Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 72 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2479
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 2:56 pm#67559
ענדליך לכבוד כ"א כסליו סאטמאר באדאנקט בעל הנס ד"ר קאסטנער
לרגל היום הגדול כ"א כסליו, די טאג וואס ווי באוואוסט אי לאו האי יומא כמה זר זהב איכא בשוקא. די טאג וואס ווען נישט די טאג וואלטן קיינער פון אונז נישט געשריבן אויף קאווע שטיבל, ווארום מיר וואלטן געלערנט אין ישיבה יוניווערסיטי און מיר וואלטן אלע געווען לויערס, דאקטוירים, מוצצים בכלי אדער וואל-סטריט באנקירער, די היינטיגע טאג איז כדי צו שרייבן מעניני הנס, ווי כידוע אז די תשב"ר עסן טשאקלעד וועיפערס און מאלן א פיקטשער פון א טרעין, להביע חסדיו ית' שנתגלגלו ע"י מסילת הברזל.

דער רבי איז ניצול געווארן דורך ד"ר ישראל קאסטנער ז"ל וועלכער האט געראטעוועט דעם רבין ז"ל. יא, שטייטזיך אז אלעס נאר אדאנק די חלום וואס שלמה יאנקל געלבמאן... איימסארי וואס ד"ר פישער האט גע'חלומ'ט אז זיין מאמע קומט אים אין חלום, אבער פארט, חלומות אין א זייט געלייגט, שלמה יאנקל אין א זייט געלייגט, ד"ר קאסטנער האט געראטעוועט דעם רבי'ן.

אין ארץ ישראל איז שפעטער פארגעקומען א גרויסער מהומה ווען אונגארישע אידן האבן פארפירט אז קאסטנער האט געראטעוועט די עליטע, די הויפט ציונים, דעם רבי'ן, די רביצין, רבי יוסף אשכנזי, און נאך מיליאנערן ; און נישט פרובירט צו ראטעווען אויף א גרעסערן פארנעם דעם כלל ישראל פון אונגארן. די קאנטערווערסיע האט זיך קיינמאל נישט געענדיגט, ווארום איין שופט האט גע'טענה'ט אז "קאסטנער מכר נשמתו לשטן" אן אנדערער שופט האט געהאלטן אז ער האט גוט געהאנדלט, און היסטאריקער זענען נאך עד היום מחולק צו ער האט געטון גוט, צו ער האט געמיינט גוט און צו ער וואלט אנדערש געדארפט האנדלען.

בכל אופן, סאטמאר האט זיך געטון זייערס, גע'בך בטחו'ט אין גרויסן, און זאלן די ציונים זיך רייסן צו קאסטנער האט גוט געטון צו נישט.

למעשה האט מען קיינמאל נישט דערמאנט דעם בעל הנס קאסטנער, עס איז געווען א חתונה מיט א חתן אן קיין שושבינים......

ביז ב"ה תשע"ג האט מען זיך געכאפט ביים קאפ אז עס איז צייט צו טון למעשה, מכיר טוב זיין פאר קאסטנערן. אבער וויאזוי גיין משבח זיין קאסטנער? נע, פאסט נישט. און נישט בלויז פאסט נישט נאר טראכט וואס דער מו"צ ביד"צ קהל יטב לב וועט שרייבן אונטערן פען נאמען ב' טויב אויב דער וויליאמסבורג ארמארי רבי וועט זאגן א גוט ווארט אויף קאסטנער, און דער גרויסער היסטאריקער טעלער וועט שרייבן אויפן קראונהייטס ארמארי רבי אויב ער זאגט א גוט ווארט, אלזא זענען ביידע געפאלן אויף א געניאלע המצאה: מען וועט אטאקירן ביבי'ן!

