פרייטאג נאוועמבער 23, 2012 4:14 pm#64224
שית אלפי שני הוו עלמא
די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין (צז, א-ב) אין נאמען פון רב קטינא "שית אלפי שני הוו עלמא וחד חרוב". נאכדעם ברענגט די גמרא, "תנא דבי אליהו ששת אלפים שנה הוי עלמא שני אלפים תוהו שני אלפים תורה שני אלפים ימות המשיח, ובעונותינו שרבו יצאו מהם מה שיצאו". דאס הייסט אז די וועלטסארדנונג דארף זיין 6,000 יאר צעדריטלט אין די ערשטע צוויי טויזנט יאר 'תוהו' – וויסטקייט, פון יאר 2001 און ביז יאר 4000 איז 'תורה', און פון יאר 4001 ביז יאר 6000 איז 'ימות המשיח'. תנא דבי אליהו פירט אויס, "וויבאלד אונדזערע זינד האבן זיך פארמערט, איז געשען וואס עס איז געשען". רש"י איז מסביר אז די גמרא האט געמיינט צו זאגן אז דעמאלט איז דאך שוין געווען נאך יאר 4001, און האט לכאורה שוין געדארפט זיין אינמיטן די 'ימות המשיח' – נאך דאס האט נישט פאסירט צוליב די זינד פון די אידן.
די גמרא זאגט ווייטער אז אליהו האט געזאגט: "אין העולם פחות משמונים וחמשה יובלות וביובל האחרון בן דוד בא" – די וועלט וועט נישט עקסיסטירן ווייניקער פון אכציק יובלות (4,250 יאר), און אין לעצטן יובל וועט 'בן דוד' קומען. (דא האט די גמרא א ספק צי 'בן דוד' וועט קומען אנפאנג פון דעם לעצטן יובל אדער צום סוף, און ברענגט אויך א שיטה אז אליהו האט נישט גערעדט מיט א זיכערקייט, נאר אז בין דאן וועט 'בן דוד' זיכער נישט קומען, און פון דעמאלט קען מען שוין האפן אז ער וועט קומען.)
נאך א שיטה איבער ימות המשיח ברענגט די גמרא וואס רב חנן בר תחליפא האט געשיקט צו רב יוסף: "מצאתי אדם אחד ובידו מגילה אחת כתובה אשורית ולשון קדש ... וכתוב בה לאחר ד' אלפים ומאתים ותשעים ואחד שנה לבריאתו של עולם העולם יתום מהן מלחמות תנינים מהן מלחמות גוג ומגוג ושאר ימות המשיח. ואין הקב"ה מחדש את עולמו אלא לאחר שבעת אלפים שנה". נאך דעם יאר 4,291 וועט זיך אנפאנגען א סעריע צרות אריינגערעכנט מלחמות גוג ומגוג, און נאכדעם וועט זיין 'ימות המשיח', און דער אויבערשטער באנייט נישט זיין וועלט נאר נאך זיבן טויזנט יאר. רב אחא בריה דרבא האלט אנדערש: דער אויבערשטער באנייט זיין וועלט "לאחר חמשת אלפים שנה".
נאך פאר אריינגיין געהעריק אין די פרטים פון דער גמרא דערקענען מיר גלייך א גרויסער צעמישעניש. מיר זעען פארשידענע שיטות מיט גאר אנדערע מיינונגען און פארויסזאגונגען, און אין דער צייט וואס טייל פון זיי זענען שוין היינט פאלסיפיצירט געווארן זענען אנדערע נאך נישט – און ווערן ביי טייל געגלויבט באמונה שלימה.
