Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אין אברהם אבינוס שיך, אדער א קארופטירטער כאראקטער?

אין אברהם אבינוס שיך, אדער א קארופטירטער כאראקטער?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 45 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2387
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 2:56 pm#62645
אין אברהם אבינוס שיך, אדער א קארופטירטער כאראקטער?
פון אלע פראגעס וואס מ'פרעגט אויף דעם נסיון פון דער עקידה איז דער עיקרשט די פראגע: פארוואס איז דאס א חידוש אז אברהם איז גרייט געווען צו שעכטן יצחקן אויף דער עקידה, ווער וואלט דען נישט געשאכטן זיין קינד אויב גאט אליין באווייזט זיך און זאגט אז דאס איז זיין רצון?

פאר מיר איז אבער אייביק שווער געווען א קושיא אויף אט-דער קושיא. פון וואנען נעמט זיך אזא זיכערקייט אז די ליבע פון א מענטשן צו גאט איז איבער זיין ליבע צו זיין קינד? איז דען אזוי פשוט אז אויב גאט זאל מיר הייסן שעכטן מיין קינד וועל איך אים שעכטן? איז דען נישט מיין ליבשאפט צו מיין קינד אומענדלעך – אז אפילו אז גאט זאל מיר הייסן אזא זאך וועל איך דאס פרובירן צו איגנארירן?

וואס איך זאג דא איז פשוט פשט אין פסוק. ווען מיר לערנען אין דער תורה אז אברהם האט געהאט א נסיון, נעמט דער פסוק אן פאר פשוט אז נארמאל וואלט די ליבע פון א מענטשן צו זיין קינד גובר געווען אפילו אויף א דירעקטן באפעל פון גאט. אברהם אבינו איז געווען דער אויסדערוועלטער וועלכער האט געדארפט זיין אויף אן איבערנאטירלעכער מדריגה צו קענען שעכטן אפילו זיין אייגן קינד. פאר אונדז פשוטי-עם איז דאס נישט נארמאל. פאר אונדז איז נארמאל אז אפילו אזא געטלעכע נבואה זאל זיך נישט קענען שטעלן צווישן אונדזער ליבשאפט פאר אונדזערע קינדער און זייער וואוילזיין.

די תורה האט קיינמאל נישט דערווארטעט אז מיר זאלן זיין איבערנאטירלעך. מיר דארפן זיין מענטשן אין דער זעלבער צייט וואס מיר זענען אידן. איינער וואס זיין אידישקייט נעמט אוועק זיין נאטירלעכער געפיל צו זיינע נאנטע – און ער איז נישט אויף דער מדריגה פון אברהם אבינו און באקומט נישט קיין ענלעכע דירעקטע נבואות – האט מיט זיין אידישקייט קארופטירט זיין כאראקטער. ער האט מיט זיינע פערזענלעכע גלויבונגען אטאקירט זיין אנושיות, און האט פארלוירן דעם דרך-ארץ קדמה לתורה.

אז אברהם איז גרייט געווען צו פארלירן זיין זון פאר זיינע גלויבונגען, נו, ער איז דאך געווען דער אויסדערוועלטער אברהם און ער האט דאך געהערט דירעקט פון גאט, אבער אז א היינטצייטיקער מענטש זאל מיט די אייגענע הענט מקריב זיין א קינד אויף דעם מזבח פון זיינע גלויבונגען? אז א מענטש זאל האלטן זיין קינדס רעליגיעזע אפיליאציע פאר וויכטיקער ווי דעם קינד זעלבסט? דאס איז א קארופציע פון דער נאטור.

לאמיר אריינטראכטן אביסעלע טיפער. שטעלט אייך פאר אז איר באקומט א באפעל צו שעכטן אייער זון אויף א מזבח. דער באפעל קומט נישט פון גאט אליין, נאר עס קומט פון אייער טאטן, וועלכער האט עס געהערט פון זיין טאטן, און זיי אלע זאגן אז דאס איז א מסורה וואס גייט צוריק עטלעכע טויזנט יאר, אז איר, דווקא איר, דארפט שעכטן אייער זון. וואלט איר געטאן אזא זאך? איך מיין אז א געזונטער מענטש האט גענוג ליב זיין זון אז ער זאל ליבערשט צווייפלען אין דער אויפריכטיקייט פון דער 'מסורה', ווי אים שעכטן – און מיט רעכט. אפילו ווען אברהם האט געהערט אזא באפעל פון גאט אליין ווערט דאס באטראכט ווי א נסיון, פאר אונדז איז דאך פשוט אז מיר וואלטן אין קיין פאל נישט געשטעלט די ליבשאפט פאר אונדזערע קינדער נאך אונדזער גלויבונג אין אזא סארט מסורה.

איז עס טאקע אזוי? ליידער נישט. אונדזער היינטיקער פארמאט פון אידישקייט האט פון אונדז אוועקגענומען די פשוטע פאטערלעכע און מוטערלעכע געפילן. אנשטאט פשוטע מענטשן מיט מענטשלעכע געפילן זענען מיר געווארן א באנדע אברהם-אבינוס. מיר האבן באוויזן ארויסצורייסן פון זיך יעדעס ביסל מענטשלעכער געפיל, און אונדזער רעליגיעזיטעט איז דער דאמינירנדער טרייב-קראפט פאר אונדזערע געפילן.

א מענטש וואס איז מחליט אפצורייסן באציאונג מיט זיין קינד וויבאלד דאס קינד האט מחליט געווען צו גיין אין אן אנדערער רעליגיעזער דירעקציע (אדער האט אינגאנצן איבערגעלאזט רעליגיע), האט זיך אריינגעזעצט אין די אומפאסיקע שיך פון אברהם אבינו. אייער אידישקייט דערווארטעט נישט פון אייך צו זיין איבערנאטירלעך, פאר צוויי סיבות: איינס, איר זענט נישט דער אב-המון-גוים, איר זענט בכלל נישט אויף דער מדריגה פון אברהם אבינו (וואס אפילו פאר אים איז זיך מתגבר זיין אויף דעם פאטערלעכן געפיל געווען א נסיון), און צוויי, אייער אידישקייט איז נישט אזא וואס שטאמט פון גאטס דירעקטער נבואה, ס'איז בלויז באזירט אויף א מסורה, וואס אזא מסורה וואלט אייך קיינמאל נישט גענוג געווען אויף צו באגרענעצן אייער ליבשאפט צו אייער קינד.

איז ווען מיר הערן אז א מענטש איז גרייט מקריב צו זיין זיין קינד אויף דעם מזבח פון זיין מסורה דארפן מיר וויסן אז אברהם אבינו האט זאגאר געהאט א נסיון צו טאן אזא זאך – און אפילו נאכן הערן דעם באפעל פון גאט דירעקט. דער וואס מאכט היינט א באשלוס צו פארלירן זיין קינד ווייזט נאר אן אז ער האט פארלוירן יעדן געפיל פון שנאה און אהבה – אלעס איז פאלש, ער קען ליב האבן און פיינט האבן - אפילו זיינע ביאלאגישע נאנטע - בלויז נאך א באשטעטיקונג פון דעם שולחן-ערוך. אזא מענטש האט פארלוירן זיין געוויסן, און ער נוצט זיין מסורה אויף צו קארופטירן זיין נשמה.