וואס וועט מען אטאקירן ביבי'ן? אה, נישט קיין דאגה, דער וויליאמסבורג ארמארי וועט אטאקירן ביבי אלס "מחוצף" ווייל ער האט שטילערהייט געשטיצט מיט ראמני און געלייגט אין א סכנה אלע אידן. ער איז דאך גערעכט, קוק נאר אן וויאזוי די דעילי ניוס, די נוא יארק פאסט און די עמי האקן אויף די אידן צוליב עפעס א נארישע בלבול פון עפעס א כזונה יעשה את אחותנו וועמענס טאטע גייט שטריימל בעקישע, א גאנצע כאדאראם וועגן א קליין מיידל, און זיי מאלן אפ עפעס א עסקן-מחנך-קנאקער ווי א לידער, ווען אין פאקט איז ער בלויז א ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, הרבני החסיד המרומם און בכלל נישט קיין הגה"צ המפורסם....... און דאס איז שוין אלעס מיט אובאמא אלס פרעזידענט ווען יאסי געשטעטנער איז צעקלאפט, שטעלט ענק שוין פאר ווען ראמני וואלט געווען פרעזידענט, ווי שטארק די מידיע וואלט באשמוצט און יאסי וואלט דאך געווען טרעזשורי סעקרעטערי און קיינער וואלט נישט צוריקדערלאנגט די מידיא אין זיבעטן ריפ.... שוין איך פארפאר, בקיצור, די גאנצע אנטיסעמיטיזם שרייט דער וויליאמסבורג ארמארי רבי איז וועגן דעם מחוצף ביבי נתניהו.

דער קרוינהייטס ארמארי רבי האט אויך נישט טומן געווען ידיו בצלחת, ער האט אריינגעשמיסן נתניהו פארן ארעסטירן דעם שר התורה שמידעל, דער שליח פון חפץ חיים און חזון איש צו די קברים, און נישט סתם ארעסטירט, נאר מיט רשעות, ווען א גויטע פאליציאנט שטייט דערנעבן און איז מכשיל שמידעל מיט ראיות אסורות, און נישט בלויז דאס, נאר נאכדעם האבן זיי אים נאכגעהאלטן אין טורמע פאר א גוטע צוויי דריי שעה, כמעט דריי פראצענט אזוי לאנג ווי אברהמי זופניק מיט יאסעלע פליט, רחמנא ליצלן שומו שמים, מען וואלט געדארפט רייסן קריעה און טרונקען לימאן דזשוס פאר אזא זאך.

על כל פנים, האבן די גדולי חכמי ישראל ומנהיגי היהדות החרדית הצרופה אשר לא כרעו לבעל, געפערליך פארפירט קעגן נתניהו'ן, אבער וואס האט דאס מיט קאסטנער?

אה, דאס האט א הסבר:

קאסטנערס אן אייניקל, מירב מיכאלי לויפט יעצט צום כנסת המינים אויף די עבודה פארטיי, זי איז א גרויסע רשע'נטע, א שרעקליכע פעמיניסטקע, זי האלט אז פרויען זאלן געהעריג קענען גיין אויף באסעס און נאך אזעלכע לינקע איידיעס, אבער, פארט זי איז אן אייניקל פונעם בעל הנס, און עס קומט זיך הכרת הטוב עד דרא בתראה, דאי לאו האי יומא, וכו', און זי איז אין די צד שכנגד פון ביבי, איז א פאסיגע צייט צו מכיר טובה זיין דעם זיידן ז"ל און דערלאנגען דעם יעצטיגן ראש הכופרים און אזוי ארום דערלאנגען א זיג פאר קאסטנערס אייניקל, און אזוי וועט זי ווארשיינליך געווינען און אפשר מאכן א רעגירונג אינאיינעם מיט אמנון יצחק.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:04 pm#67563
ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:13 pm#67567
קופערניקוס די ביסטו א פיינער לץ
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:27 pm#67577
איבער סיי וואס איר שרייבט זענט איר מהנה דעם ציבור. וואיל איז אייער חלק.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 3:30 pm#67578
sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:19 pm#67596
האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:22 pm#67597
signout האט געשריבן:האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו

סעלף היומערינג דזשו
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:37 pm#67604
איחוד פעלד האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.


מען האט געוואלט ארויסשמאגלען רבי ישעי'לע?

