זונטאג נאוועמבער 18, 2012 8:43 pm#62422
די בעקיטשע: מעשה'לעך איבער בעקיטשעס ביי צדיקים
די בעקיטשע
דערציילונגען און ווערטלעך איבער בעקיטשעס ביי צדיקים
דערציילונגען און ווערטלעך איבער בעקיטשעס ביי צדיקים
דער לבוש, און בפרט דער שבת'דיגער לבוש, האט שטענדיג פארנומען גאר א הויכן ארט אין תורת החסידות.
וואס באמת איז עס לאו דווקא א חסיד'ישער זאך - ביי מצרים שטייט דאך שוין "שלא שינו את לבושם." נאר אזויווי פיל אנדערע הייליגע ענינים זענען געבליבן מער אָנגענומען ביי די חסידים, שיינט ארויס צווישן זיי דער 'לבוש', ווען אין דער נישט-חסיד'ישער וועלט טוישט מען זיך לייכטער דער לבוש, איז מען ביי חסידים מקפיד אויף יעדן קלענסטן פרט ווען עס קומט צו לבוש, און חסידים שיינען טאקע ארויס מיט'ן הייליגן אייגנארטיגן טראדיציאנאלן חסידי'שן לבוש.
בעקיטשעס ע"פ האריז"ל
די בעקיטשע איז שוין געווען בעפאר דער התגלות פונעם בעש"ט הק' זי"ע. די מקובלים פלעגן גיין דערמיט שבת. אנדערש ווי מען גייט היינט, פלעגן זיי גיין נאר מיט ווייסע בעקיטשעס. דאס איז געווען ע"פ האריז"ל וועלכער שרייבט אז שבת איז דא אן ענין צו גיין מיט ווייסע בגדים. (קביעא וקיימא פי"ג)
ביים בעש"ט הק'
דער בעש"ט הק' זי"ע און זיינע הייליגע תלמידים האבן ממשיך געווען מיט'ן בעקיטשע לבוש, און טאקע בלויז ווייסע בעקיטשעס.
ס'איז באקאנט דאס ווארט פונעם הייליגן שינאווער רב זי"ע, אז ביים הייליגן 'חוזה' פון לובלין זי"ע זענען געווען דריי הונדערט צדיקים וועלכע זענען געגאנגען מיט ווייסע בעקיטשעס. אלע זענען זיי געווען בעלי רוח הקודש.
דער טויש צו שווארצע בעקיטשעס
ביז'ן חוזה פון לובלין און אזוי אלע עלטערע תלמידים פונעם חוזה, זענען אלע צדיקים געגאנגען נאר מיט ווייסע בעקיטשעס.
דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זי"ע איז געווען דער וואס האט געטוישט פון דער ווייסער בעקיטשע צו א שווארצער.
ער איז געווען דער ערשטער חסיד'ישער רבי וואס האט אנגעטון א שווארצע בעקיטשע.
פארוואס האט ער מבטל געווען דער מנהג פון ווייסע בעקיטשעס? ווייל ס'איז געווארן א 'גאסן-לבוש', אסאך וועלכע זענען נישט געווען ראוי דערצו האבן זיך אנגעהויבן אנטון דערמיט, און דאס האט געברענגט א זלזול אין דעם חשוב'ן שבת'דיגן לבוש.
