Under maintenance
הויפט זייט » ניו יארק סיטי מאראטאן

ניו יארק סיטי מאראטאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2273
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 10:51 am#57944
ניו יארק סיטי מאראטאן
קומענדיגע זינטאג קומט פאר די יערליכע ניו יארק סיטי מאראטאן.
דא איז ווי מ'לויפט אלס
NYC Marathon Route.jpg
NYC Marathon Route.jpg (27.54 KiB) געזען געווארן 2829 מאל

חוץ די קריטיק וואס לאקאלע איינוואוינער האבן אסאך מאל דערויף א יעדעס יאר - פאלאזירונג די גאסן יערליך איז צוגעקומען היי יאר א פרישע שטורעם דערצו
די שטאט איז אין כאאס, הונדערטע טויזענטער איינוואוינער אן קיין לעקטער, די הילף פון די סטעיט אדער פעדעראלע גאווערמענט קומט נישט אן אין ערגעץ אין די שטארק עפעקטירטע פלעצער, אבער דער מעיאר קוקט עס אן אנדערשט!
דער מעיאר בלומבערג האט געמאלדן אז טראץ אלע פראבלעמען וועלן די לויפערס ווייטער לויפן.

ערגער פון אלעם איז אז צוויי מעכטיגע דזשענערעיטארס ארבייטן יעצט אין סענטראל פארק פאר די מידיע טענט-שאטער פארן זינטיגע געלויף. און א דריטע איז דארט פאר בעקאפ אין קעיס איינס גייט שלאפן.

די דזשענעראטן וואלטן געווען גוט אז אריבער 400 הייזער וואלטן געהאט לעקטער קראפט און וואלט ווען רואיג געקענט געניצט ווערן אין סטעטען איילענד צו דאונטאון מאנהעעטן, צו אין די ראקעוועיס.

מער ווי דעם, היינט צופרי זענען 11 דזשענערעיטארס געווען אינדרויסן די פארק. און א טראק האט אראפגעלייגט אפאר הונדערט קעיסעס פון וואסער וואס וואלט ווען געווען א ישועה אז מ'קען עס שיקן פאר מענטשן וואס ברויכן עס עכט!
Marathon.jpg
Marathon.jpg (64.88 KiB) געזען געווארן 2829 מאל

פון די אנדערע זייט שרייען געוויסע, אז דער מאראטאן ברענגט אריבער 300 מיליאן דאללער פאר די סיטי, און יעצט איז א צייט וואס די סיטי דארף עס גאר שטארק

אזוי צו אזוי, די אידן אין וויליאמסבורג וועלן אי"ה מסתמה באלד זעהן די יערליכע רויטע צעטלעך אז מ'טאר נישט ארויסקוקען און זעכער זיך נישט אפשטעלן וועלן די ערלים לויפן אריבער..
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:36 am#57963
דער אשכול איז דאך איבער דעם מאראטאן בכלליות, איז דא איז א בילד פון דעם ניו-יארקער מאראטאן פון די צייטן ווען מ'איז ליידער נאך נישט געווען אזוי הייליג, און מ'האט נאך געמעגט קוקן ר"ל:
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:38 am#57964
יענע צייטן זענען די גוים געגאנגען אנגעטון מער צניעותדיג ווי אין געוויסע אידישע געגענטן היינט צוטאגס...
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:40 am#57966
זר זהב האט געשריבן:יענע צייטן זענען די גוים געגאנגען אנגעטון מער צניעותדיג ווי אין געוויסע אידישע געגענטן היינט צוטאגס...

זינט די זעכציגער יארן איז נישט אנטשטאנען קיין ערנסטע שינויים אין דעם לבוש פון אמעריקאנער.
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:41 am#57968
זר זהב האט געשריבן:יענע צייטן זענען די גוים געגאנגען אנגעטון מער צניעותדיג ווי געוויסע אידן היינט צוטאגס...

