Under maintenance
הויפט זייט » פרשת וועבערמאן

פרשת וועבערמאן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2461
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:42 pm#66531
פרשת וועבערמאן
איך זעה אז ס'איז נישט דא קיין געהעריגע אשכול איבער "פרשת וועבערמאן" מיט וואס די גאנצע גאס איז אצינד אויף, יעדער מיט זיינע מיינונגען, אלזא האב איך געפענט איינס
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:43 pm#66532
איבער פרשת וו"ב איז שוין דא. עפען אויף פרשת קרויס
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 1:58 pm#66537
דאס הייסט א ריכטיגע "עסקן", ער שרייט אז ס'איז "מקום שאין איש", ממילא פאלט די גאנצע אחריות - בהכרח - אויף אים.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:18 pm#66564
וואס עפעס האט מהר''א מסאטמער א גרעסערע פראבלעם מיט די מיידל, ווי מיט וו''ב?
קען זיין ער האט מער אינסייד אינפא?
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:13 pm#66686
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס עפעס האט מהר''א מסאטמער א גרעסערע פראבלעם מיט די מיידל, ווי מיט וו''ב?
קען זיין ער האט מער אינסייד אינפא?
האט מהר"א מ'סאטמאר גערעדט איבער דעם צו נ. וו. איז שולדיג צו נישט, אדער האט ער פשוט געהאקט אויף די חילול השם וואס זי האט פאראורזאכט? כ'בין סתם נייגעריג.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 11:07 pm#66703
ער האט סתם ארויסגעברענגט די ווייטאג, ער האט נישט גענומען קיין צד, דאס האסטו א העתקה

...אז מ'שטעלט זיך אויף רעדן פאר א ציבור, כ'וויל אייך זאגן כ'בין געווען שבת און שטאט (וומסב"ג). ס'הערשט און שטאט זייער א גרויסע צובראכענע גייסט, ווער ס'האלט מיט די נייעס פון שטאט, איום ונורא! ווי א יודישע טאכטער איז צוגעקומען צו א מדריגה, שרעקליך! מ'פרעגט די וואכענדיגע סדרה בלשון בתמיה הכזונה יעשה את אחותינו???(בראשית ל"ד,ל"א) שרעקליך! שרעקליך! ווי מ'האלט, כשיורדין, יורדין עד לעפר, ס'טוט זייער וויי ס'זייער ווייטאגליך! זייער ווייטאגליך! כ'מיין אז ס'נאכנישט געווען אזא מיאוס'ע פרשה אין די יהדות החרדית, ויגע ביוצאי ירכו, יא! נעבעך! ס'געלונגען פאר'ן ס"ם ביוצאי ירכו, ס'איז אויך א קינד פון יעקב אבינו, ס'זייער א גרויסע בושה און ס'זייער א גרויסע ווייטאג, ס'זייער ווייטאגליך אוי! ס'נעבעך ליידער נישט קיין בת יחידה! א גאנצע גרופע, נעבעך! ס'שרעקליך! ס'שרעקליך! איך זאג אייך איך בין געווען שבת און שטאט, ס'איז זייער צובראכן, זיי קומען פון חסיד'שע עלטערן, מיט שטריימל בעקיטשע, חסיד'שע עלטערן, און מ'האלט ביי אזא מצב.
מען דארף אכטונג געבן אויף חינוך הבנים און אויף חינוך הבנות מיט זיבן אויגן, דער אייבערשטער זאל אפהיטן יעדן יוד און יעדע יודישע שטוב... והמשיך האדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א בעניני חינוך הבנות והבנים.


גענומען פון דא
m http://www.twitlonger.com/show/k7447u m

איך האב אביסל פארראכטן די ספעלינג מיסטעיקס
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 1:43 am#66725
עסקן ביטע זאג נאך דיטעילס, וואס איז די פרשה דא?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 2:02 am#66735
ווכס הייסט ער האט סתם גערעדט פון די חילל השם וואס זי האט אנגעמאכט?
וואס דארף א מיידיל טון אויב איינער רעפט איר? איך זאג נישט אז דא איז דאס די קעס. מווייסט דאך נישט, מהרא ווייסטאויך נישט. על צד סאיז אמת וואס וואלט זי געדארפט טאן.

איך ווייס פון אן אנדרע עסקן וואס פאטשקעט מיט פרויען דורך זיין דזשאב, וואס דארף איך טון?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 2:22 am#66738
איך מיין אז די מחלוקת פון די צוויי ברודער איז אסאך א גרעסערע חילול ה', ווייל דאס אז א מענטש פאלט אדורך ווען ער האט א נסיון דאס איז דאך מעשים בכל יום, אבער אז צוויי אידישע קהלות רייסען זיך אין קארט, דאס ווייסט דאך אז אלעס איז ביזנעס, און איך גלייב אז עס זיינען דא וואס האלטען אז די צובראכענע רייד האבען א פאליטישע כוונה,סוף סוף גיט ער דאך יא אכטונג אויפן חינוך, אין די אנדערע נישט, ער וואלט דאך נישט געלאזט שיקען מיידלעך צו א מאנס פערזאן אין שטוב אריין,י
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 8:45 am#66754
נולד מאוחר האט געשריבן:איך ווייס פון אן אנדרע עסקן וואס פאטשקעט מיט פרויען דורך זיין דזשאב, וואס דארף איך טון?


