Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קאווע שטיבל • חסידות'ן וואס האבן צוויי אדער מער, ספינקא vs ספינקא, סקאליע

קאווע שטיבל • חסידות'ן וואס האבן צוויי אדער מער, ספינקא vs ספינקא, סקאליע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2342
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:09 pm#60451
חסידות'ן וואס האבן צוויי אדער מער, ספינקא vs ספינקא, סקאליע
סטיטשין און סטיטשין, פאפא און פאפא, אין דעם אשכול קען מען ברייט ארום רעדן איבער אלע חסידות וואס פארמאגן מער ווי איינס פון דער זעלבער, און די גרויס און מעלות פון אלעמען, איבער די אנדערע, אבער נישט לשון הרע ביטע.
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 7:16 pm#60453
ניקלשבורג ניקלשבורג. חוסט חוסט. מישקאלץ מישקאלץ. ברסלב ברסלב בלב ברסלב ברסלב ברסלב ברסלב
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:19 pm#60472
סקווירא, סקווירא ב'פ, סקווירא פלעטבוש דשונסקי, דשונסקי
זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:07 pm#60481
ל.רוזן האט געשריבן:סקווירא, סקווירא ב'פ, סקווירא פלעטבוש דשונסקי, דשונסקי

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

Belz & belz. Bobev & bobev kalev &kalev kloizenburg&kloizenburg !
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:28 am#60529
איך מיין אז ס'וועט דיר זיין גרינגער צו מאכן א ליסט פון חסידות'ן וואס האבן נאר איינס.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:04 am#60611
געפילטע פיש האט געשריבן:איך מיין אז ס'וועט דיר זיין גרינגער צו מאכן א ליסט פון חסידות'ן וואס האבן נאר איינס.

אדער חסידות וואס האבן פינף אדער מער, ווי ספינקא, ברסלב, זידיטשויב, נאדבורנא, וכדומה.
אבער ס'קען זיין גאנץ אינערעסאנט צו באשרייבן פרוטרוט יעדן חסידות, ווער האט מער מענטשן אין ביהמ"ד, ווער האט מער קוויטלעך, ווער האט גרעסערע מוסדות, אא"וו.
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:24 pm#60639
ל.רוזן האט געשריבן:דשונסקי, דשונסקי

קודם ס'איז דושינסקיא
נישט געוויסט ס'דא צוויי. (איך ווייס ס'דא אין בית שמש אבער נאר א רב, די רבי ר' יוסף צבי פארט אייביג אהין צו יעדע זאך)
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:25 pm#60640
און פון סעקלעהעד האט יעדער פארגעסן!!!
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 8:41 pm#60843
איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...
מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:12 pm#60886
פרענטש וואנילע האט געשריבן:איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...

מונקאטש איז דא צוויי. אין שטאט מונקאטש איז דא איינער וואס רופט זיך מונקאטשער רב, און דער מונקאטשער פון בארא פארק וויל דאס נישט צולאזן. דאס איז דער באדייט פון די אפטע נסיעות צום שטאט מונקאטש.
דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 11:23 am#60963
פרענטש וואנילע האט געשריבן:איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...


... און באבוב.. מיט אזא גראדקייט.

און אויב מעג איך פרעגן, וואס איז דאס שאללא? איז דאס די כת השאלים?
דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:58 pm#61044
מים חיים האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...

מונקאטש איז דא צוויי. אין שטאט מונקאטש איז דא איינער וואס רופט זיך מונקאטשער רב, און דער מונקאטשער פון בארא פארק וויל דאס נישט צולאזן. דאס איז דער באדייט פון די אפטע נסיעות צום שטאט מונקאטש.


נישט אינגאנצן אזוי. אין שטאט מונקאטש האט געוואוינט ביז לעצטענס א טייערער איד א יליד מונקאטש, וועלכער איז געקומען אהין אויפטוהן פאר אידישקייט, און האט זיך דוקא געהאלטן זייער נאנט מיט דעם מונקאטשער פון ב"פ. אבער ער האט פארשיקט דעם ראש הקהל פון זיין אמט, נאכן מחלל שבת זיין בפרהסיא פאר די גאנצע שטאט אויפטרעטנדיג שבת צופרי ביי א פאליטישער ראלי און גערעדט דארט אויפן מייק, און האט נאך געהאט טענות אז מען האט טענות צו אים.

דער ראש הקהל וועלכער איז בעצם בעה"ב פון שטאט מונקאטש, און פון די גרעסטע בעה"ב אין גאנץ אוקראינא בכלל (וואס אפאר דאללער קען באווייזן) האט אים געוויזן ווער עס קען בעסער. ער האט אנגעדרייט דעם מונקאטשער קעגן דעם ארטיגן רב, און האט יענעם דורכן געריכט ארויסגעווארפן פון זיין אייגענעם בית המדרש (מיט הילף פון דעם מונקאטשער און נאך אנדערע צדיקים דא אין אמעריקא) און אים צושמעטערט אויף שטיקער.