אגב די בעלזא רב זי'ע איז אנגעקומען קיין אר'י ח אדער ט שבט תש'ד. די באן איז געפארן כסלו תש'ה....
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 4:53 pm#67616
איך מיין אז ער האט שוין נישט געלעבט דעמאלס.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 5:02 pm#67620
signout האט געשריבן:האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו



ווי זעסטו דא סעלף העיטינג? ווי זעסטו העיט בכלל, אביסעלע טרייבן ליצנות איז העיט? כמיין אז די ביסטו א סעלף פחדנות'דיגער איד, מיט א פחד און חשד פון רדיפה
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:34 pm#67675
sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

משה גבאי
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:44 pm#67680
ר' ישעי'לע טשעחויבער איז נפטר געווארן תש"ג אין באכניע געטא, גאליציע.

קאסטנער איז געשאסן געווארן אין תל אביב פאר זיין הויז, די מערדער זענען קיינמאל נישט געכאפט געווארן.

הרב קופערניקוס זייער שיין ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון טאג :lol:
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 7:52 pm#67682
signout האט געשריבן:האסט א גיטע סענס אוו האמער אבער ביזט א סעלף העיטינג זשו

זאג, דו ווייסט בכלל וואס סעלף העיטינג דזשו מיינט? עס זעט נישט אויס אזוי. אז דו ווייסט יא, ביטע קלער מיר אויף וויאזוי קופערניקוס איז סעלף העיטניג.
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:23 pm#67698
מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!
מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 9:23 pm#67712
Starbucks האט געשריבן:מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!

איך כאפ נאכנישט אלע פשעטלך און ווערטער-שפילן, אבער כ'וועל עס איבערשלאפן און האפענטליך מארגן קליגער ווערן. בכל אופן א שכויעך פאר די שמייכלעראציע.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:07 am#67788
Starbucks האט געשריבן:מוה״ר קופערניקוס, ביזט א דשיניעס!

Thank you its a big honor!
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:10 am#67792
קופערניקעס, אין אזא זמן וואס החשך יכסה ארץ, ווען די רשעי עמינו, די מכם ובכם, די ממך ומנך האבן זיך באוואיגן צו פארמעסטן וכולי קומטסטו און מיט דיין הומאריסטישן פעדער שלעפסטו ארויף אומווילנדיגע שמייכלען אויף יידן׳ס בעקעלעך.....

הפלא׳דיג וויזוי דו האסט צוזאמגעשטעלט די סך הכל פון די יידישע נייעס אין די לעצטע וואך

אז מען רעדט שוין וועל איך נאכברענגן וואס כאב געהערט פון מיין רבי׳ן הרב רקפת וואס זאגט נאך פון אן אלטן דאקיומענטערי וואס איז ארויסגעקומען יארן צוריק איבער די ״קאסטנער סאמאטוכע״ ווי עס ווערט ערקלערט די אמת׳ע (ליגנט׳ע) סיבה פארוואס ער האט ארויפגעשטעלט דעם סטמר׳ן רב אויפ׳ן באן וואס איז לכאורה שטארק אומפארשטענדליך נעמענדיג אין באטראכט זיין שארפן שטעלונג קעגן קאסטנער וחביריו הציונים. זאגט ער אז די סיבה איז, ווייל ער האט געוואלט עס זאל בלייבן נאכ׳ן קריג פון אלע סארטן שטרעמונגען פון ס׳פאלק פון די רעכסטן ביזן גאר אנטי, פונעם פרומסטן ביזן גרעסטן פוקר ווייל דאן איז דאס פאלק א דבר השלם....