קען גאר זיין האסט דאס געמיינט... נארנישט געוואלט מקטרג זיין...
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 11:41 am#57969
די ניו יארקע מאסן זענען זייער אויפגעברויזט איבער די באשלוס צו לאזן אנגיין די מאראטאן,
ס'דא א באוועגונג צו לויפן די פארקערטע ריכטונג אלס פראטעסט,
אזא בחינה פון אנו רצים והם רצים
מ'העט מודיע זיין ווי די פארקערטע לויפער גייען זיך מאחד זיין,
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 12:14 pm#57974
יעצט באקומען פון משב"ק די הודעה:
ברכת כ"ק אדמו"ר שליט"א לקראת המעראטען השנתי
חכמה בגוים תאמין.
ס'איז א גוטע זאך, ס'איז כדאי.
השי"ת זאל העלפען בזכות אבותי, רפואות און ישועות פאר אלע וואס טוהען אין דעם.
הצלחה

עד כאן לשונו
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 12:31 pm#57981
א שטארקע עדיטאריעל פון VIN
m http://www.vosizneias.com/116403/2012/1 ... his-spots/ m
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 5:02 pm#58081
BREAKING: According to NYPD source, NYC Marathon is canceled; in order to focus resources on #Sandy cleanup. was set to take place Sunday.
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 5:04 pm#58082
שטערן האט געשריבן:BREAKING: According to NYPD source, NYC Marathon is canceled; in order to focus resources on #Sandy cleanup. was set to take place Sunday.

WOW אמת? כ'האב געהאט א פילינג אז בלומבערג וועט זיך דערשרעקן פון די פרעסע.
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 5:30 pm#58085
שטערן האט געשריבן:BREAKING: According to NYPD source, NYC Marathon is canceled; in order to focus resources on #Sandy cleanup. was set to take place Sunday.

אה , געשמאק!! געשמאק אז דער דל גאה האט זיך געבראכן
מסתמא אדאנק מיין שארפע ארטיקעל.....
פרייטאג נאוועמבער 02, 2012 5:38 pm#58088
זיין פאלשער סטעיטמענט... ס'פאסט אים נישט!
"The marathon has always brought our city together and inspired us with stories of courage and determination," Bloomberg said in a statement. "We would not want a cloud to hang over the race or its participants, so we have decided to cancel it."
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:07 am#58200
א נקמה! א נצחון!
זאל דער אויבערשטער העלפן אויף ווייטער אויך, כאשר החילות לנפול לפניו, זאל ער האבן א מפלה שלימה בקרוב.
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:40 am#58212
יאנקל האט געשריבן:דער אשכול איז דאך איבער דעם מאראטאן בכלליות, איז דא איז א בילד פון דעם ניו-יארקער מאראטאן פון די צייטן ווען מ'איז ליידער נאך נישט געווען אזוי הייליג, און מ'האט נאך געמעקט קוקן ר"ל:

וועלכע יאר איז דאס בילד? און אויב קען איינער באמערקן וועלכע גאס דאס איז?
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:59 am#58229
smart האט געשריבן:וועלכע יאר איז דאס בילד? און אויב קען איינער באמערקן וועלכע גאס דאס איז?