און אזוי איז טאקע געווען, אז אויסער די עלטערע תלמידים פונעם חוזה האבן אלע רבי'ס געטוישט די ווייסע בעקיטשע אויף א שווארצע. (סיפורי בעלזא)
זיידענע בעקיטשעס
שפעטער האבן די חסידים מקפיד געווען אז די בעקיטשע זאל זיין געמאכט פון זייד. דער הויפט טעם דערויף ווערט געברענגט אין די ספרים הק' אז 'זייד' האט נישט קיין חשש פון 'שעטנז'. דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע ברענגט אין זיין ספר הק' 'מגן אברהם' א לענגערן שמועס איבער'ן ענין פון גיין מיט 'זיידענע בעקיטשעס' אום שבת. ער ברענגט דארט אויך א טעם אויפ'ן גיין שבת מיט בגדי משי, אַז דאָס איז ווייל דער זייד קומט פון ווערים. צו דערמאנען דעם מענטש אז ער זאל נישט צוקומען צו התפארות און הנאה פון זיינע שיינע בגדים, נאר ער זאל געדענקען פון וואנעט ער קומט, פון עפר רימה ותולעה, ולאן אתה הולך...! (מבואו ועד צאתו פי"ב)
גלאטע און געבלומטע
ביים דאווענען האט מען מקפיד געווען צו גיין דווקא מיט א גלאטע, ווייטער ביים עסן איז געווען אזעלכע וואס האבן אנגעטון א געבלומטע. ס'איז אבער געווען אזעלכע וואס זענען געגאנגען מיט גלאטע אפילו ביים עסן - זיי האבן בכלל נישט געהאט קיין געבלומטע.
אין דער אלטער היים אין גאליציע, און אזוי ביי רוב הויפן היינט, איז מען געגאנגען מיט א געבלומטע בעקיטשע שבת נאכמיטאג ביי מנחה און מיט דעם איז מען שוין געגאנגען ביי 'שלש סעודות' וועלכע קומט פאר אין 'שטיבל' דארט וואו מען האט געדאווענט מנחה.
אין פּוילן איז מען אפילו ביי מנחה שבת-נאכמיטאג געגאנגען מיט גלאטע. למען האמת מוז מען דא צולייגן, אז עס הערשט היינט א צומישעניש אין דער נושא, און אסאך חסידים גייען שוין היינט ביים דאווענען מיט געבלומטע בעקיטשעס, אפילו אין אזעלכע מקומות וואס מ'האט מקפיד געווען אויף גלאטע. דאס ווענדט זיך שוין יעדער אין זיין קרייז.
רבי'שע בעקיטשעס
די געווענליכע בעקיטשע מיט וועלכער אלע חסידים גייען, איז די לענג דערפון ביז אביסל אונטער די קני. ווייטער די רבי'שע בעקיטשעס זענען געווען לענגער, ס'איז אנגעקומען כמעט ביז די שיך.
ביי די טישן זענען טייל רבי'ס געגאנגען מיט געבלומטע אדער קאלירטע בעקיטשעס. ביי א טייל צדיקים האט מען דאס אנגעטון ערשט נאך קידוש.
אין סיגוט-סאטמאר זענען די רבי'ס געגאנגען מיט געשטרייפטע ווייסע בעקיטשעס וועלכע האבן געהאט אויף זיך ווייסע בלומען. (תורות ועובדות מבית רבותינו – סיגוט, סאַטמאַר)
די אבות הק' אין בעקיטשעס!
ס'איז מקובל ביי חסידים אז ווען די אבות הק' פלעגן נתגלה ווערן ביים הייליגן ר"ר אלימלך זי"ע פון ליזענסק, זענען זיי געווען מלובש אין שטריימל בעקיטשע מיט סטראקעס, און ווייסע זאקן.
צדיקים האבן מסביר געווען, אז דאס איז נישט קיין ראי' אז די אבות הק' זענען בשעתם געגאנגען אזוי, נאר וויבאלד דאס איז געווארן דער לבוש פון צדיקים און ערליכע אידן, זענען זיי אראפגעקומען מלובש אין די לבושים. (מובא בשם הד"ח זי"ע)
צאנזער רב פארשמירט זיין בעקיטשע
דער סדר העולם איז, אז אויף א נייעם מלבוש גיט מען מער אכטונג אז ס'זאל נישט שמוציג ווערן. יעדן ברעקל קלאפט מען אפ. בקיצור דער קאפ איז פארנומען מיט חיצוניות'דיגע זאכן. משא"כ אן אלטן לבוש גיט מען שוין נישט אכטונג, 'ס'איז שוין ממילא אלט'.