אין דעם פלאנטער פון קושיות און תירוצים אויף דער עקידה, לאמיר נישט פארגעסן דעם פשוטן פשט וואס קומט ארויס פון פסוק. אפילו פאר אברהם אבינו, און אפילו נאכן הערן פון גאט אליין, איז געווען א נסיון צו פארגעסן פון זיין אהבה צו זיין קינד. אז עמיצער איז גרייט צו פארלירן זיין קינד צוליב זיין מסורה-אפשטאמיקע רעליגיע איז ער ווייט פון אברהם אבינוס מדריגה; ער איז אויף דער מדריגה פון א מעביר זרעו למולך.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 3:11 pm#62650
איך האב נאכנישט דורכגעליינט דיין גאנצע דרשה וואס זעהט אויס אנצורירען אויף גאר חשובע נקודות, איך וייל נאר דערמאנען א ווארט וואס איך האב זיך דערמאנט וואס איז שייך צו דער שמועס, איך האב געהערט, געדענק נישט פון/אויף וועמען, אז עס זענען געווען צדיקים וואס האבען געארבעט אויף אויסצורייסען אלע מענטשליכע געפילען, דאך אבער האבען זיי דער געפיל פון א טאטע צו א קינד נישט אויסגעריסען. וויבאלד עס איז א דוגמא כרחם אב על בנים כן רחמי ה' עלינו האבן זיי געוואלט בלייבען מיט דער דוגמא. איך מיין אז דער ווארט רירט שטארק די נקודה פון וואס דו רעדסט. וואס ארויסנעמען פון דעם, לאז איך פאר אייך.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 3:30 pm#62655
סופר, לאמיך אנהייבן מיט די חלק ווי כ'בין מסכים צו דיר. כ'בין מסכים אז פאר אברהם אבינו איז שחט'ן יצחק געווען א משונה'דיגער נסיון ווייל זיין פאטערליכע געפילן האבן אים נישט ערלויבט צו ערפילן גאט'ס רצון. כ'בין מסכים אז שחט'ן א קינד פארן רעליגיע דארף היינט זיין א פיל-פאכיג שווערערע נסיון וויבאלד עס איז בלויז א מסורה און נישט קיין דירעקטער התגלות אלוקית. אבער כ'בין מחולק אויף דיר מיט דעם אז גאט פארלאנגט נישט פון אונז איבערנאטורליכקייט. עס קען זיין אז מיר וועלן נישט באקומען קיין עונש אלס אונס רחמנא פטריה, צו אלס אנדערע הסברים, אבער דאס איז קלאר אז גאט קען פארלאנגן פון א מענטש זאכן וואס זענען למעלה פון זיין נאטורליכען יכולת. לאמיר נעמען א פשוט'ן דוגמא מן המוכן: האמאסעקסואליטעט. קיינער וועט נישט זאגן אז גאט פארלאנגט נישט פון זיי צו זיין צעליבאט כל ימי חייהם. אבער איך מיין אז כו"ע מודי (אפילו דוד קארנריין וד"ל) אז עס איז איבערנאטורליך, און פרענקלי אוממעגליך.

עס איז אלזא קלאר אז גאט קען און טוט יא פארלאנגן פון א מענטש זיך אויסצורייסן די געפילן און מקריב זיין דעם מאראל און דעם מענטשליכן צורה פאר אים. פונקט נעכטן האט א ידיד מיך געפרעגט אויב איך טרעף אן עמלקי, צו איך וועל אים הרג'נען. כ'האב אים געענטפערט אז ס'איז יתכן אז גאט וועט אין מיר אריינלייגן איבערמענטשליכע כוחות און איך וועל קענען מקיים זיין דעם תמחה את זכר עמלק, אבער אין די מצב אין וועלכע איך שטיי יעצט וועל איך אים לכאורה לאזן גיין פריי, טראץ אלע אפאלגעטיקס פארוואס מצות מחיית עמלק איז מאראליש.

נישט צו פארקריכן, אין דעם ספעציפישן דוגמא וואס סופר האט אנגעכאפט, נעמליך, אפהאקן קשרים מיט א קינד וואס גייט אראפ פון דרך, האלט איך גראדע אז עס אנטקעגן גאט'ס רצון דאס צו טון, עס האט בכלל נישט מיט דעם שמועס צו מ'דארף אויפגעבן דעם פאטערליכן נאטור פאר גאט. אבער לו יצוייר עס וואלט יא געווען גאט'ס רצון אפצוהאקן קשר, וואלט סופר נישט געווען גערעכט מיט זיין באהויפטונג אז ער איז נישט מער ווי א מעביר זרעו למולך.

נאר וואס יא? מיר דארפן באוויינען דעם פאקט אז ליידער איז עס בכלל נישט קיין נסיון פאר מאנכע, צוליב א וועלט אנשואינג וואס הייסט א מענטש קוקן אין שולחן ערוך צו וויסן וויאזוי ער זאל שפירן אין סיי וועלכע געלעגנהייט. און מיט די חלק איז ווידער סופר ומונה גערעכט. עס דארף זיין א נסיון, און כ'האף אז רוב מענטשן וואלטן ווען געדארפט דורכפאלן אין דעם נסיון, ווי געזונטע מענטשן.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 3:46 pm#62659
ווען א מענטש זאל היינט קומען זאגן אז ער האט באקומען א צווי צו שחט'ן דעם זוהן, טראגט מען אים באלד אין תפיסה און מען נעמט צו די קינדער פון אים.

ווען דער בעל-שם-טוב לעבט היינט און פירט זיך אויף אלס יונגל אזוי ווי ער האט זיך אויפגעפירט, לויפן אים נאך א שטאב מיט פסיכילאגן... ס'טייטשט, א יונגל לויפט אליין אין די וועלדער ביינאכט, כאפט מלאכים... נעבעך, טאטע מאמע זענען אים געשטארבן, ער איז אונטער א טראמא, און מען מוז ארבעטן מיט אים...

אין קורצן: מען לאזט נישט דעם עולם שטייגן... ווען מען זאל נישט זיין אזוי עקסטרעם סעקיורט היינט, וואלטן ארויסגעקומען די כשרונות פון די אמאליגע מנהיגים, די וואס האבן נישט געוואלט גיין אין חדר, זיך געטראפן מיט אליהו... בקיצור, וואס קענען מיר טון......
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 3:52 pm#62661
ווי באקאנט האט דער באר מים חיים אויך מקרב געווען זיין אפגעפארענער זון. און אזוי אויך דער מהר"ם מרוטנברג.
הגאון ר' שמעון שקופ האט געהאט א אייניקל פייגה אילנית וואס איז אינגאנצן אפגעפארן ל"ע, אבער ער האט איר אייביג שטארק מקרב געוועהן, און זיך כסדר געשריבן בריוון מיט איר. לימים איז זי געווארן א חברה הכנסת אין א"י, און האט אויפגעטוהן אנדערע זאכן.
אבער די פאנטשליין איז אז זי האט געלאזט צוואה אז מ'זאל שרייבן אויף איר מציבה אז זי איז געוועהן א אייניקל פון ר' שמעון שקופ. זעהט מען ווי ווייט און ווי נאנט די קשר איז געוועהן.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 3:58 pm#62662
מיין נקודה איז נישט אזוי ווייט מעורר צו זיין אז מ'דארף זיך ווייטער נאנט האלטן מיט קינדער אפילו אויב זיי קלויבן אן אנדערן מהלך בנוגע רעליגיע, נאר שוקל צו זיין איבער וויאזוי אונדזער רעליגיע איז היינט אזוי קארופטירט אז זי נעמט פון אונדז אוועק פונדאמענטאלע מענטשלעכע כאראקטער-שטריכן.

זיך האלטן נאנט מיט אזא קינד ווי א סטראטעגיע אויף אים צוריקצוברענגען צו רעליגיע שטאמט פונקט אזוי פון א פארדארבענער נשמה. ליבשאפט צו א קינד האט נישט קיין סיבה אדער קיין סטראטעגיע - עס איז א פשוטער מענטשלעכער פאקט, און א מענטש מיט א צלם-אלוקים איז געבענטשט מיט דער מתנה, אויב ער האט דאס נישט קארופטירט.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 3:59 pm#62663
יידל האט געשריבן: לאמיר נעמען א פשוט'ן דוגמא מן המוכן: האמאסעקסואליטעט. קיינער וועט נישט זאגן אז גאט פארלאנגט נישט פון זיי צו זיין צעליבאט כל ימי חייהם. אבער איך מיין אז כו"ע מודי (אפילו דוד קארנריין וד"ל) אז עס איז איבערנאטורליך, און פרענקלי אוממעגליך.



איך וייס נישט פון וואו דו נעמסט די מיינונג דיינע איבער גאטס רצון, און אויב האלטסטו עס איז פרענקלי אוממעגליך, הייסט עס דאך נישט נאר גאט פארלאנגט זאכען וואס זענען אומנאטורליך, פארלאנגט ער אויך זאכען וואס זענען פשוט אוממעגליך, א שטייגער ווי ער זאל הייסען גיין אויף די קאפ אגאנץ לעבן. וואס ביסטו מציע למעשה פאר אזא מענטש, אחוץ כופר זיין בתורה?
שוין, איך וייס איך גיי אראפ פון דער טעמע, העיקר, ווער איז דאס דוד קארנריין?
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:45 pm#62674
געוואלדיג גוט געזאגט,

אין דעם קען אריינגיין אפאר כללים: (איך לייג צו וואס איך האב שוין לאנג געוואלט באשרייבן)

1) וואס דו האסט שוין ערווענט, איבעראפהאקן מיט א קינד וואס האט געגליטשט פון אידישן וועג, ס'דערמאנט מיך וואס איינער האט מיר אמאל דערציילט, ער איז אריין צו הרה"ק ר' הערשעלע ספינקער זי"ע בנוגע זיין זון וואס איז געווארן א מחלל שבת! וואס ער זאל טוהן? האט אים דער באקאנטער אוהב ישראל רבי הערשעלע געענטפערט "מיט א קינד קען מען זיך נישט ווארפן! זאלסט אים פרובירן מקרב צו זיין ווי ווייט מעגליך! יא! זאלסט פרובירן מיט די גרעסטע כוחות אז עס זאל נישט אפ'הרג'ענען די שטוב, און אראפנעמען די וויין ווען ער קומט אויף שבת. ווי באקאנט שטייט אין די מדרשים אז אברהם אבינו האט זייער חרטה געהאט איבער וואס ער האט געטוהן מיט ישמעל, און אפאר מאל געגאנגן באזיכן און זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין". די ווערטער מיינעך זאגן אסאך.

