Under maintenance
הויפט זייט » אי לאו האי יומא, כמה זר'לעך איכא בשוקא

אי לאו האי יומא, כמה זר'לעך איכא בשוקא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2464
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:22 pm#66567
אי לאו האי יומא, כמה זר'לעך איכא בשוקא
ס'דערנעטערט זיך שוין דער הייליגער טאג, דער גרויסער טאג, דער פארכטיגער טאג, דער טאג וואס האט טראנספארמירט דעם טמא'נעם אמעריקע; דעם ארץ אוכלת יושביה צו א מקום וואו ארגינעלע אידישקייט וועט בליען און וואקסן!

דער טאג אויף וואס איך קען זאגן מיט'ן פולן צוטרוי: אי לאו האי יומא, כמה זר'ס איכא בשוקא!

אי לאו האי יומא, האי יומא דקא גרים וואלט געווען ידי זר'ים שלטו בנו!!

אהה... כ"א כסליו, א טאג וואס רופט ארויס פרייד, שמחה דקדושה ביי יעדן - לאו דוקא סאטמאר - ערליכן איד אומעטום. איז דארף מען דאנקען ה' יתברך פאר די ניסם וואס ער האט געטון מיט מיר און מיט מיינע עלטערן און מיט מיינע אור עלטערן וואס האבן ב"ה אויך איבערגעלעבט די מלחמה און זיי האבן זיך מדבק געווען אין דעם איש אלוק', דאנקע ג-ט אשר לא השבית לנו גואל. ער האט אונז איבערגעלאזאט אן איש על העדה, איש אשר רוח אלוק' בו. (איש בגימט' סאטמאר)

אין דעם הייליגן יו"ט כ"א כסליו וועל איך נישט שרייבן דא בכלל, אנגעהויבן פון דינסטיג נאכט 72 ר"ת. איך פיר זיך אזוי ווי חוה"מ. און די בני בית טוט אויך נישט קיין מלאכה שאף הם היה באותו הנס.

בדרך התורה נלך, באש ובמים!!

בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.

אוי יוי בך בטחו אבותינו, בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.

אוי חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:31 pm#66572
אריין אין צימעס!!!!!!!! לץ איינער.
קוקסט שוין באלד אויס ווי ע.כ. וואס האט געטאנצן שמח"ת חסדי ה'........
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 3:40 pm#66574
שמעקי, בעליוו מי איך מיין יעדע ווארט ערנסט! נאר מיט 2 לינקס האב איך זיך ערלויבט אביסעלע פרייליך צו מאכן. ווען נישט די 2 לינקס וואלט איך עס געשטעלט אינעם קאווע פארום.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:07 pm#66578
און די בני בית טוט אויך נישט קיין מלאכה שאף הם היה באותו הנס.

זי איז אן אייניקל פון יוסף אשכנזי?
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:08 pm#66580
ניין, זי איז אן אייניקעל פון רבינו יואל'ס פשרה'לאזע אידישקייט דא אין אמעריקע.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:10 pm#66581
זר זהב האט געשריבן:ניין, זי איז אן אייניקעל פון רבינו יואל'ס פשרה'לאזע אידישקייט דא אין אמעריקע.

דהיינו מגייט אין קארט פשרה'לאז. סיי די תורה לאזט נישט סיי די תורה לאזט יא. מ'גייט!
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:18 pm#66582
זר זהב האט געשריבן:ניין, זי איז אן אייניקעל פון רבינו יואל'ס פשרה'לאזע אידישקייט דא אין אמעריקע.
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:20 pm#66583
"משום האי יומא כמה זר'לעך איכא בשוקא".
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:21 pm#66584
זר'לעך אפשר. א 'זר זהב' איז נאר דא איינס! משום האי יומא!!
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:42 pm#66589
זר ביסט גוט. :לייק
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:43 pm#66590
יידל האט געשריבן:זר ביסט גוט. :לייק

איך האב געוויסט העסט ליעב האבן די לינקס...
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:48 pm#66595
סא ברענג ארויס אלע זאכען וואס וואלט נישט געווען אי לאו האי יומא .......י

למשל וו"ב - קרויס
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:50 pm#66596
אי לאו האי יומא, וואלסטו אפשר געווען א גר. היינט ביזטע א משכיל... איז דאס נישט קיהל?
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:51 pm#66597
איך מיין אז די ביסט דשעליס !י
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:52 pm#66599
דאס איז אלטע נייעס... א גאנצער אשכול האביך געעפענט איבער מיין דזשעלעסי
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 4:58 pm#66602
בכל אופן טענו בחיטין והודו לזכר קדשו, מה ענין שמיטה אצל וכו' וואס האט צו טועהן דער רבי זי"ע צו מיין סאטוס אין כלל ישראל ?י