מיט דעם האביך אויך פארשטאנען פארוואס ער האט אויך איבערגעלאזט דארטן הרה״צ מאודווארי ווארום, מען ברויך דאס אויך צו זעהן נאכ׳ן קריג.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:16 am#67796
נישט פארגעסן אז אי לאו האי יומא וואלט דער אהרן מרגליות געקענט רעדן פאר פרויען אין וויליאמסבורג פונקט ווי דר. הערצאג פון יוניידעט טאלמידיקעל עקעדאמי, אזוי אויך וואלט מען לכאורה זיך נישט ארום געדרייט דעם טיש נאך א שעבע בראכעס מורמלענדיג סאמייאח תיסאמאח... בגנעדםמקעדן...
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:39 am#67814
משה געציל האט געשריבן:נישט פארגעסן אז אי לאו האי יומא וואלט דער אהרן מרגליות געקענט רעדן פאר פרויען אין וויליאמסבורג פונקט ווי דר. הערצאג פון יוניידעט טאלמידיקעל עקעדאמי, אזוי אויך וואלט מען לכאורה זיך נישט ארום געדרייט דעם טיש נאך א שעבע בראכעס מורמלענדיג סאמייאח תיסאמאח... בגנעדםמקעדן...
.
What's the story with ahron margolis?
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 1:45 am#67819
קופערניקוס האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:נישט פארגעסן אז אי לאו האי יומא וואלט דער אהרן מרגליות געקענט רעדן פאר פרויען אין וויליאמסבורג פונקט ווי דר. הערצאג פון יוניידעט טאלמידיקעל עקעדאמי, אזוי אויך וואלט מען לכאורה זיך נישט ארום געדרייט דעם טיש נאך א שעבע בראכעס מורמלענדיג סאמייאח תיסאמאח... בגנעדםמקעדן...
.
What's the story with ahron margolis?

Thats his story
He spoke yesterday in willi and hisachdes "eiser"izet it.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 6:20 am#67862
איחוד פעלד האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:ווער האט נישט ארויפגעלאזט ר' ישעי'לע טשעחויב'ע זי'ע אויפן באן??

עס איז געפארען פין אונגארען.
ר' ישעי'לע איז געוועהן אין באכניא געטא.
עס הייסט אז ער האט געדארפט ניצול ווערען מיט ר' אהר'לע בעלזער, און דער בילגרייער, נאר ר' אהר'לעס גבאי, פויגל, איז אריין, און מער קיין פלאץ איז נישט געוועהן, ממילא איז ער געבליבען דארט אינדרויסען שטיין.

פויגל, ווער ס'קען נאר אביסל די היסטאריע ווייסט אז פויגל איז געקומען ווערען א גבאי פון אנטווערפען וואו ער האט געוואוינט שוין אין ארץ ישראל, די סיפור גייט דארט אז ר' ישעילע האט געוואלט מיט נעמען זיין זוהן און ס'איז נישט געווען קיין פלאץ נאר פאר איינעם האט ער געזאגט אז ער וועט ענדערש בלייבן דארט.

קופערניקס געוואלדיג, אזא פשעטל, ביסט דאך א גאון הגאונים!!!
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:15 pm#67908
בד"וו, אגב.
אויף קול מבשר, איז אינטערוויוא 770 (חב"ד) מיט עמרם אבערלענדער (פאפא) בענין כ"א כסלו (סאטמאר)
עושה שלום במרומיו.
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:18 pm#67909
ווי גייט דאס ווארט, סאטמאר 550 (בעדפארד) פאפא 660 (בעדפארד) חב"ד 770
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:21 pm#67910
outspoken האט געשריבן:ווי גייט דאס ווארט, סאטמאר 550 (בעדפארד) פאפא 660 (בעדפארד) חב"ד 770

אמאל איז דאס געווען א גוט ווארט.
היינט צו טאגס וואוינט סאטמער רבי אין קרית יואל. (פרענטש וואנילע - האלטיך איין)
פאפא רבי אויף פענן סטריט.

נאר חב"ד איז געבליבן די זעלבע
דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 12:25 pm#67911
ooch טו נישט אזוי וויי מיין רבי...