2) יעצט איבער אפהאקן מיט א קינד ווייל ער איז געגאנגן צו אן אנדערע רבי איז א פערדישקייט! און ראדיקאל! וואס באדערט דיך אז יענער האט געזעהן אז יענער רבי וועט אים בעסער טראגן אויפן דרך ה'? וואס ארט דיך אז דיין קינד האט איינגעזעהן אז יענער רבי וועט אים מער ארויפברענגן אויף א העכערע מדרגה און נענטער צום באשעפער? אין דעם איז שוין נכלל די מענטשן וואס טיילן איין פאר זייערע "גוטע" קינדער פונקטליך אין וועלעכע מוסד צו שיקן זייערע קינדער, איך רעד נישט פון שוואכערע מוסדות, נאר פון מוסדות וואס דיין רבי איז נישט די נשיא.

3) איבער די נושא וואס א מענטש איז מעבר זרעו למולך, א טאטע וואס געט א גרין-לייט פאר זיין זון צו שעדיגן און פלינדערן אנדערע אידן'ס נכסים וכ"ש גוף, אלעס ווייל יענער האט האלט נישט אינגאנצן וויאזוי יענער האלט... א איד איז מיט דעם מקריב זיינע קינדער און דאס איז אן דעם וואס די רבי האט נישט געגעבן א דירעקטע שליחות פונעם באשעפער.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:08 pm#62681
לעיקוואד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן: לאמיר נעמען א פשוט'ן דוגמא מן המוכן: האמאסעקסואליטעט. קיינער וועט נישט זאגן אז גאט פארלאנגט נישט פון זיי צו זיין צעליבאט כל ימי חייהם. אבער איך מיין אז כו"ע מודי (אפילו דוד קארנריין וד"ל) אז עס איז איבערנאטורליך, און פרענקלי אוממעגליך.



איך וייס נישט פון וואו דו נעמסט די מיינונג דיינע איבער גאטס רצון, און אויב האלטסטו עס איז פרענקלי אוממעגליך, הייסט עס דאך נישט נאר גאט פארלאנגט זאכען וואס זענען אומנאטורליך, פארלאנגט ער אויך זאכען וואס זענען פשוט אוממעגליך, א שטייגער ווי ער זאל הייסען גיין אויף די קאפ אגאנץ לעבן. וואס ביסטו מציע למעשה פאר אזא מענטש, אחוץ כופר זיין בתורה?
שוין, איך וייס איך גיי אראפ פון דער טעמע, העיקר, ווער איז דאס דוד קארנריין?

איך בין גארנישט מציע, איך זאג נאר דעם טרוקענעם פאקט. ער איז מחויב צו זיין צאליבאט, און ער וועט הונדערט פראצענט בלי שום ספק דורכפאלן למחצה לשליש או לרביע. (א רייכע אשכול איבער דעם ענין והמסתעף, אויב איר וויל ווייטער ציען דעם שמועס, קענט איר טרעפן דא)

סליחה, נישט דוד קארנריין, נאר דוד קארנרייך.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 5:55 pm#62698
איך האב אסאך וואס מוסיף צו זיין (אזוי ווי שטענדיג...), אבער כעת, בקיצור נמרץ.
פארוואס קען נישט זיין אז לויט די חינוך וואס דער טאטע האט באקומען איז די אנדערע דרך כפירה, למשל מ'גייט אוועק פון סאטמאר צו קלויזענבורג, אדער פון וויזניץ צו חב"ד,
און אוהבי ה' שנאו רע, דער טאטע איז דאך א אוהב ה', ער פארנעמט פשוט נישט די ניאוץ כלפי מעלה, ממילא האט ער אים פיינט נישט מרצונו, נאר ווייל די תורה האט געהייסן, שקץ תשקצנו.
און בעיקר טוט עס מער וויי ביי א אייגענעם זון וואס דארט האט דער טאטע פארארבעט כוחות בדמים תרתי משמע ער זאל נאכגיין די ריינע מסורה, און דערנאך אזא בראך!

אזויפיל שטותים צאמצורעדן אין איין תגובה........
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:18 pm#62710
אויב איז מען מחנך למשל אין וויזניץ אז חב"ד איז כפירה דאן איז טאקע די פראבלעם נישט טאלערענץ און געפיל פאר קינדער וכו' נאר פשוט און פראסט שקר און טפשות. און דער קינד קען מיטן פולען רעכט זאגען אך שקר נחלו אבותינו הבל ואין בהם מועיל. [חוץ פון דעם וואס אויב א סאטמערער רעדט זיך טאקע איין אז ער האט פיינט קלויזנברג פשוט אלץ אוהבי ה' שנאו רע דארף ער פשוט א פסיכאלגישער באהאנלדונג אויף דילוזשין. איך וואלט אפשר געזאגט אז אפילו כלפי אמתע שונאי ה' דארף זייער אסאך בדיקה יעדער הרגש פון שנאה אבער עכ"פ דא שרייט דאס אויס]
אויב וואלסטו דאס געטענהט לגבי א קינד וואס פארט אפ ממש קען מען הערן די טענה ואכמ"ל. גם אני בחלומי האב דא וואס צו זאגען אבער איך קען זיך נישט אונטרענעמען מגיב זיין אלץ אויף יעדער נושא.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:47 pm#62718
וואס איז מיט די אלע גדולים וואס זענען געזעצן שבעה ווען זייער קינד איז אוועק פונעם דרך?
בכלל אפשר לחלק בין שמד ,לכופר, אדער ווען די קונד איז סתם אזוי געווארען א בם
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 6:55 pm#62719
במחילת כבוד פון די אלע וואס ווילן פארענטפערן אז די "אריגינעלע" תורה האט נישט געהייסן אוועקנעמען די נאטורליכע געפילן, אין מיין תורה ווערן די בני לוי אויסגעלויבט, נישט פאר'ן אפהאקן דעם קשר מיט זייערע קינדער, נאר פאר'ן אויס'שחט'ן זייערע מאמעס און ברידער און חברים ווייל זיי זענען דורכגעפאלן מיט א נסיון העגל, וואס איז געווען פונקט אזא נסיון ווי היינט אראפגיין פון וועג. מיין תורה הייסט אויך פארשטיינערן א דרייצן יעריג קינד וואס עסט א תרטימר בשר און טרינקט א כוס וויין, און שמייסן פערציג שמיץ מיט א לעדערנע ריט אויף די בלויזע לייב אויף יעדע לאו וואס מען איז עובר. איינער וואס זאגט אז די תורה איז נישט עקסטרעם ווען עס קומט צו רעליגיע לויט אונזערע פשוט'ע פליישיגע אויגן איז אדער נאאיוו, אדער א ליגנער. (איך האלט נישט אז דאס איז א קשיא אויף די תורה מחמת כמה סיבות, אבער צו פארדרייען די מיינונג פון די תורה און ארויסנעמען נאר די שיינע לימודים און איגנארירן די אומבאקוועמע חלקים אזוי ווי למשל הרב יונתן סאקס טוט אדער אפילו רש"ר הירש, איז פשוט נאנסענס).
וואס שייך אברהם אבינו, קען מען גאנץ פשוט פארענטפערן אז ער האט אלעס געטון פרייוויליג, ער האט נאכנישט מקבל געווען די תורה. משא"כ נאך קבלת התורה זענען מיר מחוייב צו מקיים זיין די גאנצע תורה, און אויב א איד ווייסט אז זיין נאנטסטער חבר איז מחלל שבת איז ער מחוייב צו קומען עדות זאגן קעגן אים אין בית דין און דערנאך אים פערזענליך פארשטיינערן.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:03 pm#62722
סופר ומונה האט ארויסגעברענגט א זייער וויכטיגע און ווייטאגליכע נקודה ווי מענטשן זענען גרייט מפקיר צו זיין די אייגענע קינדער צוליב זייער גלויבן. מ'האט שוין ליידער אפילו געהערט פון אזעלכע וואס ארבעטן אז די אייגענע קינדער זאלן פארלירן די רעכטן איבער זייערע אייגענע קינדער ווייל די קינדער וועלן נישט אויסוואקסן קיין ערליכע אידן. דאס הייסט אז דער רצון אז די אייניקלעך זאלן אויסוואקסן מיט א געוויסן גלויבן איז פאר זיי וויכטיגער ווי דאס ליבשאפט צו זייערע קינדער.

