואסער, אזוי איז געווען ביי רבקה אויך ביי רחל אין אויך ביי יתרו'ס טעכטער, אליעזר איז דירעקט געגאנגען צי דע ברינעם אין דע צייט וואס מעשעפט וואסער אין געהאפט אז דארט וועט ער טרעפען וואס ער זיכט, אזוי איז געווען ביי יעקב דארט שטייט 'באר בשדה' אין אויך ביי משה (וישב על הבאר' עיין רש"י), ווייטער ביי עמון אין מואב וואס האבען נישט ארויס געברענגט ברויט אין וואסער, רעט זיך אז דע אידען זענען געווען אויפן וועג נישט ביי א ברינעם, י