די גאס איז בעדפארד קאר. ראדני, און איך בין נייגעריג צו די הנחה אז זייט ניינטין סיקסטי איז נישט געווארען געטוישט די לבוש קען זיין ריכטיג?
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 1:44 pm#58310
א נקמה און דעם בלובערגען
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 2:37 pm#58338
א נקמה וואלט געווען אויב ער לאזט יא די מאראטאן און די נאכפאלגן, נאר בעסער אזוי זאל נישט שאטן פאר קיין שום יודיש קינד
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 5:12 pm#58437
קען מיר איינער ביטע מסביר זיין וואס דער מנהג פון די מערעטאן איז אז מען האט דאס געוואלט דורכפירן מיט אזא געוואלדיגער מסירות נפש?
וואסידאס?
אידען דא אגעווינער?
אויב יא וואס באקומט מען?
וואסי פשט פון די מנהג?
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 6:55 pm#58501
עס איז דא א געווינער (אפשר דער ווער עס הייבט אן דאס געלויף מיט יעדן, און נאכער כאפט ער א לופט מיט א קאר ביז אפאר בלאק פאר די דעסטינאציע און שטעלט זיך ווייטער אין געלויף מיט אלע צוגלייך, ווי גארנישט וואלט געווען), יא. און מען באקומט עפעס ..וואסער..
און אויך דער ערשטער אנגעקומענער באקומט עפעס טאשן געלט. כ'מיין לויט וויפיל זיינע קליינע טאשן נעמען אויפן פלאץ אריין.
מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:06 pm#160200
מארגן ביים מאראטאן וועט מען יוצא זיין פאר פאריאר אויך. עס גייט זיין אונטער גאר שטארקע סעקיוריטי אין ליכט פון באסטאן טראגעדיע.
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 12:07 am#160243
איך דארף אריין פארן מארגן צופרי אין שטאט (פון אפסטעיט). וועלכע ראודס\ברידזשעס\טאנעלס ברויך איך אויסמיידן?
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 12:56 pm#160383
יעקב משה טייטעלבוים באוואכט די מערעטאן לויפער'ס
זונטאג נאוועמבער 03, 2013 3:55 pm#160431
ווער איז דאס?
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 5:00 pm#161003
די עלצטע פרוי וואס איז געלאפן זונטיג אין די מערעטאן איז היינט געשטארבען
m http://www.vosizneias.com/145650/2013/1 ... at-age-86/ m
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 10:43 am#232138
מ'לויפט!!
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:09 pm#232152
גאלד האט געשריבן:די ניו יארקע מאסן זענען זייער אויפגעברויזט איבער די באשלוס צו לאזן אנגיין די מאראטאן,
ס'דא א באוועגונג צו לויפן די פארקערטע ריכטונג אלס פראטעסט,
אזא בחינה פון אנו רצים והם רצים
מ'העט מודיע זיין ווי די פארקערטע לויפער גייען זיך מאחד זיין

דער פראבלעים איז, אז אויב מ'עסט אום שב"ק (לכה"פ) צוויי טעלערס טשאלנט, קען מען זונטיג נישט לויפן אין קיין מאראטאן...!
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:29 pm#232195
/
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:36 pm#232201
רויט?
אזא פריצות!
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:37 pm#232202
איך פלעג אלע יארן געוואויר ווערן ווען די מאראטאן איז, נאר דורך די צעטליך...
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:49 pm#232210
יעצט אריבערגעגאנגען בעדפארד די עולם שטייט אין די מאסן ביי די זייטן אין קיקן זיך צי
נעקסטע יאר זאל מען שוין ענדערש הענגן צעטלעך אז פרויען טארן זיך נישט געפינען דארט וועגן תעריבות
וועד הצניעות וועט זיין אויפן פלאץ צי אינפארסירען שאריא..
זונטאג נאוועמבער 02, 2014 5:01 pm#232248
ברסלבער האט געשריבן:איך פלעג אלע יארן געוואויר ווערן ווען די מאראטאן איז, נאר דורך די צעטליך...

דאס איז געווען די טענה פונעם גערער (פאר א טויש האלט ער אמאל צום זאך) ביים מצעד התועבה אין ירושלים עיה''ק אז קיין איין פרומע אינגל ובחור געפינט זיך נישט דארט אוף יענע גאסן בשעת מעשה און די גאנצע טומל לוינט זיך נישט. די אזוי-גערופענע פרומע סוטים און סתם באורד אוכלי לחם חסד ליידגייערס האבען נישט אינגערוהט ,באצירט אלע ווענט מיט שרייעדיגע הזדעזי ארץ וכו פלאקאטן און אלס רעזולטאט האבען טויזענטער ריינע נשמות אויסגעפונען פון די אלע שמוץ.
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:01 am#232369
Left,Right,Left Right Left
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:03 am#232370
הם רצים... ואנו רצים בטלית ותפילין ארויס פון בית המדרש...
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 1:49 am#232382
ברענגסט א ראי' פון פאפא ?
מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 2:44 am#232387
קליגער אינגערמאן האט געשריבן:ברענגסט א ראי' פון פאפא ?