דאס איז זיכער אז ווי לאנג איך האב נישט באגעגענט די סאטמארער בין איך געווען מורא'דיג מורא'דיג תמימות'דיג, ווען איך האב זיך אבער בעקענט מיט זיי איז אין מיר אריין דער רוח פון השכלה, איך האב נישט געקענט פארדייען זייערע ביגליגע היפאקריטיע,י

פליז מאך מיך נישט רעדעוודיג, איך קען דא שרייבען גאנצע מגילות
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 5:00 pm#66604
שרייב מגילות, דא איז געמאכט צו שרייבן. שווייגן וועסטע אין די אשכול
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 5:06 pm#66608
דרך אגב איך האב א שוועסטער א פסיכילאג, א חסידישע, זאגט זי מיר, אז איר זוהן זאגט איהר, מאמי וואס איך פארביר איז שוין דא איינער וואס טוט עס בעסער פון מיר, איך אויך פיל א ביסעל אימפאטענט וואס איך פרוביר האט עס שוין איינער געזאגט און געטראכט. אשפ"ג
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 5:08 pm#66610
בד"וו: פארוואס רופסטו אן יעדער סאטמארער א זר??
זונטאג דעצעמבער 02, 2012 9:19 pm#66689
זו התורה שנמסרה ביד זר'ים. אוי נא לנו כי חטאנו...
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 7:00 pm#67336
זר'עלע, אזוי האט דיין חינוך אויסגעזעהן???..........
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 7:02 pm#67338
דאס אינישט געווען אין מיינע צייטן. אבער גראדע זעה איך גארנישט ראנג דערמיט, ס'בלויזע פאקטואלע היסטאריע. (אנדערש ווי אנדערע בלעטער וואס איך האב געזען דא געברענגט פון אנדערע חסידות'ר אויף זייערע לעבעדיגע רבי'ס וואס איז פשוט שוואנצעריש.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 7:05 pm#67339
אופס!! קיינער האט מיר נישט דערמאנט אז ס'איז שוין 72 ר"ת!!

זייטס מיר געזונט, סי יע אין 24 שעה.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 7:06 pm#67341
איך האב אויך נישט קיין פראבלעים מיט עס. נאר מיר באדערט וואס ס'שטייט אז "אלע עהרליכע אידן לויבן און זינגען צו די הייליגע באשעפער" אין כ"א כסלו. דאס איז זייער א מיאוסע זאך צו שרייבן, ווי מ'זאל זאגן אז קלויזענבורגע און באבובע און פאפא'נע זענען נישט קיין עהרליכע אידן.
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 7:06 pm#67342
זר זהב האט געשריבן:אופס!! קיינער האט מיר נישט דערמאנט אז ס'איז שוין 72 ר"ת!!

זייטס מיר געזונט, סי יע אין 24 שעה.

לאז מיר זעין אויב דו וועסטו דיך קענען איינהאלטען 24 שעה נישט צו שרייבען דא............
דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 9:38 pm#67360
ס'איז קלאר נאריש און שוואנציש (די חדר צעטיל).
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:20 pm#67668
ס'נאך כ"א? אדער איך קען שוין שרייבן?
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:23 pm#67669
איך האלט אז די טארסט נישט שרייבען וועגן רעספעקט פאר די סאטמארע חסידים אין קאליפארניע ווי ס'איז נאך כ"א
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:26 pm#67671
ראשעקאל האט געשריבן:איך האב אויך נישט קיין פראבלעים מיט עס. נאר מיר באדערט וואס ס'שטייט אז "אלע עהרליכע אידן לויבן און זינגען צו די הייליגע באשעפער" אין כ"א כסלו. דאס איז זייער א מיאוסע זאך צו שרייבן, ווי מ'זאל זאגן אז קלויזענבורגע און באבובע און פאפא'נע זענען נישט קיין עהרליכע אידן.

שלעכט פארשטאנען
אז זיי ווילן זיין/הייסן ערליך זאלן זיי אויך לויבן...
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:49 am#239842
אי לאו האי יומא
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 5:15 pm#241830
אי לאו האי יומא...

וואלט מען נישט געדארפט צאלען 5 אלפים פאר א שטריימעל און אויך נישט דארפען האבען א $900 דולרדיגע באגאנו קערידז' ועוד