עס איז ברייט אנגענומען ביי חרדישע אידן אז די וועלט וועט נאר עקסיסטירן פאר זעקס טויזנט יאר. איצט ווען מיר האלטן שוין אין יאר תשע"ג – 5773, בלויז 227 יאר אוועק פון יאר 6000, ווערט דאס אויך גענוצט ווי א טרייסט אז די גאולה און משיח קען זיך שוין צו לאנג נישט פארזוימען. דער פאקט איז אבער אז ס'איז כמעט נישט דא אן אויטאריטעט וואס האלט אז משיח דארף קומען אין לויף פון די קומענדיקע 227 יאר. און די סיבות דערפאר זענען דריי: 1) די שעפערישקייט פון דער גמרא, 2) צעמישעניש איבער דעם טראדיציאנעלן מספר פון יארן זינט בריאת-העולם, 3) וויאזוי די גמרא איז געלערנט געווארן דורך ראשונים און אחרונים.
1) ווען די גמרא צעטיילט אונדזער 6,000-יעריקע וועלט אין דריי טיילן, דארף זי צוקומען צו פשטלעך אויף צו פארענטפערן די צעטיילונגען. וויאזוי קען די גמרא זאגן אז פון יאר 2000 פאנגט זיך אן די עפאכע פון 'תורה', ווען מתן-תורה איז ערשט געווען 448 יאר שפעטער? די גמרא ענטפערט אז די תקופה פון 'תורה' פאנגט זיך אן פון ווען אברהם איז געווען 58 יאר אלט, וואס דאן האט ער מקיים געווען דעם מדרש אויף 'ואת הנפש אשר עשו בחרן' – אז ער האט איבערצייגט מענטשן צו דינען דעם אידישן גאט. וואס מיר זעען דא אז טראצדעם וואס פשוט פשט פון 'תורה' איז לכאורה מתן-תורה, איז אבער די גמרא גענוג שעפעריש צו טרעפן אן אנדערן געשעעניש אויף צוצופאסן צו דעם פינקטלעכן יאר 2000. עס איז נישט מער ווי לאגיש אנצונעמען אז דער סוף פון דער וועלט וואס דארף אנגעבלעך אנקומען אין יאר 6000 איז אויך נישט אזוי פשוט, און מיט שעפערישקייט קען מען טרעפן אנדערע געשעענישן וואס וועלן פארענטפערן די ווערטער פון דער גמרא.
2) וואס איז דער טראדיציאנעלער ציפער איבער וויפיל יאר עס זענען שוין אריבער זינט בריאת-העולם? מיר זענען אלע באקאנט מיט דעם ציפער פון היי-יאר: תשע"ג. אבער דאס שטימט נישט לויט יעדן. טייל זענען באקאנט מיט דעם 'כראנאלאגיע פראבלעם' וואס דער צווייטער בית-המקדש שאפט פאר היסטאריקער. לויט דער גמרא אין מסכת עבודה זרה (ח, ב; ט,א) איז דער צווייטער בית-המקדש געבויעט געווארן בערך אין יאר 350 פאר דער אלגעמיינער צייט-רעכנונג (פצ"ר). לויט ווי היסטאריקער האבן שטארק דאקומענטירט איז עס געבויעט געווארן היבש פריער, אין יאר 516 פצ"ר. אין אלגעמיין האלטן היסטאריקער אז דער צווייטער בית-המקדש איז געשטאנען פאר 586 יאר, גאנץ א סך מער ווי די אנגענומענע 420 יאר.
די סתירה צווישן די צוויי כראנאלאגיעס איז באהאנדלט געווארן דורך פילע אידישע דענקער, צווישן זיי הרב עזריה בן משה מן האדומים, מחבר פון 'מאור עיניים', הרב שמעון שוואב, און הרב מרדכי ברויער. די אלע האבן אנגענומען אז די היסטאריקער זענען גערעכט מיט זייערע ציפערן, און האבן פרובירט צו טרעפן טעמים פארוואס חז"ל האבן געטוישט די פאקטן. אן אריינגיין אין די טעמים, קענען מיר פון דעם ארויסלערנען אז לויט די אלע האלטן מיר באמת 166 שפעטער ווי מיר רעכנען, ד"ה מיר האלטן יעצט אין יאר 5,939 – תתקל"ט.