גערעכט, ברענג פין קארנער ראדני סאיז אסאך שענער
די עולם דארט איז געווען דאפעלט
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:18 pm#234273
קוק יא ווי מען לויפט... קוק נישט ווי מען לויפט...

לכל הפחות אויב דו קוקסט יא... טוה דער אויס דער טלית און תפילין...
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:36 pm#234310
יאסל ראקאווער האט געשריבן:Left,Right,Left Right Left

איין זאך איז צו באמערקן: אז די מאראטאן לויפערס לויפן נישט בתערובות...!
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:10 pm#307218
אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער מאראטאן האט ערשט אנגעהויבן דורכלויפן וויליאמסבורג אין די תש"ל-יארן. עס איז דאן קיינעם בייגעפאלן צו מאכן א 'ויצעקו' אפצורופן די 'שרעקלעכע גזירה', ווי עס וואלט געוויס היינט געווען.
זונטאג נאוועמבער 01, 2015 9:53 pm#307227
אלה ברכב ואלה בסוסים

דעם היינטיגן זונטאג פרשת חיי שרה האט דער וויליאמסבורגער חרדישער יישוב מיטגעלבעט צוויי מאדנע שגעון'ישע קאפריזן, וואס עטליכע ליידיגע פערזאנען מיט אסאך ענערגיע האבן אנגעדרייט מיט גרויס פאראדע און פראפאגאנדע און זיך אויסדערוועלט אונזער יישוב צו ליידן פון זייערע קאפריזן.

די ערשטע איז גראדע נישט קיין נייער זאך נאר גייט שוין אסאך יארן, וואס עס לויפן אדורך עטליכע טויזענט פערזאנען הרצים יצאו דחופים משבע ועשרים ומאה מדינות, מיט א גאלאפ לויפן זיי אן קיין שום ציהל בלויז צו אנפילן זייער ליידיג צייט און אפשר אביסל עטענשאן פון די נארישע ביישויערס וואס פלאטערן מיט די הענט און יובל'ן פאר זיי אויף די גאסן, און אפילו עטליכע הינדערט אינוואלידן אין זייערע וויגן בענקלעך זענען דורכגעלאפן אפילו מ'האט נישט די מעגליכקייטן מיט די וויגן בענקלעך אנצוקומען צום ענד-ציהל פון די לויפער'ס, אבער וואס טוט מען נישט פאר ליידיג גייען?! און בעיקר רעדט מען דאך פון אזעלכע פערזאנען וואס פרעגן נישט צו פיהל, נאר אז מ'זעהט פראפאגאנדע לויפט מען מיט, אן קיין פארוואס.

מיר חסידישע אידן וואס דארפן נעבעך ליידן פון די שכנים אין אונזער גלות שטעלן קיין ווידערשטאנד צו די קאפריזן, און מ'פארמאכט זיך די אויגן און מ'ליידט די פאר שעה פון זייער שגעונות, און מ'שמייכעלט זיך אונטער ווען מ'זאגט דעם הם רצים ואנו רצים, ס'מאכט זיך גאנץ אנדערש דעם שלא עשני גוי, און ווען מ'זאגט ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו וכו'.