ביים אנהייב איז ער נאך געבליבן אין מונקאטש, אבער נאך א קורצע צייט איז ער געווארן נישט געזונט און איז צוריק געפארן קיין א"י. הגם זיין קהילה (וועלכע ער האט געהאט אריבערגעפירט צו זיך אין דירה) איז נישט אונטערגעגאנגען, ווייל דער מענטש וועמען דער ראש הקהל האט געדינגען אנצופירן זיין קהילה, האט זיך עווענטועל צוקריגט מיט אים און ער איז אריבערגעקומען אין דעם אלטן רב'ס דירה און ער פירט דארט ווייטער דאס ווירטשאפט.

בעליוו איט אר נאט...
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 5:58 pm#64563
נאנאש, הוידא-נאנאש.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 6:02 pm#64569
נאך איינער האט געשריבן:נאנאש, הוידא-נאנאש.


נישט די זעלבע...
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 7:07 pm#64600
קפנדריא האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:איך מיין אז נאר איינס איז דא פרעמישלאן, מונקאטש, שאפראן, בראשוב, אשוי, באיאן, ברעזנא, לאשאנץ, שאללא, און באבוב...


... און באבוב.. מיט אזא גראדקייט.

און אויב מעג איך פרעגן, וואס איז דאס שאללא? איז דאס די כת השאלים?

ס'דאך ידוע די מעשה מיט די איד וואס האט באקומען א הארץ אטאקע אין באבובע בעסמעדרעש, ט'גערופן הצלה, פרעגן זיי ווי ער איז, זאגט ער אין גרויסן באבובע בעסמעדרעש, פרעגן זיי וועלכע באבוב, זאגט ער ס'נאר די איינס! פרעגן זיי אבער וועלכע איז די איינציגסטע? זאגט ער ס'דאך נאר דא איין איינציגע! ויצא נשמתו באחד...
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 7:09 pm#64601
ל :lol: ל
דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 1:45 pm#65954
האובאוט באשרייבען דיטעילס פון חסידות, גרויסקייט, וויפיל שוהלען, מוסדות וכדו'.

וזה החלי, ספינקא וויליאמסבורג,

הגה"צ רבי אביש שליט"א, האט לכאורה די גרעסטע און הצלחה'דיגסטע שוהל, איבערגענומען די טאטע'ס שוהל (לויט האלב פון די צוואה..), אסאך מתפללים, גאנץ א שיינע ציבור ביים וועכענטליכען טיש, א שיינע מקום תורה אין בעסימענט, און ער איז געבליבען מיט משפחת שטיינמעץ וואס הייסען די עמודי התווך פון ספינקא, אין סאמע בעסטע געגענט פון אלט וויליאמסבורג, מיט א מקוה דערצו.

אויכעט האט ער א כולל ווי מ'לערענט אגאנצען טאג.

ווידעראום הגה"צ רבי אייזיק שליט"א , האט נישט אזויפיל מתפללים וועכענטליך ווי דער ברודער, פראוועט אין א געדונגענע ביהמ"ד נישט אין אזא גוטע געגנט, האט ביים טיש עפעס מער ווי רבי אביש, האט בלויז א נאכט כולל, און יעצט געעפענט א קליינע ישיבה מיט בערך 20 בחורים, אבער האט מער קוויטלעך ווי רבי אביש, אבער ימים נוראים, ימים טובים, אדער גרויסע מאורעות און טישען שלונגט ער איין דעם ברודער אין וועסטעל טאש, אויכעט האט ער ווי ס'קוקט אויס מער כיבודים ווי סידור קידושין וכדומה.
דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 7:13 pm#66091
אויך זעה איך א אינטערעסאנטע זאך, ר' אייזיק און ר' נפתלי (קראלע) זענען כמעט יעדע וואך אין די פיקטשער מאגאזינען, גאנצעטע בלעטער, ווי גרויס און הויך די פארענטשעס זענען, ביידע זעהט אויס טרייען צו שפילן גרויסע רבי געים, און זיי פארהערן זיך ווער קען בעסער.

ר' אביש ווידער זעהט מען זעלטן אין די אלבום'ס, ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער האט עפעס בערך אזויפיל ווי סענדשארדשע אדער מישקאלץ, ס'זעהט נישט אויס ווי ער טרייט בכלל אנטייל צו נעמען אין דעם פארמעסט.
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:32 pm#66260
הדד בן בדד האט געשריבן:אויך זעה איך א אינטערעסאנטע זאך, ר' אייזיק און ר' נפתלי (קראלע) זענען כמעט יעדע וואך אין די פיקטשער מאגאזינען, גאנצעטע בלעטער, ווי גרויס און הויך די פארענטשעס זענען, ביידע זעהט אויס טרייען צו שפילן גרויסע רבי געים, און זיי פארהערן זיך ווער קען בעסער.