איך מיין אז מ'דארף מוסיף זיין צו סופר'ס שמועס נאך צוויי פאקטארן וועלכע האבן דא א שייכות. עלטערן זענען גרייט מעביר צו זיין זייערע קינדער צום מולך נישט נאר צוליב וואס זיי גלייבן נאר אויך צוליב געזעלשאפטליכער פרעשור, און א טעות'דיגן בליק אויף דער פונקציע פון קינדער.

בנוגע געזעלשאפטליכער פרעשור - יא, ליידער איז אנגענומען אז א משפחה קען נישט באשטיין פון פארשידנארטיגע סארט קינדער. ס'איז נישט מקובל אז א קינד וואס איז נישט פרום זאל זיין א חלק פון דער משפחה. עלטערן ווילן נישט אזא קינד ביי זייערע שמחות ווייל עס שטייט ארויס, און ברענגט אראפ זייער פרעסטיזש אין די אויגן פון אנדערע, און קען שטערן צו שידוכים. די בעסטע עצה דערצו איז פטור ווערן פון דעם קינד.

בנוגע דעם טעות'דיגן בליק - ביי אונז איז הינטערן באוואוסטזיין אנגענומען אז קינדער זענען אלעס שולדיג פאר עלטערן און דארפן פונקציאנירן ווי "נחת פעקלעך" פאר זיי. אז א קינד האלט מיט עפעס אנדערש ווי די עלטערן, אז ער האט איינגעזען אין אן אנדערן מהלך, איז ער ווידערשפעניג אין זיי, און ווידערשפעניגט אין זיין שליחות זיי צו ברענגען נאר נחת. עלטערן מיט דעם עגאאיסטישן בליק אויף קינדער שפירן זיך בארעכטיגט זיך אפצופרעמדן פון קינדער וואס זענען נישט מקיים זייער "תכלית", און שפירן אז די קינדער זענען די וואס האבן "אנגעהויבן" דעם שטרייט מיט'ן נישט דינען ווי זייער צוגעפאסטן "נחת פעקל"-פליכט.
מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 7:05 pm#62723
סופר, א דאנק פארן געבן וואס צו ליינען.
אבער די נמשל איז עפעס איי איי איי
א טאטע שעכט נישט זיין קינד, ווען די קינד גייט אראפ פון וועג.
די נאנטע געפילן בלייבן אייביג, אמאל איז דאס די קינד וואס וויל נישט האלטן קשר (ווייל אין בעק-אף-זיין-מיינד, ווייסט ער ווי שטארק ער איז מצער זיינע עלטערן, און ס'איז שווער דאס צו-פעיסן)
א טאטע וויל דאס בעסטע פאר זיין קינד, און ווען א קינד דרייט זיך אין די גאסן אין די AM שעות, ווייסט דער טאטע אז פאר דעם קינד איז "נישט גוט", און ס'טוט אים וויי.
דאס שבעה זיצען אויף א געשמד'טע קינד, איז נישט קיין פירכא, כנראה איז דאס א מנהג פון אבילות, - ווען מ'זיצט שבעה אויף א טאטע, צו ווייזט דאס אז מ'האט פיינט דעם געשטארבענע?
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:04 am#62871
m http://www.kitzur.net/main.php?siman=201 m

סעיף ד
כל הפורשים מדרכי הצבור, והם האנשים שפרקו על המצות מעל צוארם, ואין נכללים בכלל ישראל בעשיתם, אלא הרי הם כבני חורין לעצמן, וכן המומרים והמוסרים והאפיקורסים, כל אלו, אין אוננים ואין מתאבלים עליהם, אלא אחיהם ושאר קרוביהם לובשים לבנים ומתעטפים לבנים, ואוכלים ושותים ושמחים על שאבדו שונאו של מקום. ועליהם הכתוב אומר, הלא משנאיך ה', אשנא. ואומר, ובאבד רשעים רנה
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 2:26 am#62874
פארפאלן, יאיר האט א שטארקע נקודה.
לאמיר זען ווען דער אייבערשטערס קינד פירט זיך אויף קעגן די תורה, וואס טוט ער מיט זיין קינד? גיט עם א תוכחה, א האלאקאסט.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:27 am#62913
ווען השי"ת שיקט די תוכחה איז עס נישט מתוך כעס אדער שנאה. נאר להטיב לאחריתו.
נאכן ליידן פון די תוכחה גייט מען אין גן עדן אריין לעולמי עד ונהנין מזיו השכינה.
ס'איז נישט קיין פארגלייך.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:01 am#62924
שמעקעדיג האט געשריבן:ווען השי"ת שיקט די תוכחה איז עס נישט מתוך כעס אדער שנאה. נאר להטיב לאחריתו.
נאכן ליידן פון די תוכחה גייט מען אין גן עדן אריין לעולמי עד ונהנין מזיו השכינה.
ס'איז נישט קיין פארגלייך.

לויטן טריקענעם פשט איז עס נישט ריכטיג וואס די זאגסט.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 4:25 pm#63032
יאיר האט געשריבן:במחילת כבוד פון די אלע וואס ווילן פארענטפערן אז די "אריגינעלע" תורה האט נישט געהייסן אוועקנעמען די נאטורליכע געפילן, אין מיין תורה ווערן די בני לוי אויסגעלויבט, נישט פאר'ן אפהאקן דעם קשר מיט זייערע קינדער, נאר פאר'ן אויס'שחט'ן זייערע מאמעס און ברידער און חברים ווייל זיי זענען דורכגעפאלן מיט א נסיון העגל, וואס איז געווען פונקט אזא נסיון ווי היינט אראפגיין פון וועג. מיין תורה הייסט אויך פארשטיינערן א דרייצן יעריג קינד וואס עסט א תרטימר בשר און טרינקט א כוס וויין, און שמייסן פערציג שמיץ מיט א לעדערנע ריט אויף די בלויזע לייב אויף יעדע לאו וואס מען איז עובר. איינער וואס זאגט אז די תורה איז נישט עקסטרעם ווען עס קומט צו רעליגיע לויט אונזערע פשוט'ע פליישיגע אויגן איז אדער נאאיוו, אדער א ליגנער. (איך האלט נישט אז דאס איז א קשיא אויף די תורה מחמת כמה סיבות, אבער צו פארדרייען די מיינונג פון די תורה און ארויסנעמען נאר די שיינע לימודים און איגנארירן די אומבאקוועמע חלקים אזוי ווי למשל הרב יונתן סאקס טוט אדער אפילו רש"ר הירש, איז פשוט נאנסענס).
וואס שייך אברהם אבינו, קען מען גאנץ פשוט פארענטפערן אז ער האט אלעס געטון פרייוויליג, ער האט נאכנישט מקבל געווען די תורה. משא"כ נאך קבלת התורה זענען מיר מחוייב צו מקיים זיין די גאנצע תורה, און אויב א איד ווייסט אז זיין נאנטסטער חבר איז מחלל שבת איז ער מחוייב צו קומען עדות זאגן קעגן אים אין בית דין און דערנאך אים פערזענליך פארשטיינערן.

