Under maintenance
הויפט זייט » וויפיל רבי'ס גייען אן הויזן???

וויפיל רבי'ס גייען אן הויזן???

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2414
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:12 am#63659
וויפיל רבי'ס גייען אן הויזן???
איך זעה אז דער עולם, האט אן היבשע אינטרעסע צו רעדן פון רבי'ס,
יא ווייסע זאקן ,צו נישט, א לאנגער אשכול וואס קומט נישט קיין אפשטעל,
נו !לאמיר זעהן וויפיל רבי'ס זענען דא וואס טראגן נישט קיין הויזן.
איך וועל מסביר זיין מיינע ווערטער, ביי די נקיי הדעת אין ירושלים, פלעגט זיין איינגעפירט אז מען איז געגאנגען
נאר מיט די מכנסיים { איך ווייס נישט צו איינס אבער צוויי} אבער אן הויזן.
עס איז דא רבי'ס וואס גייען מיט ווייסע הויזן, לזכר זה
יעצט איז מיין שאלה איז נאך דא רבי'ס, אדער סתם ערליכע אידן, וואס גייען אזוי
אויב יא וויפיל און ווער ?
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:15 am#63660
הרה''צ ר' משה בער בעק שיט''א
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:16 am#63661
אויב די רעכנסט אים קענסטו צו לייגן
חעשין אויך.
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 11:20 am#63666
אויס מענטש האט געשריבן:אויב די רעכנסט אים קענסטו צו לייגן
חעשין אויך.


לאמיר נישט אריינגיין אין פאליטישע געפעכט,צו ער איז יא אדער נישט גערעכט מיט זיין מהלך.
למעשה גייט ער אנגעטון מיט די ירושלים'ער לבוש 100%
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:42 pm#63706
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:44 pm#63710
דו מיינסט דווקא רבי'ס? לאפוקי רביצי'נס?
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:46 pm#63712
קאווע........ אריין אין מאחורי
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 12:52 pm#63718
מיין רבי גייט אן הויזן ווען ער גייט און מקוה
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 1:11 pm#63726
דאס איז טאקע "מיקוה נייעס"
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 3:31 pm#63792
ר' שלמה יאנקל געלבמאן שבת
בעיני ראיתי
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 4:12 pm#63808
רבי הערשעלע קרעטשנופער
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 5:41 am#64094
קרעקער האט געשריבן:ר' שלמה יאנקל געלבמאן שבת
בעיני ראיתי

פארוואס קוקסטע?
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 10:18 am#64101
אויף יעדע זאך איז דא א מנהג.

מן הסתם איז אויך דא וואס גייען אן א העמעד...

איך וועל נעמען ביידע מנהגים נעקסטע זומער.
פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 12:21 pm#64154
ידען האט געשריבן:אויף יעדע זאך איז דא א מנהג.

מן הסתם איז אויך דא וואס גייען אן א העמעד...

איך וועל נעמען ביידע מנהגים נעקסטע זומער.

ביטע. נאר נישט אין פאבליק.
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 2:48 pm#65210
איך מיין אז קאסאנער רבי זצ"ל פון 14טע עוו. פלעגט גיין ווייסע.
דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 5:23 pm#65300
מאנטעווידעא רב (הרר חיים יוסל) פלעג איך זעהן יאהרן צוריק ביי הגבה שבת ביי מנחה...
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 11:34 pm#67023
נס קאווע האט געשריבן:מאנטעווידעא רב (הרר חיים יוסל) פלעג איך זעהן יאהרן צוריק ביי הגבה שבת ביי מנחה...


לכאורה האט ער פשוט פארגעסען עס. צירוק אנצוטון נאכן נאכמיטאג שלאף
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 11:59 pm#67032
עס דערמאנט א ווערטעל, ווען א עלטערע רבי, זענען אים די הויזען אראפגעפאלען אין ביהמ"ד, און די גאנצע עולם האט געשמועסט אז די רבי האט זיך מגלה געוועהן..........
מיטוואך יאנואר 23, 2013 8:09 pm#81918
אנשולדיקט פאר זיין גראפיק, אבער תורה היא וללמוד אני צריך:איינער ווייסט צו די רביס וואס גייען אהן הויזן גייען מיט געווענטליכע אינטערהויזן מיט א שפאלט?
מיטוואך יאנואר 23, 2013 8:19 pm#81925
...
אפשר דרייען זיי די לאך לאחור (תרתי משמע)

טיפער פון דעם גיי איך נישט.
מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:03 pm#81970
שלמה יענקל געלבמאן ווייס איך אז ער גייט מיט צוויי, אויסגעדרייט אויף ביידע זייטן.
וירא שמים יוצא ידי שניהם..
מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:42 pm#81986
ברסלבער האט געשריבן:שלמה יענקל געלבמאן ווייס איך אז ער גייט מיט צוויי, אויסגעדרייט אויף ביידע זייטן.
וירא שמים יוצא ידי שניהם..

מען דערציילט אויף א געוויסע ברייטליכע איד, אז עס איז נישט געווען קיין העמעד אין די מארקעט וואס איז געווען זיין סייז, האט ער גענימען צוויי, און צוגעקנעפעלט איננע מיט די אנדערע, פון פארענט און פון אונטען......
איי וואס קומט די מעשה דא אריין? ? ?
זונטאג יאנואר 27, 2013 10:01 pm#82868
ידען האט געשריבן:אויף יעדע זאך איז דא א מנהג.

מן הסתם איז אויך דא וואס גייען אן א העמעד...

איך וועל נעמען ביידע מנהגים נעקסטע זומער.

דאמאלס וועסטו מוזן גיין ערגעץ אויף א חוף הים קיין קאליפארניע אדער א דזשאנגל אין בראזיל.
מאנטאג יאנואר 28, 2013 4:36 am#82951
נישט קיין רבי, אבער ר אמנון יצחק גייט אהן הויזן..
מאנטאג יאנואר 28, 2013 11:54 am#82997
טעפל האט געשריבן:נישט קיין רבי, אבער ר אמנון יצחק גייט אהן הויזן..

א בענקל האט ער אויך נישט