דערציילט די וועלט אז ווען צאנזער רב זי"ע פלעגט קויפן א נייעם מלבוש, פלעגט ער דאס באלד אנגיסן מיט פעטיגע זאכן, אזוי אז ס'האט שוין נישט אויסגעפעלט מער צו אכטונג געבן דערויף...
תלמידי חכמים בבחינת שבת
ביי צדיקים איז איינגעפירט אז מען גייט א גאנצע וואך אין א בעקיטשע. עס זענען פארהאן פארשידענע בעקיטשעס וועלכע צדיקים זענען געגאנגען אינדערוואכן. כל צדיק כמנהגו נוהג. אבער אויף שבת האבן אלע צדיקים געהאט א באזונדערע בעקיטשע, אן אנדער סארט ווי דער וואכענדיגן.
דער הייליגער סקולענער רבי זצוק"ל פלעגט זיך פירן אז בשעת ער האט געזאגט די ווערטער פון די זמירות פון פרייטאג צו נאכטס 'והחלפתי שמלותי לכבוד יום השבת' האט ער אנגעכאפט די בעקיטשע. (און אזוי אויך בנו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א). (השבת נועם הנשמות - סקולען)
דער שטן קעגן בעקיטשעס
א מעשה נורא ווערט געברענגט אין די קאמארנער ספרים, וואס איז פארגעקומען ביים הייליגן רבי איציקל דראָביטשער זי"ע. הרה"ק רבי יצחק מדראהביטש זי"ע האט געוואלט מתקן זיין אז אלע אידן זאלן אנטון שבת ווייסע בגדים, "ווייסע דזיביצעס".
ווען ער האט אנגעהויבן ארום פארן אין די גרויסע שטעט, מעורר זיין אידן דערצו, האט דער שטן געזען אז דורך דעם וועט ער ברענגען די גאולה שלימה. האט דער שטן געזאגט צו רבי איציקל זי"ע: "אויב הערסטו נישט אויף, וועל איך מאכן די גאנצע וועלט פאר חסידים".
[ווי די ספרים ערקלערן דארט, אז ער האט געמיינט צו זאגן, אז ווען ער וועט יעדן מאכן פאר חסידים, וועלן זיין חסידים פון סטרא אחרא ח"ו] האט רבי איציקל געזאגט דעם ס"מ, אויב אזוי וועל איך נאר ארומפארן בלויז צו זאמלען געלט, אבער רבי איציקל זי"ע איז ווייטער געפארן מיט'ן דעת צו מתקן זיין וואס ער האט געוואלט אין דעם ענין פון מלבושים פון שבת, אבער לא איסתייא מילתא.
הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאמארנא זי"ע פירט אויס אין זיין ספר הק' "שולחן הטהור" בזה הלשון: "מ'זאל זיך משתדל זיין און זיך אנקליידן שבת מיט פיר ווייסע בגדים, און דאס פּאסט זיך פאר יעדן איינציגן איד, און ער זאל מקבל זיין די בושות און יסורים, און דער צער און מסירות נפש, און מען וועט געראטעוועט ווערן פון אלע עבירות, און פונעם יצר הרע און פונעם פייער פון גיהנום, און דאס וועט מקרב זיין די גאולה. און אויב וואלטן אלע אידן זיך אנגעטון ווייסע בגדים אום שבת, וואלט די גאולה שוין געווען מיט א בחינה פון "אחישנה". אזוי איז באקאנט פון דער פריער דערמאנטער מעשה פון הרה"ק רבי יצחק מדאהביטש זי"ע, וועגן דעם זאל מען עס נישט נעמען פאר גרינג, אין דעם ביטערן זמן איז נישט שייך ביי דעם קיין שום "יוהרא"." ער פירט אויס: "אשרי לו", עכלה"ק. (עבודת עבודה – טאהש)
חסיד'ישע בעקיטשעס...