בני לוי - מ'קען נישט ברענגען א ראיה פון א געשיכטע וואס ווערט געברענגט אין דער תורה און פון דעם עקסטראפאלירן אויף א הוראה לדורות. אפילו אויב מיר זאלן אננעמען די געשיכטע פשוט-פשט, ווייסן מיר נישט פארשיידענע פרטים וואס די תורה האט אונדז נישט דערציילט, און דעם גאנצן דינאמיק פון דעם פאליטישן און סאציאלאגישן צושטאנד. ווען איך זאג אז די תורה וויל נישט פון אונדז קיין איבערנאטירלעכע זאכן רעד איך פון זאכן וואס די תורה האט אונדז באפוילן. אפילו דער פאקט אז חז"ל זענען געווען אומבאקוועם מיט דעם 'בן סורר ומורה' ווייזט אונדז אז זיי האבן אויך געהאט דעם בליק אז די תורה קען נישט פארלאנגען איבערנאטירלעכע זאכן.
האמאסעקסואליטעט - ווען די תורה אסרט האמאסעקסואלע אקטיוויטעטן רעדט די תורה פון א מענטש וואס טוט דאס איינמאליק; די תורה דערמאנט בכלל נישט אזא סארט מענטש וואס האמאסעקסואליטעט איז אן איינגעבוירענע טבע. איך וואלט נישט געזאגט אז דאס איז א היתר (טייל אין דער קאנסערוואטיווער לאגער נוצן דאס ווי א היתר), אבער עס איז אויף אזויפיל גענוג אז פון דעם קען מען נישט ברענגען א ראיה אז די תורה זאל פארלאנגען איבערנאטירלעכע זאכן.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 5:20 pm#63052
Please explain why today is different, Whats so wrong eating meat & wine, Why to sin many times is better than one time
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:21 pm#63161
בני לוי - מ'קען נישט ברענגען א ראיה פון א געשיכטע וואס ווערט געברענגט אין דער תורה און פון דעם עקסטראפאלירן אויף א הוראה לדורות. אפילו אויב מיר זאלן אננעמען די געשיכטע פשוט-פשט, ווייסן מיר נישט פארשיידענע פרטים וואס די תורה האט אונדז נישט דערציילט, און דעם גאנצן דינאמיק פון דעם פאליטישן און סאציאלאגישן צושטאנד. ווען איך זאג אז די תורה וויל נישט פון אונדז קיין איבערנאטירלעכע זאכן רעד איך פון זאכן וואס די תורה האט אונדז באפוילן. אפילו דער פאקט אז חז"ל זענען געווען אומבאקוועם מיט דעם 'בן סורר ומורה' ווייזט אונדז אז זיי האבן אויך געהאט דעם בליק אז די תורה קען נישט פארלאנגען איבערנאטירלעכע זאכן.

לאמיר זאגן אז דער תירוץ אויף בני לוי איז א גוטער, אבער דאן קען מען אויך נישט ברענגען א ראיה פון עקידת יצחק וואס איז אויך נאר א געשיכטע, און אודאי נישט פון דעם וואס די תורה באטראכט עס אלס נסיון. דאס האב איך געמיינט צו זאגן אז מען נוצט די תורה און מען cherrypicked לויט ווי אזוי עס שטימט מיט די היינטיגע צייטגייסט, סיי עס צו פארענטפערן ביי אונז, און סיי אלס קירוב רחוקים וכדו' ביי פרעמדע.
האמאסעקסואליטעט - ווען די תורה אסרט האמאסעקסואלע אקטיוויטעטן רעדט די תורה פון א מענטש וואס טוט דאס איינמאליק; די תורה דערמאנט בכלל נישט אזא סארט מענטש וואס האמאסעקסואליטעט איז אן איינגעבוירענע טבע. איך וואלט נישט געזאגט אז דאס איז א היתר (טייל אין דער קאנסערוואטיווער לאגער נוצן דאס ווי א היתר), אבער עס איז אויף אזויפיל גענוג אז פון דעם קען מען נישט ברענגען א ראיה אז די תורה זאל פארלאנגען איבערנאטירלעכע זאכן.

אויב איר פארשטייט אז עס איז נישט קיין היתר, מסתם צוליב די לעכערליכקייט דערפון, דעמאלט קען מען יא ברענגען א ראיה. בקיצור, מען קען נישט טאנצן אויף ביידע חתונות. פון איין זייט זאגן אז יעדע ווארט פון די תורה איז אמת ויציב לעולמי עד ולנצח נצחים, און פון די אנדערע זייט מאכן פשט'לעך און אפאלאגעטיקס כדי עס צו פארענטפערן פון די אומבאקוועמע קאנסעקווענצען וואס אן ארטאדאקאסישע שטאנדפונקט ברענגט מיט זיך מיט.
אגב, איך מיין אז דער נושא פון קינדער וואס גייען אראפ פון וועג איז לגמרי אן אנדער געשעפט. געווענליך רעדט מען פון עלטערן וואס זייער הארץ איז צוריסן פון צער, און זיי גייען אויס פון גרויס צובראכנקייט אז זייער אייגן קינד האט גענומען א וועג וואס איז קעגן אלעם הייליגן ביי זיי, רוב מאל ווען אזעלכע עלטערן זענען מרחק דאס קינד איז עס צוליב פשוט אלס עצה טובה אז די איבריגע קינדער זאלן זיך חלילה נישט אפלערנען, און אודאי טוען עס נישט נארמאלע עלטערן צוליב גלייכגילטיגקייט פון געפילן. איך ווייס פון א גאר חשוב'ן איד וועלכער האט געהאלטן ביי זיך אינדערהיים אזא קינד, לימים האט נאך א קינד אנגעהויבן נאכטון, און זייט דעמאלט עצה'ט ער וועעמען עס פרעגט אים אז מען זאל נישט לאזן ביי זיך אין שטוב א קינד וואס איז אפגעפארן פון אידישן וועג. איך רעד נישט אריין אין דער נושא אויף למעשה ווייל איך בין נישט גענוג באקאנט, אבער צו זאגן אז די וואס זענען מרחק אזא קינד איז עס ווייל זיי האבן פארלוירן די מענטשליכע געפילן איז לדעתי איבערגעטריבן. ויה"ר מיר זאלן קיינמאל נישט געפראווט ווערן.
דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 11:51 pm#63163
Family closeness and love was alot more then. We see yakov kisses his cousin rachel he never knew. Today many cannot wait the day after their children wed.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 9:53 pm#63505
יאיר איך מיין דו אווער-סימפליפייסט ,
עלטערן ציקריגען זיך און ווארפן ארויס פון שטוב זייער קונדער וואס פארן אפ.
אויב ווי די זאגסט וואלט די טאטע געדארפט דינגעןנא דירה פארן זין און אפי' העלפן מיט די רענט.
און פאברענגן ציזאמן פון צייט צי צייט.
מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 11:51 pm#63539
נולד מאוחר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ווען השי"ת שיקט די תוכחה איז עס נישט מתוך כעס אדער שנאה. נאר להטיב לאחריתו.
נאכן ליידן פון די תוכחה גייט מען אין גן עדן אריין לעולמי עד ונהנין מזיו השכינה.
ס'איז נישט קיין פארגלייך.

לויטן טריקענעם פשט איז עס נישט ריכטיג וואס דו זאגסט.

נו לייג צו אביסל וואסער.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:59 am#63612
און די תוכחה איז דא זייער גרעפיק קללות אזש ס'הערט זיך שווער דא שעלט א טאטע א רחום זיינע קינדער.
דערנאך שטייט והיה כאשר שש ה' עליכם להטיב אתכם ולהרבות אתכם כן ישיש ה' עליכם להאביד אתכם ולהשמיד אתכם.
ווען כ'האב דאס געזען די ערשטע מאל האב איך פארשטאנען אז דער אייבערשטער וועט זיך פרייען אונז צו פארטיליגן, ס'האט מיר זייער געבאדערט. דערנאך האב איך געזען אז רש"י זאגט אז דער אייבערשטער וועט מאכן די שונאים זיך פרייען, ער אליינס וועט זיך נישט פרייען.
איך ווייס נאר נישט וואס די פשוט'ע פשט איז.

עכ''פ די תוכחה איז געשריבן אויף אזא נוסח ווי למשל א מעכטיגע קעניג זאגט, טוט עטץ וואס איך זאג וועט זיין גוט, און מורא'דיג גוט. וועט עטס נישט פאלגן וואס איך הייס, אה וועל איך ענק ווייזן וואס איך קען.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:41 pm#63705
נו ביסט נישט דער ערשטער זיך צו דערשרעקן פון די קללות, רש"י זאגט דאך שוין דארט אין פר' נצבים, לפי ששמעו ישראל צ"ח קללות וכו' הוריקו פניהם וכו', התחיל משה לפייסם וכו', הרבה הכעסתם למקום לא עשה אתכם כלייה והרי אתם קיימים לפניו וכו'.
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 4:11 am#64084
סופר ומונה האט געשריבן:פון אלע פראגעס וואס מ'פרעגט אויף דעם נסיון פון דער עקידה איז דער עיקרשט די פראגע: פארוואס איז דאס א חידוש אז אברהם איז גרייט געווען צו שעכטן יצחקן אויף דער עקידה, ווער וואלט דען נישט געשאכטן זיין קינד אויב גאט אליין באווייזט זיך און זאגט אז דאס איז זיין רצון?

פאר מיר איז אבער אייביק שווער געווען א קושיא אויף אט-דער קושיא. פון וואנען נעמט זיך אזא זיכערקייט אז די ליבע פון א מענטשן צו גאט איז איבער זיין ליבע צו זיין קינד? איז דען אזוי פשוט אז אויב גאט זאל מיר הייסן שעכטן מיין קינד וועל איך אים שעכטן? איז דען נישט מיין ליבשאפט צו מיין קינד אומענדלעך – אז אפילו אז גאט זאל מיר הייסן אזא זאך וועל איך דאס פרובירן צו איגנארירן?


איך מיין אויב דו זאלסט זיך באמת אריינלייגן אין די סיטואציע וועסטו יא קענען פארשטיין די ערשטע פראגע פארואוס עס איז א נסיון.

דו מאכסט א הנחה צווישן די שורות אז דאס נאטירליכע ליבשאפט צו א קינד איז מער ווי אלעם און ממילא האלטסטו אז דאס מעג - און אפשר דארף - אווערריידן אפילו גאט'ס באפעל. אבער טראכט אריין, זענען דען נישטא גענוג זאכן וואס קענען יעדן מענטש מאכן אומברענגען זיין אייגן קינד? ווען מ'הונגערט צום טויט, זענען נישטא וואס זענען מקריב די אייגענע? און עס קען אפילו זיין אמאל מאראליש אויסגעהאלטן: די הלכה ערלויבט צו אומברענגען דאס קינד וואס שטעלט די מאמע אין א סכנה אפילו פינף מינוט פאר'ן געבוירן ווערן? (און סתם בדרך אגב, אריבער א מיליאן מענטשן אבארטירן יעדעס יאר אין אמעריקע אליין. און וואס טוט זיך אין אנדערע לענדער? און ביז ווי שפעט אין די חדשים? און דאס איז נאר פאר סעלפישע סיבות.) אדער, כדי צו ראטעווען דאס לעבן פון דריי אנדערע קינדער, וואלט מען נישט אומגעברענגט איין קינד? צו ראטעווען א גאנצע שטאט, וואלט מען נישט עפ"י קאמאן סענס געשפירט אבליגעיטעד צו הרג'ענען עטליכע מענטשן? צו ראטעווען די וועלט, וואלט מען נישט אומגעברענגט א גאנצע שטאט?

דאס מיינט ס'נישט אז קיין שום זאך אויף דער וועלט קומט נישט פאר'ן הרגענען א קינד, נאר עס ווענדט זיך צי עס איז פאר גענוג א גוטע סיבה. אלעס איז רעלאטיוו.

יעצט איז די איינציגע שאלה, ווי שטארק הויך און חשוב איז ביי דיר דער רצון ה'? אויב איז עס אין די סאמע העכסטע קאטעגאריע ווי עס קען נאר זיין, וואס איז נאר פארשטענדליך אויב דער מקור פון דער גאנצער אוניווערס וויל עפעס פון דיר, דעמאלט איז עס כמעט א שפילעכל צו אומברענגען א קינד. אויב דער אויבערשטער זאל זיך צו דיר באווייזן, ווי צו אברהם, און ער זאל דיר קלאר זאגן: יונגערמאן, גיי שעכט מיר דיין קינד! און דו ביסט הונדערט פראצענט איבערצייגט אז דאס זענען די ווערטער און דאס פארלאנגט ער, איז דען א ספק אז דאס איז די בעסטע סיבה וואס נאר שייך צו שעכטן א קינד. קעגן דעם ריזיגן גרויסן בילד וואס מיר ווייסן אז מיר זענען א טיפה סרוחה און ניטאמאל א טיפה מן הים פון דער גאנצער בריאה, איז דאך דאס א וויץ. כ'מיין אויב דער מסבב כל הסיבות זאגט אזוי, דארף איך דאך זיין דער גרעסטער גולם נישט צו פאלגן אדער אפילו צו קלערן אז איך ווייס בעסער וואס די אמת'דיגע ריכטיגע זאך איז דא צו טאן. אויב דיין דאקטער וואס איז דער גרעסטער אויף דער וועלט און דו טרויסט אים מיט'ן לעבן זאגט דיר אז זאלסט דיר אפהאקן א האנט ווייל דאס איז גוט פאר דיר אין דער ענדע זאלסט בלייבן לעבן, וועסטו נעמען א האק אין דער האנט און מאכן א הויכן אשר קדשנו. עס איז א געפילישער פראבלעם אויב קען מען נישט טאן א זאך וואס קוקט אויס שווער אבער מען ווייסט אז עס איז די ריכטיגע שריט און פאר די "בעטער גוד".

דארף מען נאר זיין איבערצייגט אז עס איז פאר די בעטער גוד. נו, אויב ה' באווייזט זיך און זאגט דיר אזוי, דארף מען א בעסערע גאראנטי? איז דא נאך עפעס וואס דארף דיך קענען אזוי איבערצייגן אז "ביסט אין די ריכטיגע הענט" און "ער ווייסט וואס ער טוט"? אויב זעט מען אים, אדער אויב גלייבט מען הונדערט טויזנט פראצענט באמונה שלימה אז דאס איז זיין רצון, זיכער פאלגט מען אים. איז עס אפילו א נסיון?
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 8:54 pm#64632
איך האב געליינט אויף שבת א געשמאקע ווארט אין נאמען פון בני יששכר (געדרוקט אין אגרא דכלה):
"דאס וואס יעקב האט געקושט רחל ווען ער האט זי געטראפן די ערשטע מאל איז ווייל אין זיינע אייגן איז זי געווען נאר א חפץ של מצוה."
מ'קען דאס אפשר פארבינדן מיט וואס שטייט אין גמ' כתובות (יז.) "רב אחא מרכיב לה אכתפיה ומרקד אמרי ליה רבנן אנן מהו למיעבד הכי אמר להו אי דמיין עלייכו ככשורא לחיי ואי לא לא" (ופירש רש"י: כי כשורא - כקורה בעלמא שאין אתם מהרהרין עליה). הייסט'ס דאך אז אודאי און אודאי יעקב, וואס איז בחיר האבות, האט געזען רחל נאר ווי א שטיק האלץ, מכש"כ פון ר' אחא וואס איז געווען נאר אן אמורא, במילא ווערט א תמי', פארוואס זאל מען קושן א שטיק האלץ? אויף דעם קומט דער אויבענדערמאנטע ביאור.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 9:37 pm#64650
שרגא האט געשריבן:די הלכה ערלויבט צו אומברענגען דאס קינד וואס שטעלט די מאמע אין א סכנה אפילו פינף מינוט פאר'ן געבוירן ווערן? (און סתם בדרך אגב, אריבער א מיליאן מענטשן אבארטירן יעדעס יאר אין אמעריקע אליין. און וואס טוט זיך אין אנדערע לענדער? און ביז ווי שפעט אין די חדשים? און דאס איז נאר פאר סעלפישע סיבות.)

ווייל די הלכה קאטאגאריזירט דעם קינד אלץ סוב-היומען, אן עווענטואלע מענטש, נישט קיין actual מענטש. און די זעלבע מעשה איז מיט די מיליאן אבארטירערס וועלכע האלטן לכאורה אז לעבן הייבט זיך אן ביים געבורט.
שרגא האט געשריבן:אדער, כדי צו ראטעווען דאס לעבן פון דריי אנדערע קינדער, וואלט מען נישט אומגעברענגט איין קינד? צו ראטעווען א גאנצע שטאט, וואלט מען נישט עפ"י קאמאן סענס געשפירט אבליגעיטעד צו הרג'ענען עטליכע מענטשן? צו ראטעווען די וועלט, וואלט מען נישט אומגעברענגט א גאנצע שטאט?

נישט אזוי פשוט. דא לאזטו זיך שוין אריין אינעם טראלי פראבלעם.

די רעשט פון דיינע ווערטער זענען שטארק און צום פוינט.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 9:59 pm#64665
יידל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:די הלכה ערלויבט צו אומברענגען דאס קינד וואס שטעלט די מאמע אין א סכנה אפילו פינף מינוט פאר'ן געבוירן ווערן? (און סתם בדרך אגב, אריבער א מיליאן מענטשן אבארטירן יעדעס יאר אין אמעריקע אליין. און וואס טוט זיך אין אנדערע לענדער? און ביז ווי שפעט אין די חדשים? און דאס איז נאר פאר סעלפישע סיבות.)