חאפ עס אפ אויף ווידיאו אין לייג עס אויף יו-טוב,
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:19 am#66756
נולד מאוחר האט געשריבן:ווכס הייסט ער האט סתם גערעדט פון די חילל השם וואס זי האט אנגעמאכט?
וואס דארף א מיידיל טון אויב איינער רעפט איר? איך זאג נישט אז דא איז דאס די קעס. מווייסט דאך נישט, מהרא ווייסטאויך נישט. על צד סאיז אמת וואס וואלט זי געדארפט טאן.

איך ווייס פון אן אנדרע עסקן וואס פאטשקעט מיט פרויען דורך זיין דזשאב, וואס דארף איך טון?


נא, ווער???
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am#66757
נולד מאוחר האט געשריבן:ווכס הייסט ער האט סתם גערעדט פון די חילל השם וואס זי האט אנגעמאכט?
וואס דארף א מיידיל טון אויב איינער רעפט איר? איך זאג נישט אז דא איז דאס די קעס. מווייסט דאך נישט, מהרא ווייסטאויך נישט. על צד סאיז אמת וואס וואלט זי געדארפט טאן.

איך ווייס פון אן אנדרע עסקן וואס פאטשקעט מיט פרויען דורך זיין דזשאב, וואס דארף איך טון?

איך זע נישט צווישן די ווערטער ער זאל זאגן אז די מיידל האט געמאכט א חילול ה', ער רעדט פון די חילול ה' וואס קומט ארויס פון די גאנצע פרשה, ווער ס'וויל קען עס אנטייטשן אויף די מיידל, ווער ס'וויל קען עס אנטייטשן אויף וועבערמאן, און ווער ס'וויל קען גאר זאגן אז ס'איז געשען דורך די טיי אווענט
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 5:40 pm#66884
איינער ווייסט עפעס אפדעיטס פונעם היינטיגען טאג אין קאורט?
מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 7:35 pm#66928

...אז מ'שטעלט זיך אויף רעדן פאר א ציבור, כ'וויל אייך זאגן כ'בין געווען שבת און שטאט.......

איך האב אביסל פארראכטן די ספעלינג מיסטעיקס



"און" במקום "אין", האסטו איבער געלאזט דריי מאל
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 1:31 am#67061
וזאת למודעה אז עס איז דא א ריזיגער אשכול איבער די פרשה איז דעם געזעלשאפט פארום. עטליכע תגובות פון דא האב איך אהינגעפירט.
l viewtopic.php?f=24&t=641 l
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:07 am#67072
משולם טענענבוים האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:איך ווייס פון אן אנדרע עסקן וואס פאטשקעט מיט פרויען דורך זיין דזשאב, וואס דארף איך טון?


חאפ עס אפ אויף ווידיאו אין לייג עס אויף יו-טוב,

איך האלט נישט אז דאס איז די ריכטיגער ציגאנג .
סהייסט אז מיט היינטיגע טעקנאלעדשי קען מען מאכן פאלטשע זאכן.
סאיז נישט קיין וועג איינער ווערט ברויגז אויף צווייטען באשמיצט ער עם אויף יואטוב.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:09 am#67074
שרייבער האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:ווכס הייסט ער האט סתם גערעדט פון די חילל השם וואס זי האט אנגעמאכט?
וואס דארף א מיידיל טון אויב איינער רעפט איר? איך זאג נישט אז דא איז דאס די קעס. מווייסט דאך נישט, מהרא ווייסטאויך נישט. על צד סאיז אמת וואס וואלט זי געדארפט טאן.

איך ווייס פון אן אנדרע עסקן וואס פאטשקעט מיט פרויען דורך זיין דזשאב, וואס דארף איך טון?

איך זע נישט צווישן די ווערטער ער זאל זאגן אז די מיידל האט געמאכט א חילול ה', ער רעדט פון די חילול ה' וואס קומט ארויס פון די גאנצע פרשה, ווער ס'וויל קען עס אנטייטשן אויף די מיידל, ווער ס'וויל קען עס אנטייטשן אויף וועבערמאן, און ווער ס'וויל קען גאר זאגן אז ס'איז געשען דורך די טיי אווענט

געפילטע האט געגעבן אפאר לינקס. ליין עס דורך מ'קען עס נישט אפ לערנען אויף צוויי וועגן.
ער זאגט קלאר אז די מיידל איז אנגעקומען זייער נידריג.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 am#67076
דעי אשכול איז געמאכט פאר די וואס טרעטן חלילה נישט איבער דעם שוועל פון קאווע שטיבל, נאר פאר צימעס האבן זיי א היתר אלס יפוצו.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 3:12 am#67084
איז נישט די גאנצע וו''ב אשכול לשון הרע לויט ר' ישראל?
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 11:55 am#67130
נולד מאוחר האט געשריבן:איז נישט די גאנצע וו''ב אשכול לשון הרע לויט ר' ישראל?

ניין, ס'איז דא וואס האלטן אז ס'איז הוצאת שם רע אויך.
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:08 pm#68216
abusive guru
.I came across this article, and find it VERY interesting.
.Realize it's not from a Yiddishe site, but it talks extreme commong sense.
.Notice also, that altough NW is not the "Guru" this article is talking about, nontheless the information is enlighting.
.Some professionals have obviously really dug into this topic.
.I'm also not (not realy) suggesting that all our Rebbe's are Guru's in this sense.
enjoy and wake up
m http://www.kheper.net/topics/gurus/abusive_guru.html m
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:24 pm#68222
שלום עליכם (אדער תתחדש פארן נייע ניק)
קום טרינק קאווע, אבער זעה נישט צו זיין די מערסע אטקיוו אין "וועבערמאן פרשה".........
הצלחה רבה
מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:00 pm#68477
מיט איין תגובה און אין די וועבערמאן פרשה איז מען דארט די מערסטע אקטיוו