הרה"ק רבי יודעלע דזיקוב'ער זצוק"ל שילדערט וויאזוי עס האבן אויסגעזען די בעקיטשעס פון די מארמארישער חסידים, ווען זיי זענען געקומען צו פארן אויף ראש השנה קיין 'גרויסווארדיין' צו וויילן במחיצת קדשו פונעם הייליגן 'אהבת ישראל' פון וויזניץ.
זיי זענען געפארן מיט'ן באן צונויף געקוועטשט הונדערטער חסידים אינאיינעם. ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט ביים הויפט באן-סטאנציע, זענען אלע געגאנגען צופיס פונעם באן-סטאנציע ביזן שטאט אריין, ס'איז א האלבע שעה וועג צו גיין, ס'איז זיי בכלל נישט איינגעפאלן צו דינגען א וואגן.
זיי האבן אזוי אינאיינעם אריין שפאצירט אין שטאט, ווען א זאק פון קליידער האט מען געשלעפט אויף די אקסלען, אין וועלכע די קליידער זענען נישט געווען אזוי מסודר... און אויך די פאטשיילע (טאש-טיכל) איז געווען אריינגעשטעקט אינעם בעקיטשע טאש, האלב אינדרויסן... די גאנצע שטאט איז געפארן אויף רעדער פון די 'מאדנע חסיד'ישע געסט'. פון אלע פענסטער'ס האבן מענטשן ארויסגעקוקט מיט וואונדער. 'גראסווארדיין' איז דאך געווען א ריכטיגער אשכנזי'שער שטאט. זיי זענען שוין איינמאל נישט געווען געוואוינט צו אזעלכע מאדנע ערשיינונגען ביי זיי אין שטאט... (זכרון יהודה)
מחילת עוונות
הרה"ק ר' משה הגדול מפשעווארסק זי"ע האט אמאל געזאגט אז ווען א מענטש טוט אן אויף שבת ווייסע בגדים איז מען אים מוחל זיינע עבירות. האט אים זיין זון געפרעגט: "כ'האב געזען דעם טאטן ערב שבת ביי מנחה, שוין מלובש אין די בגדי שבת, און דאך אזוי וויינען ביי 'סלח לנו'?..."
האט אים דער טאטע געענטפערט: "ווען כ'בין נאך אויף דעם עולם, ווערט מיר טאקע נמחל אלע עבירות. אבער ביים דאווענען ווען כ'בין ארויף צו די עולמות עליונים, דארט איז שוין פארצייכנט אויף מיר עטליכע עבירות!" (קביעא וקיימא פי"ג)
צאנזער רב מיט'ן ר"ר מענדלי'ס בעקיטשע
ווען הרה"ק ר"ר מענדלי רימאנובער זי"ע איז נסתלק געווארן, האט זיין זון הרה"ק רבי נתן לייב נישט געוואלט איבערנעמען דאס רבי'סטעווע. אזוי האט ער נישט געהאט קיין פרנסה, האט ער פארקויפט די הייליגע חפצים פון זיין פאטער, און דער געשטרייפטער קאפטן (אזוי ווי דער ירושלים'ער קאפטן) האט ער פארקויפט פאר'ן הייליגן דברי חיים זי"ע.
דער צאנזער רב זי"ע האט עס אבער נישט געקענט אנטון ווייל ס'איז געווען קליין און ענג, אבער יום הקדוש ווען צאנזער רב פלעגט זיך אביסל אפרוען פונעם עבודת היום, פלעגט ער זיך צודעקן מיט דעם הייליגן בעקיטשע. איידער די הסתלקות האט דער צאנזער רב געמאכט תנועות (ער האט דאן שוין נישט גערעדט) אז ער וויל זיך צודעקן מיט א געוויסע חפץ. די הייליגע זין האבן נישט פארשטאנען וואס ער מיינט - איינער האט געברענגט א קישן דער אנדערער א ליילעך און צאנזער רב זי"ע האט אלעס אראפגעווארפן פון זיין הייליגן גוף.