וואס איז גרינגער אויפן הארץ אנצונעמען, אז אין 61 יאר ארום – וואס מיר וועלן רופן תתל"ד – וועלן מיר זיך פלוצים טרעפן ביי דער ענדע פון די 6,000 יאר, אדער אז די 'שית אלפי הוו עלמא' איז נישט כפשוטה אדער נישט אקוראט?
3) די גמרא אליין איז נישט פארשטאנען געווארן פשוט-פשט דורך פילע גדולי-ישראל. דאס וואס רב קטינא שרייבט אז די וועלט וועט חרוב ווערן נאך 6,000 יאר, איז אנגענומען געווארן דורך פילע ראשונים און אחרונים אז דאס איז א דעת-יחידאה פון רב קטינא – און אלע אנדערע קריגן אויף אים.
אבער אפילו אויב די גמרא זאל זיין קרוב לפשט, און אפילו אויב רב קטינא זאל זיין אן אנגענומענע דעה, אז עס וועט אנקומען ערב ראש-השנה סוף פון יאר תתקצ"ט און משיח וועט נאך נישט דא זיין, וועט איינער צוליב דעם פארלירן די אמונה? אוודאי נישט. עס וועלן זיין גענוג אפאלאגעטישע תירוצים פארוואס וואס די גמרא זאגט מוז נישט מיינען אקוראט דאס, אד"ג. פארוואס זאלן מיר דארפן ווארטן ביז דעמאלט כדי צו הערן די תירוצים, מיר קענען עס דאך שוין יעצט טרעפן. רבי יום-טוב ליפמאן מילהויזן שרייבט אין זיין 'ספר הנצחון':
דער 'חתם סופר' שרייבט זייער ענלעך (דברים), אז "זמן ההוא לא יכנס בחשבונם" – דער זמן פון גלות ווערט נישט אריינגערעכנט אין דעם חשבון. דאס מיינט אז אפילו לויט דער גמרא קען דער גלות זיך ציען פאר טויזנטער יארן און מיר האלטן נאך ביים יאר 3831 – דער יאר ווען דער צווייטער בית-המקדש איז חרוב געווארן.
בסך-הכל איז קלאר אז 'שית אלפי שני הוו עלמא' איז נישט א זאך אויף וועלכער מיר קענען זיך פארלאזן ביים אויספלאנירן אונדזער לעבן פאר די קומענדיקע 300 יאר... עס איז כמעט נישטא קיין דעה וואס זאגט אז מיר דארף באמת זיין באזארגט אז די וועלט גייט קומען צו אן ענדע אין 227 יאר ארום.

- הנה הסכמת רבים מן ההמון, שלכל היותר לא יתאחר ביאת משיחנו ובניין בית המקדש כי אם עד שנת ק"ע לאלף הששי, כי אומרים שבית ראשון עמד ת"י שנים, והבית השני ת"כ שנה, והש"י ינחמנו בכפליים ויהיה בית השלישי לכל הפחות נגד שניהם תת"ל שנים, ותניא ששת אלפים יהיה העולם, לכן אי אפשר להתאחר אחר ק"ע לאלף הששי, ואכי"ר, כי אפשר הדבר. אכן אראה להם פנים אם חו יתאחר יותר, שלא יוכלו להרהר. כי אותה ברייתא מסיימת "שני אלפים תוהו, ושני אלפים תורה, ושני אלפים משיח, ובעוונותינו יצאו מהם מה שיצאו", שהרי לא בא משיח לסוף ארבעת אלפים, והנה, אפשר אף שבעוונותינו יאריך זמן גלותינו, מכל מקום לא יתקצר זמן של שני אלפים של מלכות משיחנו, וזמן אריכות גלות לא יחשב למניין ששת אלפים.