ר' אביש ווידער זעהט מען זעלטן אין די אלבום'ס, ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער האט עפעס בערך אזויפיל ווי סענדשארדשע אדער מישקאלץ, ס'זעהט נישט אויס ווי ער טרייט בכלל אנטייל צו נעמען אין דעם פארמעסט.


ער האט גראדע היבש מער ווי סענדזשארץ און מישקאלץ, אבער זיינע ברודער פאקען אים איין מיט די פולע פרענטזעס, קוק אן רבי אייזיק'ס חתונות, שמחת בית השואבה, הקפות, רבי אביש איז נישט אפילו אין א פארמעסט דערמיט, אויכעט רבי נפתלי מקראלי האט לעצטענס שטארקע חתונות און טישען אין ספעציעלע זמנים..
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:49 pm#66276
אין ספעציעלע זמנים האבן זיי מער, אבער פול פלעדזש חסידים האט ער מער

אפשר ווייל ער איז אויף זיין טאטע׳ס פלאץ
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:50 pm#66279
יא, אסאך זענען פשוט געבליבן אינעם ארגינעלן שול
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:53 pm#66282
אזוי ווי אין אנדערע פלעצער וד״ל
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 1:55 pm#66286
ניין גראדע די ארוינים זענען אלע אוועק פון ראדני. דאס שטימט בעסער מיט די נאציע אז די ארוינים זענען גאר שטארקע חסידים, א ביהמ"ד וועט זיי נישט אפהאלטן פון גיין צו וואו זיי ווילן באמת גיין. און דאס איז טאקע דער אמת
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 2:42 pm#66296
אבער אין ראדני זענן געבליבן מענטשן נאך די פטירה פון הדבר״י זי"ע אפילו זיי האבן נישט געהאט קיין שום שייכות מיט הב״מ זי״ע (מילד גערעדט) און די זענן געבליבן ווייטער
״די״ האט מהר״א נישט באקומען ב״ה
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 2:44 pm#66297
אה נישט פון דאס האביך גערעדט. ווילאנג זיי זענען געווען ביים רבי'ן זענען זיי גוט פאר מיר. מ'טאר נישט פארגעסן אז די וואס האבן זיך געווייקט ביי רבינו הק' זי"ע זענען 'אויך' סאטמארע. זיי זענען נישט קלויזענעבורג, בעלז אדער סאדיגור.
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 2:45 pm#66298
גוט פאר דיר אבער נישט פאר מהרז״ל
פרייטאג נאוועמבער 30, 2012 2:51 pm#66303
רעדיר איין!
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:12 am#66402
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:אויך זעה איך א אינטערעסאנטע זאך, ר' אייזיק און ר' נפתלי (קראלע) זענען כמעט יעדע וואך אין די פיקטשער מאגאזינען, גאנצעטע בלעטער, ווי גרויס און הויך די פארענטשעס זענען, ביידע זעהט אויס טרייען צו שפילן גרויסע רבי געים, און זיי פארהערן זיך ווער קען בעסער.

ר' אביש ווידער זעהט מען זעלטן אין די אלבום'ס, ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער האט עפעס בערך אזויפיל ווי סענדשארדשע אדער מישקאלץ, ס'זעהט נישט אויס ווי ער טרייט בכלל אנטייל צו נעמען אין דעם פארמעסט.


ער האט גראדע היבש מער ווי סענדזשארץ און מישקאלץ, אבער זיינע ברודער פאקען אים איין מיט די פולע פרענטזעס, קוק אן רבי אייזיק'ס חתונות, שמחת בית השואבה, הקפות, רבי אביש איז נישט אפילו אין א פארמעסט דערמיט, אויכעט רבי נפתלי מקראלי האט לעצטענס שטארקע חתונות און טישען אין ספעציעלע זמנים..


נו דאס איז דאך וואס איך וויל ארויסברענגען, אז ער טרייט אפילו נישט אנטייל צו נעמען אין דעם "ריזיגען פארענטשעס געים", איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער חשבון זיינער איז, איך האב פשוט דאס אנגעמערקט, אז די ברודערס זיינע טרייען שטארק צו דעמאנסטרירן וואספארא גרויסע רביס זיי זענען, און ביי אים קוקט נישט אויס ווי ער זוכט זיך צו באווייזן מיט דעם.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:28 pm#66770
דאס איז אלע ספינקא'ס אין ווימ"ב? וואס איז מיט רבי בעריש ז"ל, האט ער נישט געלאזט קיין קהילה און מוסדות?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 12:32 pm#66773
ער האט יא, זיין זון האט איבערגענומען אויף קיעפ סטריט.
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:21 pm#66790
און די אנדערע זון אין מאנסי.. l viewtopic.php?f=3&t=1605 l
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:34 pm#66797
הדד בן בדד האט געשריבן:
פרענטש וואנילע האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:אויך זעה איך א אינטערעסאנטע זאך, ר' אייזיק און ר' נפתלי (קראלע) זענען כמעט יעדע וואך אין די פיקטשער מאגאזינען, גאנצעטע בלעטער, ווי גרויס און הויך די פארענטשעס זענען, ביידע זעהט אויס טרייען צו שפילן גרויסע רבי געים, און זיי פארהערן זיך ווער קען בעסער.

