מיט רשות פון אונזער באלעגאלע העל איך נעמען דאס מיקראפאן, שא רבותי,
די וועלט פארציילט אזא מעשה,
ראובן טרעפט אן שמעון א רויך קנוילט ארויס פון זיין מויל, ער רויכערט ווי א קוימען.
ראובן פרעגט שמעון, אזוי? דו רייכערסט? וויפיל באקסעס א טאג?
זאגט שמעון, יא, כ'בלאז מיר אויס די נערוון, 2 שאכטלעך א טאג, האסט א פראבלעם דערמיט?
באמת נישט, זאגט ראובן, אבער כ'מוז דיר זאגן ביסט א גרויסער שוטה! און כ'וועל דיר מסביר זיין,
לאמיר מאכן א חשבון וויפיל דו ספענדסט א טאג פאר ציגארעטלעך, 10 דאלער א באקסל? רעכן אויס וויפיל דו צאלסט אוועק פער וואך, חודש, יאר, א.א.וו.
דו ווייסט וואס דו וואלסט געקענט טון מיט די אלע געלטער פון יארן?? זעהסט צב"ש דעם בנין דא רעכטס, עס וואלט געקענט זיין דיינס!!! הערסט? שוטה!!
שמעון באטראכט דעם בנין, און מורמלט זיך אונטער, אמת, האסט א שטיקל פוינט. און דאן דרייעט ער זיך אויס צו ראובן, און פרעגט:
זאג נאר, צולייגער! דו רייכערסט נישט?
'ניין'! ענטפערט ראובן שטאלץ. כ'בין נישט אזא בהמה!
אהא, און וואו געפינט זיך דיין בנין וואס דו האסט געקויפט מיט די אפגעשפארטע געלט?????.........
ופני ראובן חפו, ר'איז געבליבן מיט צונג אינדרויסן
ו'נמשל' כבהמות נדמו.