ווייל די הלכה קאטאגאריזירט דעם קינד אלץ סוב-היומען, אן עווענטואלע מענטש, נישט קיין actual מענטש. און די זעלבע מעשה איז מיט די מיליאן אבארטירערס וועלכע האלטן לכאורה אז לעבן הייבט זיך אן ביים געבורט.


אמת, מיר אלע האלטן אז א לעבעדיגער מענטש איז אויף א העכערע מדריגה אין לעבן, סאו אויב דארף מען אויסוועלן צווישן דאס לעבן פון איינעם, איז ענדערש די מאמע, אבער קיינער וועט נישט לייקענען אז עס וואלט געווען מער מאראליש אויב דארף מען אויך נישט הרג'ענען קיין עובר. אין אנדערע ווערטער, מען טוט עפעס וואס איז נישט אזוי מאראליש, צוליב דעם אקט פון אן אנדערע מאראל.

שרגא האט געשריבן:אדער, כדי צו ראטעווען דאס לעבן פון דריי אנדערע קינדער, וואלט מען נישט אומגעברענגט איין קינד? צו ראטעווען א גאנצע שטאט, וואלט מען נישט עפ"י קאמאן סענס געשפירט אבליגעיטעד צו הרג'ענען עטליכע מענטשן? צו ראטעווען די וועלט, וואלט מען נישט אומגעברענגט א גאנצע שטאט?

נישט אזוי פשוט. דא לאזטו זיך שוין אריין אינעם טראלי פראבלעם. די רעשט פון דיינע ווערטער זענען שטארק און צום פוינט.

[/quote]
טאקע ערנסטע דילעמעס, אבער נאך אלע דעבאטעס וועט לכ' קיינער נישט האלטן אוממאראליש דעם וואס האט זיך גובר געווען אויף די געפילן און גע'הרג'עט איינעם כדי צו ראטעווען טויזנט. ווייל עס איז קלאר אז מען דארף קוקן אויף דעם ענדגילטיגן ציל פון אן אקט צי עס איז פאר גענוג א גוטע סיבה.
עס זענען דא נאך ביישפילן, ווי למשל אויספלאגן די מאשין וואס האלט ביים לעבן איינער וואס פלאגט זיך לאנג מיט אומדערטרעגליכע יסורים, אדער כאטש נישט "איינפלאגן" דעם מאשין. ווידער וועט מען נישט זאגן אז דער וואס האט עס אויסגעפלאגט איז א רשע און אכזר אויף זיין קינד, ווייל אויב ער טוט עס פאר א סיבה וואס ער האלט איז פאר דעם זונ'ס אמת'ע טובה (זיך נישט מוטשען אזויפיל יארן), וועט מען בארעכטיגן זיין רציחה-אויסזעענדיגע אקט.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:02 pm#64666
אגב, על פי הלכה טאר מען נישט הרג'ענען איינעם כדי צו ראטעווען א גאנצע שטאט.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:10 pm#64670
יידל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:די הלכה ערלויבט צו אומברענגען דאס קינד וואס שטעלט די מאמע אין א סכנה אפילו פינף מינוט פאר'ן געבוירן ווערן? (און סתם בדרך אגב, אריבער א מיליאן מענטשן אבארטירן יעדעס יאר אין אמעריקע אליין. און וואס טוט זיך אין אנדערע לענדער? און ביז ווי שפעט אין די חדשים? און דאס איז נאר פאר סעלפישע סיבות.)

ווייל די הלכה קאטאגאריזירט דעם קינד אלץ סוב-היומען, אן עווענטואלע מענטש, נישט קיין actual מענטש. און די זעלבע מעשה איז מיט די מיליאן אבארטירערס וועלכע האלטן לכאורה אז לעבן הייבט זיך אן ביים געבורט.

איך מיין אז די סיבה ביי אן עובר איז ווייל דער עובר האט א דין רודף אויב שטעלט ער די מאמע אין א סכנה.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:18 pm#64674
פארוואס איז נישט די מאמע א רודף פארן עובר?
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:40 pm#64685
דער שמועס ווערט דא פארדרייט.
שרגא, איר האט נאר פארשטארקט מיין טענה. די אלע סיבות וואס איר גיט אן פארוואס אברהם האט נישט געזאלט האבן א פראבלעם מיט שעכטן יצחקן ברענגען נאך מער ארויס דעם פאקט אז טראץ דעם אלעם האט די תורה נאך אלץ געהאלט אז אברהם האט געהאט אן אייניקע בחירה, און האט געקענט דורכפאלן. אפילו דער גרויסער אברהם, און אפילו גאט אליין האט צו אים גערעדט, האט געהאט א נסיון אז די אהבה צו זיין זון וועט איבערוועגן דעם דבר ה'.
וואס זאגט דאס פאר אונדז? אז די וואס ווארפן זיך מיט זייערע קינדער ווען זיי האבן נאר א קלער אז גאט (אין וועמען זיי גלייבן אן קיין דירעקטער נבואה) איז נישט צופרידן מיט וואס זיי טוען, האבן קארופטירט די נאטירלעכע געפילן וואס עלטערן דארפן האבן צו זייערע קינדער.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 10:59 pm#64693
געפילטע פיש האט געשריבן:איך מיין אז די סיבה ביי אן עובר איז ווייל דער עובר האט א דין רודף אויב שטעלט ער די מאמע אין א סכנה.


ניין, די סיבה איז ווייל דער עובר הייסט נאך נישט אזוי "נפש" ווי די לעבעדיגע מאמע. אבער איינמאל דאס קינד איז געבוירן, אפילו א סעקונדע שפעטער, קומט שוין נישט די מאמע פאר אים, ווייל ער איז שוין פונקט אזוי א נפש ווי די מאמע, און סתן אזוי איז אין דוחין נפש בפני נפש (ווי יידל זאגט).
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:03 pm#64695
סופר ומונה האט געשריבן:דער שמועס ווערט דא פארדרייט.
שרגא, איר האט נאר פארשטארקט מיין טענה. די אלע סיבות וואס איר גיט אן פארוואס אברהם האט נישט געזאלט האבן א פראבלעם מיט שעכטן יצחקן ברענגען נאך מער ארויס דעם פאקט אז טראץ דעם אלעם האט די תורה נאך אלץ געהאלט אז אברהם האט געהאט אן אייניקע בחירה, און האט געקענט דורכפאלן. אפילו דער גרויסער אברהם, און אפילו גאט אליין האט צו אים גערעדט, האט געהאט א נסיון אז די אהבה צו זיין זון וועט איבערוועגן דעם דבר ה'.
וואס זאגט דאס פאר אונדז? אז די וואס ווארפן זיך מיט זייערע קינדער ווען זיי האבן נאר א קלער אז גאט (אין וועמען זיי גלייבן אן קיין דירעקטער נבואה) איז נישט צופרידן מיט וואס זיי טוען, האבן קארופטירט די נאטירלעכע געפילן וואס עלטערן דארפן האבן צו זייערע קינדער.


סארי אויב כ'האב פארדרייט דעם שמועס. איך האב דיר נאר געוואלט פרובירן ענטפערן אויף דעם וואס דו האסט געשריבן:
פאר מיר איז אבער אייביק שווער געווען א קושיא אויף אט-דער קושיא. פון וואנען נעמט זיך אזא זיכערקייט אז די ליבע פון א מענטשן צו גאט איז איבער זיין ליבע צו זיין קינד? איז דען אזוי פשוט אז אויב גאט זאל מיר הייסן שעכטן מיין קינד וועל איך אים שעכטן? איז דען נישט מיין ליבשאפט צו מיין קינד אומענדלעך – אז אפילו אז גאט זאל מיר הייסן אזא זאך וועל איך דאס פרובירן צו איגנארירן?
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:11 pm#64699
ריכטיק, איר האט פרובירט דאס צו ענטפערן, און איר האט נאר שטערקער געמאכט מיין באהויפטונג, ווי דערמאנט.
זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:40 pm#64708
סופר ומונה האט געשריבן:ריכטיק, איר האט פרובירט דאס צו ענטפערן, און איר האט נאר שטערקער געמאכט מיין באהויפטונג, ווי דערמאנט.


אקעי, אז דו שטופסט שוין צום צווייטן מאל, לאמיך דיר אין קורצן זאגן פארוואס איך האלט אז מיינע ווערטער זאגן פארקערט ווי דיין באהויפטונג.