ר' אביש ווידער זעהט מען זעלטן אין די אלבום'ס, ס'וואלט זיך געקענט דאכטן אז ער האט עפעס בערך אזויפיל ווי סענדשארדשע אדער מישקאלץ, ס'זעהט נישט אויס ווי ער טרייט בכלל אנטייל צו נעמען אין דעם פארמעסט.


ער האט גראדע היבש מער ווי סענדזשארץ און מישקאלץ, אבער זיינע ברודער פאקען אים איין מיט די פולע פרענטזעס, קוק אן רבי אייזיק'ס חתונות, שמחת בית השואבה, הקפות, רבי אביש איז נישט אפילו אין א פארמעסט דערמיט, אויכעט רבי נפתלי מקראלי האט לעצטענס שטארקע חתונות און טישען אין ספעציעלע זמנים..


נו דאס איז דאך וואס איך וויל ארויסברענגען, אז ער טרייט אפילו נישט אנטייל צו נעמען אין דעם "ריזיגען פארענטשעס געים", איך ווייס נישט פונקטליך וואס דער חשבון זיינער איז, איך האב פשוט דאס אנגעמערקט, אז די ברודערס זיינע טרייען שטארק צו דעמאנסטרירן וואספארא גרויסע רביס זיי זענען, און ביי אים קוקט נישט אויס ווי ער זוכט זיך צו באווייזן מיט דעם.

ער האלט זיך זייער צו זיין טאטען פרינציפן אויף ווייט מעגליך,
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:36 pm#66798
זיינע טאטע האט נישט געלאזט לייגן בילדער אין די מאגאזינען? וואס זאגסטע?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:45 pm#66803
זר זהב האט געשריבן:זיינע טאטע האט נישט געלאזט לייגן בילדער אין די מאגאזינען? וואס זאגסטע?

ער איז אוועקגעשטאנען פין די אלע פראפאגאנדע, פראביר אריינצוגיין ביי אביש אין כאפ א פיקטשער אין בית מדרש וועסטו זעהן וואס איך מיין, די פאר פיקטשערס וואס איז יא דא קען מען זעהן איז געכאפט מיט א טעלעפאון, ווייטער ביי אייזיק איז פינקט פארקערט ער איז ווי דער דאראגער אין ארץ ישראל
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:46 pm#66804
פון וועכע פראפאגאנדע? ס'נישט געווען די אלע זאכן אין יענע צייטן
פרייטאג דעצעמבער 14, 2012 4:20 am#69893
זר, ר' הערשעלע איז נישט נפטר געווארן אין די כ' יארן, ער איז נפטר געווארן אין די שפעטערע נ' יארן. עס האט טאקע נאך נישט אויסגעקוקט ווי היינט, אבער עס איז שוין דאן אויך געווען פראפעגאנדע אינגרויסן. אין די אנהייב מ' יארן האט שוין קאסטום פאטא געהאט צוויי גאנצע ווענט באהאנגען מיט רבי בילדער וועלכע ער האט פארקויפט, עס איז שוין דאן געווען א גרויסער עסק.

אויסער דעם, אפגעזעהן פון דעם צו ר' הערשעלע האט יא געלאזט אדער נישט, האב איך ארויסגעברענגט א נקודה, אויף וועלכן סיינאוט האט צוגעלייגט, און די נקודה איז א פאקט, אז ר' אביש'ן זעהט מען כמעט נישט אין די בילדער מאגאזינען. ער האט מער חסידים ווי אסאך אנדערע וועלכע מען זעהט דארט וואך איין וואך אויס, און ער זוכט דאס נישט. דעצאל.
זונטאג אקטאבער 07, 2018 2:54 pm#413942
ויזניץ X10
ראחמיסטריווקא X2
אמשינוב X2
קוסוב X2
דזיקוב X2
סקווירא X3
לעלוב X?
ספינקא X?
דעעש X?
סאטמאר X3
סלונים X2
מאדזיץ X2
בעלעד X2
צאנז X2
באבוב X2
פאלטישאן X4
מאגרוב X2
סערט ויזניץ X2
בעלזא X2
סטיטשין X2
ניקלישבורג X2
קארלסבורג X2