איז געווען דארט אן אייניקל הגה"ק רבי אשר מאיר מבאכניע זצ"ל, ער איז אריינגעלאפן אין שטוב און א כאפ געטאן ר"ר מענדעלי'ס קאפטן און האט דאס ארויף געווארפן אויפ'ן זיידן, און צאנזער רב האט געמאכט א תנועה ווי איינער אטעמט אפ.
נאך דער הסתלקות פונעם צאנזער רב זי"ע האבן אלע זון מסכים געווען אז וויבאלד דער אייניקל רבי אשר מאיר האט צוגעטראפן צום צאנזער רב'ס כוונה, זאל ער באקומען דעם קאפטן. ווען מען האט געמאכט די הקפות זענען אלע קנעפליך אראפגעפאלן, און אזוי איז די בעקיטשע געבליבן אן קנעפליך. (שיח זקנים ח"ב)
א ווייסער אויבן-אן...
הרה"ק ר' יעקב ישראל מטשערקאס זי"ע האט געזאגט: "ביים זיידן הרה"ק רבי נחום (דער הייליגער מאור עיניים זי"ע) איז געווען אן אויבן-אן מיט ווייסע דזשיפיצעס!" געמיינט האָט ער אז אלע גרויסע תלמידים וועלכע זענען געזעסן אויבן ביי מזרח זענען געווען מלובש אין ווייסע בגדי שבת, אזויווי די גרויסע צדיקים אין די פריערדיגע דורות. (סיפורים ומאמרים יקרים עמ' כ')
הרהורי תשובה
ווען מען האט איבערגעדרוקט דעם סידור 'חמדת ישראל' (פון הגה"ק המקובל רבי שמואל וויטאל זי"ע בן הגה"ק המקובל רבי חיים וויטאל זי"ע, תלמיד מובהק פון מרן האר"י הקדוש זי"ע) האט מען עס געברענגט אין אן ערב שבת פאר'ן סקווערער רבי'ן זצוק"ל, האט ער עס גענומען און מעיין געווען דערין.
ווען ער איז אנגעקומען צו דף קכ"ד, וואו עס שטייט אז א מענטש דארף גיין יעדן שבת מיט פיר בגדי לבן וכו', האט זיך הרה"ק מסקווירא זצוק"ל אנגערופן: "דער טאטע ז"ל (הרה"ק רבי דוד'ל זצוק"ל) איז געגאַנגען מיט בגדי לבן." און ער האָט ממשיך געווען: "דער טאטע איז געגאנגען פרייטאג פארנאכט פאר'ן דאווענען אין וואסער (זיך צו טובל'ען), און פון דארטן איז ער תיכף נאכדעם געגאנגען אין ביהמ"ד. דאכט זיך, ס'איז נישט געווען קיין איינער וואס האט נישט מהרהר בתשובה געווען!"
(ליקוטי שמועות)
בעקיטשע - א גאנץ שבת!
הרה"ק רבי בערצי מנאדבורנא זי"ע האט פארציילט, אז הגה"ק רבי שבתי מראשקוב זי"ע איז נסתלק געווארן ערב שבת. פארנאכטס איז געקומען צו אים א שליח, און געזאגט אז ער זאל קומען מיט אים צום היכל וואו מען איז מקבל שבת אינעם עולם העליון. איז ער נאכגעגאנגען דעם שליח. ווען ער איז אנגעקומען צום טיר פונעם היכל, האט ער געזען דארט אן עלטערן איד, אן איש מכובד מאוד, שטייט אינדרויסן און גייט נישט אריין. האט אים רבי שבתי מראשקוב געפרעגט פארוואס ער גייט נישט אריין?
האט ער געענטפערט אז מ'לאזט אים נישט אריין ביז אינדערפרי (שבת צופרי), ווייל ער פלעגט נישט אנטון די שבת'דיגע ווייסע בגדים ביז אינדערפרי! (טעמי מנהגים דף קכ"ט)
**
בעקיטשע, קאפטין, דזיפיצע, גמיס, קופתאן, דזאלייה
דאס זענען אלע פארשידענע נעמען פון בעקיטשעס, עס ווענדט זיך לויט די מקומות ווי: ירושלים, פוילן, רוסלאנד, גאליציע, תימן.