היי יאר איז גראדע ארויפגעקומען אויף די ארענע א פרישער אנשיקעניש, פון געוויסע ליידיג גייערס מיט זייער אסאך ענערגיע און וואס ליידן פון לעק אוו עטענשאן, וואס טרייבט זיי און זוכן עפעס אקטיוועטיס אין וויליאמסבורג, און אינאיינוועגס זעטיגן זייער נאטור פון שעלטן מאה קללות בכל יום ואין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתו, זיי ווילן אויסגיסן אביסל פון זייער ביטערקייט אויף די בריאה און בעיקר אויף זייער סביבה, שרייען און שעלטן איינמאל א וואך, ווייל בלויז שבת איז נישט גענוג, מ'קען שוין נישט פארן יעדע וואך קיין מאנהעטן פראטעסטירן פאר די RFR און אויך נישט צו BH , ס'איז נישטא קיין ערליכע רבי'ס פון ארץ ישראל יעדע וואך צו שרייען גיוואלד חופרי קברים, נישטא קיין נגידים פון לאנדאן וואס מאכן חתונה דא צו פראטעסטירן, נישטא קיין שטאטישע פאליטישע וואלן יעדן טאג צו שרייען תועבה, נישטא קיין געשעפטן ווי מ'קען אנשמירן און פראטעסטירן יעדן טאג, נישטא קיין פרעס טראק צו שרייען גיוואלד, מ'קען דאך נישט פארן יעדן וואך קיין וואשינגטאן און פאר די יו ען געביידע מיט די פאלאסטינע פאטשיילע צו טאנצן אינאיינעם מיט די רוצחים.

אלזא ווי קען מען זיך אויסגעבן די בלוט דורשטיגקייט און מדות משחתות? מ'הענגט אן פלאקאטן פון אלע קאלירן מיט בפקודת ובהתחייבות רבנים איש בל יעדר, כל מי שעמדו רגליו על הר סיני איז מחיוב צוזאמקומען ברחובות קריה אנשים נשים וטף ס'וועט קורסירן באסעס מארבע כנפות הארץ ס'וועט זיין באזונדערע גאסן פאר אנשים באזונדער פאר נשים, באזונדער פארקינג לאטס פאר וויגן, באזונדערע אריינגאנג פאר רבנים באזונדער פאר עלטערע אידן זקנים ופני העיר, וכו', און אזויווי די מארטאן לויפערס שטייען נעבעך אויף מיט פרישקייט און מ'גייט לויפן נאך די פראפאגאנדע פון די טעלעוויזיע און צו פילן זייער ליידיג צייט, אזוי נעבעך לויפן די תמימי לב נאך די פראפאגאנדע צעטלעך און גלויבן גאר אז זיי ראטעווען די שטאט מיט זייער העלדישקייט, ס'קומען נעבעך תמימות'דיגע אידן און אידענעס מיט די תהלימ'לעך אין די האנט, ס'שטעלט זיך ארויף א לץ און דעקט זיך איבער מיט א טלית און הרג'ט זיך פאר געלעכטער פון פאר דעם מנין תמימי לב, און נעמט זיך ארויס א שופר פון ראש השנה און בלאזט מאה קולות די נשים ווישן זיך די טרערן, דער ארום אין ארום קוילערט זיך פאר געלעכטער וואס מ'קען נעבעך טוהן מיט תמימי לב, ס'איז פורים אין דערוואכן, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה מ'נעמט דער הייליגסטער זאך פון כלל ישראל דער שופר און מ'מאכט דערפון א פורים מעוטף בטליתו בלאזט מען און מזאגט פארן גאנצן שטאט מ'פייפט אויף ענק איר זענט אלע קינדער אין די וויגן וואס מ'קען טוהן וואס מ'וויל פון אייך, מי יאמר לו מה תעשה ווייל ווער וויל דען א פראטעסט פאר זיין הויז,

דער סך הכל איז אלה ברכב זיי מיט די וועגעלעך ואלה בסוסים די לויפער הרצים בסוסים, זענען נעבעך ביידע אנשיקענישן וואס מיר דארפן ליידן אין דעם גלות, ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד...