זונטאג נאוועמבער 25, 2012 1:06 pm#64444
נעמט דעם כיבוד, טאנצט מיט'ן ספר, און גאפעלט ארויס דערמיט!!
האט נאך איינער געהערט די מעשה? ס'האט מיר געקאסט א לאך...
לאמיר אייך פארציילן א מעשה א שעהן (שיין), אין וויליאמסבורג איז די מעשה געשען, ווען שמחת תורה איז געווען.
אין א רעלאטיווער קלענערער ביהמ"ד. זענען אריינגעקומען 2 אינגעלייט וואס איינער פון זיי איז א זון פון א נדבן וואס האט מנדב געווען א ספר תורה פאר יענעם ביהמ"ד.
ביי די הקפות האט מען יענעם אינגערמאן מכבד געווען צו טאנצן טאקע מיט'ן ספר וואס זיין טאטע האט מנדב געווען. ער נעמט דעם ספר און ער נעמט זיך טאנצן ארום און ארום אזוי ווען פלוצלינג אן קיין ווארענונג האט מען דערזעהן אז ער נעמט זיך טאנצן נישט אינעם ליניע... ער איז געווען אזוי בדביקות... אז ער האט זיך דערטראפן טאנצן אויפ'ן גאס... און דאן האט שוין גארנישט געטאנצן, ער איז געשפרינגען און געלאפן!! ער מיט'ן אנדערן אינגערמאן זענען געלאפן מיט'ן ספר תורה אוועק פונעם שול.
ס'האט גענומען א מינוט זיך צו אריענטירן וואס דא קומט פאר - דערציילט מיר א מתפלל - ס'דאך עפעס גאר מאדנע. ווען מ'האט געכאפט אז ס'נישט קיין וויץ איז געווארן א כאפצעם... א היימישער (הייליגער...) כאפצעם. קינד און קייט זענען נאכגעלאפן און געטרייט (פרובירט בלע"ז) צו דעריאגן די לוקחי התורה... א מין דערהער... א מין שטיקל, אוועקגעכאפט א ספר פון ביהמ"ד...
דער זון טענה'ט אז מ'האט קיינמאל נישט געליינט אין זיין טאטנ'ס ספר. נישט דאס האט זיין טאטע געוואלט, זאגט ער.
און זיין שטיקל איז געלונגען.
ובאו כולם בברית יחד נעשה ונשמע אמרו כאחד