אויב איז מען מודה אין דער הנחה אז אויב גלייבט מען באמת באמונה שלימה אז דער באשעפער פון דער גאנצער וועלט וויל אז דו זאלסט אזוינס טון פאר דיין קינד, איז א טפשות נישט צו פאלגן און עס איז גענוג א גוטע סיבה צו באזייטיגן די געפילן, פונקט ווי ווען מען הרג'עט דעם קינד פאר אנדערע סיבות וואס זענען "וויכטיגער" (צי וועגן אנדערע דריי געשוויסטער, צי אויב ער פלאגט זיך געפערליך, וכדו'). ווייל אויב גאט זאגט, איז עס זיכער די אלטימעט סיבה וואס קען זיין אזוינס צו טון, ווייל עס איז זיכער פאר די ביגער פיקטשער.
און דאס וואס דו זאגסט אז
שרגא, איר האט נאר פארשטארקט מיין טענה. די אלע סיבות וואס איר גיט אן פארוואס אברהם האט נישט געזאלט האבן א פראבלעם מיט שעכטן יצחקן ברענגען נאך מער ארויס דעם פאקט אז טראץ דעם אלעם האט די תורה נאך אלץ געהאלט אז אברהם האט געהאט אן אייניקע בחירה, און האט געקענט דורכפאלן. אפילו דער גרויסער אברהם, און אפילו גאט אליין האט צו אים גערעדט, האט געהאט א נסיון אז די אהבה צו זיין זון וועט איבערוועגן דעם דבר ה'.

הייסט עס, אז אויך אויב דער אויבערשטער הייסט איינעם זיך צו אריבערציען אין אן אנדערע לאנד, וואס דאס איז די ערשטע נסיון געווען צו דעם גרויסן אברהם, וועסטו אויך זאגן אז דאס איז א מוראדיגע נסיון און אז "די תורה האט נאך אלץ געהאלטן אז אברהם האט געהאט אן אייניקע בחירה, און האט געקענט דורכפאלן. אפילו דער גרויסער אברהם, און אפילו גאט אליין האט צו אים גערעדט"? און אזוי אויך די אנדערע נסיונות?

אז די וואס ווארפן זיך מיט זייערע קינדער ווען זיי האבן נאר א קלער אז גאט (אין וועמען זיי גלייבן אן קיין דירעקטער נבואה) איז נישט צופרידן מיט וואס זיי טוען, האבן קארופטירט די נאטירלעכע געפילן וואס עלטערן דארפן האבן צו זייערע קינדער.

אויב איינער גלייבט באמונה שלימה, איז דאס פונקט ווי א דירעקטער נבואה. און אויב וואלט מען געהאט א קלארע מסורה דאס צו טון און געווען איבערצייגט אז אזוי דארף זיין, וואלט מען דאס געדארפט טון און עס וואלט געווען זייער פארשטענדליך וויסנדיג אז מען איז איבערצייגט אז דאס איז דער רצון השם. און סארי טו סעי, אז טאקע צוליב אזא מסורה האבן דיינע זיידעס געהרגעט זיך אליינס און אויך געבעטן די קינדער זיך צו הרגענען על קידוש השם אין אלע דורות, ווי איך גלייב דו קענסט די אלע געשיכטעס, צוליב אט אזא "מסורה" וואס זיי זענען געווען איבערייגט אז דאס איז דער ציווי השם.
מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 2:03 am#64761
שרגא האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך מיין אז די סיבה ביי אן עובר איז ווייל דער עובר האט א דין רודף אויב שטעלט ער די מאמע אין א סכנה.


ניין, די סיבה איז ווייל דער עובר הייסט נאך נישט אזוי "נפש" ווי די לעבעדיגע מאמע. אבער איינמאל דאס קינד איז געבוירן, אפילו א סעקונדע שפעטער, קומט שוין נישט די מאמע פאר אים, ווייל ער איז שוין פונקט אזוי א נפש ווי די מאמע, און סתן אזוי איז אין דוחין נפש בפני נפש (ווי יידל זאגט).


משנה תורה, הלכות רוצח ושמירת נפש, פרק א הלכה ט האט געשריבן:אף זו מצות לא תעשה שלא לחוס על נפש הרודף. לפיכך הורו חכמים שהעוברה שהיא מקשה לילד מותר לחתוך העובר במיעיה. בין בסם בין ביד מפני שהוא כרודף אחריה להורגה. ואם משהוציא ראשו אין נוגעין בו שאין דוחין נפש מפני נפש וזהו טבעו של עולם.

די רמב"ם איז טאקע שווער ווייל אויב איז די עובר א רודף וואס איז אנדערש כשיצא רובו? די מפרשים פלאגן זיך טאקע אויף דעם, בהעברא בעלמא זעט אויס אז ס'איז א קאמבינאציע פון ביידע סיבות, ווייל קודם שנולד איז ער נישט קיין פולקאמע נפש און ער איז רודף די מאמע ווייל זי איז געווען דארט ערשט און זי איז דער וואס גיבט עם חיות.
פרייטאג אקטאבער 18, 2013 3:19 pm#157483
ATUB @שרגא ATUB , די שאלה פון זיכערקייט און אמונה איז ווייטער אויסגעשמועסט געווארן דא.
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 2:48 pm#171389
משפחה מעגעזין
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 5:53 pm#435599
Re: אין אברהם אבינוס שיך, אדער א קארופטירטער כאראקטער?
מ׳קען דאס צושטעלן צו דעם וואס דער דור רביעי זאגט (חולין, פתיחה אות ב) אז דאס וואס איז קעגן די נאטורליכע מענטשליכע געפילן/נימוס צו טוהן (עכ״פ באותו זמן) דארף די תורה נישט זאגן אז מ׳טאר דאס נישט טוהן; דאס קומט מדינא נאך פאר אן איסור מפורשת בתורה (ער נוצט גראדע אלס א משל דאס אז א מענטש דארף מפרנס זיין זיינע אייגענע [קליינע] קינדער) ע״ש.
פרייטאג אוגוסט 30, 2019 5:56 pm#435600
Re: אין אברהם אבינוס שיך, אדער א קארופטירטער כאראקטער?
יידל האט געשריבן:פארוואס איז נישט די מאמע א רודף פארן עובר?

געפילטע פיש האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:איך מיין אז די סיבה ביי אן עובר איז ווייל דער עובר האט א דין רודף אויב שטעלט ער די מאמע אין א סכנה.


ניין, די סיבה איז ווייל דער עובר הייסט נאך נישט אזוי "נפש" ווי די לעבעדיגע מאמע. אבער איינמאל דאס קינד איז געבוירן, אפילו א סעקונדע שפעטער, קומט שוין נישט די מאמע פאר אים, ווייל ער איז שוין פונקט אזוי א נפש ווי די מאמע, און סתן אזוי איז אין דוחין נפש בפני נפש (ווי יידל זאגט).


משנה תורה, הלכות רוצח ושמירת נפש, פרק א הלכה ט האט געשריבן:אף זו מצות לא תעשה שלא לחוס על נפש הרודף. לפיכך הורו חכמים שהעוברה שהיא מקשה לילד מותר לחתוך העובר במיעיה. בין בסם בין ביד מפני שהוא כרודף אחריה להורגה. ואם משהוציא ראשו אין נוגעין בו שאין דוחין נפש מפני נפש וזהו טבעו של עולם.

די רמב"ם איז טאקע שווער ווייל אויב איז די עובר א רודף וואס איז אנדערש כשיצא רובו? די מפרשים פלאגן זיך טאקע אויף דעם, בהעברא בעלמא זעט אויס אז ס'איז א קאמבינאציע פון ביידע סיבות, ווייל קודם שנולד איז ער נישט קיין פולקאמע נפש און ער איז רודף די מאמע ווייל זי איז געווען דארט ערשט און זי איז דער וואס גיבט עם חיות.

די אגרות משה (חו״מ ח״ב סימן סט) נוצט אט די סברא וואס יידל זאגט צו פארענטפערן פארוואס ביצא ראשו אין נוגעין בו דאין דוחין נפש מפני נפש, ווייל זי איז אויך א רודפת צו אים. משא״כ ווילאנג ער איז נישט יצא ראשו ווערט די עיבור פארעכענט מער ווי א רודף צו די מאמע לעומת די מאמע צו אים וויבאלד זי איז א נפש גמור און ער נאך נישט. דאס איז הגם ער איז בעצם א חי/נפש (און וועגן דעם אסר׳ט ער לגמרי עבארשאן), אבער דעם יתרון האט זי איבער אים (וואס וועגן דעם איז מען אויך נישט חייב על הריגתו, הגם שאסור לדבריו) ע״ש באריכות.