זיי זענען פארשידנארטיג סיי אין קאליר, און סיי אין די סחורה. גאר ספעציעל איז דער ירושלים'ער קאפטן וועלכע - א טייל פון זיי - ווערן אויפגענייט לויט די שם הוי"ה, ווי אויך האבן זיי נישט קיין קנעפליך נאר שטריקלעך.
**
דער ירושלים'ער קאפטן
דער ירושלים'ער קאפטן שיינט ארויס מיט זיין אייגנארטיגן חן - 'א ירושלים'ער איד מיט א ירושלים'ער קאפטן'.
הרה"ק בעל ויואל משה מסאטמאר זי"ע האט דערציילט אז זיין זיידע, דער הייליגער ייטב לב זי"ע, איז אמאל געגאנגען אין גאס, אינמיטן איז דורכגעגאנגען אן אלטער אראבער וועלכער איז געווען געקליידעט מיט'ן מסורה'דיגן לבוש, א לאנג געשטרייפטע קלייד. דער 'ייטב לב' האט עס שטארק באטראכט, און געבעטן די מקורבים אז מ'זאל אים אויפנייען אזא קלייד. [דאס איז דער באקאנטער ירושלים'ער קאפטן].
שפעטער האט דער 'ייטב לב' מסביר געווען, אז די בני ישמעאל האבן נישט משנה געווען פון זייער לבוש שוין טויזנטער יארן, און אז זיי גייען מיטן זעלבן לבוש מיט וועלכע עס איז געגאנגען ישמעאל דער זון פון אברהם אבינו. אויב אזוי - האט דער ייטב לב זי"ע ממשיך געווען - ער האט דאך אנגעטון וואס אברהם אבינו האט אים אנגעקליידעט, קומט דאך אויס אז אברהם אבינו איז אזוי געגאנגען און אזוי ווייטער אלע אבות הקדושים, 'אויב אזוי וויל איך דאס אויך אנטון' האט דער הייליגער ייטב לב זי"ע אויסגעפירט.
פון ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז געוואָרן ירושלים'ער רב, פלעגט ער דאס אנטון ביי 'שלש סעודות'.
תלמידי הגר"א און די תלמידי בעש"ט וועלכע זענען ארויף געקומען קיין ארץ ישראל זענען אלע געגאנגען מיט'ן קאפטן. און אזוי אלע גדולי ירושלים אין יענע צייטן.
ווען הרה"ק רבי אהרן מבעלזא זי"ע איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, האבן אים די ירושלים'ער אידן געבעטן דאס ער זאל אנטון דעם ירושלים'ען קאפטן, אבער בעלזער רב זי"ע האט נישט געוואלט משנה זיין ממנהג אבותיו הק', האט ער עס נישט אנגעטון. איין מאל א יאר האט בעלזער רב יא אנגעטון דער ירושלים'ער לבוש: ערב פסח ביים מצות-באקן נאך חצות היום.
אמאל איז דאס געווען דער לבוש פון יעדן ירושלים'ער איד, נישט קיין נפק"מ פון וועלכער קרייז ער איז געקומען.
אין די שפעטערע יארן האט די זאך אנגעהויבן כמעט אונטערצוגיין.
אבער כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצוק"ל האט אסאך פארפירט אז מ'זאל ווייטער גיין דערמיט. אזוי איז דער קאפטן געווארן ווי 'נכסי צאן ברזל' פון חסידות תולדות אהרן אין ירושלים עיר הקודש תובב"א.
עס איז אויך באוואוסט אז דער ירושלימ'ער רב, הרה"ק רמ"א פריינד זי"ע, האט מעורר געווען די חסידים זיי זאלן זיך אנטאן דעם ירושלימ'ער לבוש, און אסאך האבן ממלא געווען זיין רצון און האבן זיך עס אנגעטאן.