ב.ד. וו. דאכט זיך אז חבד'סקע רבי האט זיך אויך אריבערגעצויגען קיין QUEENS...
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 9:53 am#239844
אויפגעוועקט
דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 10:04 pm#240036
קאווע טרינקער האט געשריבן:כדי צו מאכן דיין קשיא א קשיא, מאכסטו עטליכע רבנים'לעך - וואס ווערן פארעכענט אין סאטמאר ווי "תלמידים" אדער לכה"פ "נאנטע" - פאר גדולי ישראל, אדזש זיי זענען אין איין שורה מיט אזעלכע מאכטען ווי סאטמאר רב זי"ע. פאפא, שפאראן, און קאשוי, זענען - אינדערהיים - נישט געווען קיין רבנים פון ערענסטע "אגודות" אדער "התאחדות'ן". כעין זה טוט איינער אויף אייוועלט, ווען ער טענה'ט אז הרה"ק מבעלזא האט זיך אויך געראטעוועט און נישט אנגעווארנעט די אונגארישע. וראה זה פלא, אלע יארן שרייסטו אז איה"נ דער בעלזא רב איז געווען א קדוש, אבער צי "הנהגה"! (ליין: שטעכען רעדער) האט ער נישט פארשטאנען. און פלוצים דא שטעלסטו אים גלייך צום סאטמאר רב, לאמר, אז פונקט ווי דער בעלזער האט פארזעהן אזוי אויך סאטאמר.
די תירוץ איז אבער, אז דער מקורות'דיגע מאמר איז געצילט דירעקט אויף סאטמאר רב, און נישט אויף אנדערע אדמורי"ם, ווייל זיין טענה איז נישט דאס בלויז "האטס דיך געראטעוועט און נישט די קהילה" (וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז בכלל א טענה, ווייל למעשה האבן זיי מער געצילט אויף אדמורים און מנהיגים, ממילא זענען זיי געווען אין א גרעסערע סכנה). דער שרייבער'ס טענה איז: הלמאי האסטו נישט געלאזט דעם המון זיך לאזן ראטעווען ווען א טייל פון די הצלה האט געהאט א נגיעה צו ציונות... און אז למעשה שטעלט זיך אויס אז ציונים האבן געראטעוועט אזויפיל אידן, ומעכ"ת בתוכם, וויאזוי קענסטו שרייבן אז די גאנצע מלחמה איז צו פארדאנקען די ציונים....
ליינט עס אדורך, און פרעגט אפ זיינע ראיות איינס ביי איינס.

קאווע טרינקער: להגיד מראשית אחרית. לגבי די עצם קאנטראווערסיע בין איך אין מיטן. (יא. פוסח על שתי הסעיפים. אדער אויף קיין איינס נישט.). אבער לגבי דעם וואס דו ביסט מכבד דעם עוילעם אפ צו פרעגן יענעם "מחבר'ס" טענות איינס ביי איינס. איז זייער פשוט. איך האב אדורכגעליינט זיינע "טענות". און ס'איז אלעס געבויעט אויף ספעקולאציע. און טעאריעס און הנחות. קיין איינס פון זיינע סטעיטמענטס, לגבי סאטמאר'ער רב'ס נישט פארציילן פאר'ן עולם און נישט צו לאזן אז זיי זאללן זיך ראטעווען, איז דאקומענטירט. ער ברענגט נישט קיין איין דאקומענט אויפ צו ווייזן זיינע טענות...!
מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 9:08 pm#240279
ערשט יעצט איך זע וואס מען רעד אלס צאם אויף מיר, אבי מרעד..
איך גיי מיר נישט אריינמישן טענה'ץ ענק ווייטער סאיז געשמאק זיך ציצהערן פין די זייט.

סגיט, רעד ווייטער.
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:52 pm#240398
ענדליך באדאנקט מען שוין די ציונים
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 12:57 pm#240400
שוין קענסט שוין אנהויבן ליב האבן סאטמאר...
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:14 pm#240485
המלוכה והממשלה: דעיס טוט נאר פארשטארקערן די טענה פון די בני יואל אז די רעגולערע סאטמאר'ער זענען אפגעפאהרן.
בעצם איז גאנץ סאטמאר געבויעט אויף דעם אז יענער טויג נישט. די צווייטע גרופע זענען שקצים ואפיקורסים.אונז גייען אויפ'ן ריכטיגן דרך... :roll:
דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 6:36 pm#240498
נאך א נס אז דער פאן האט די צוויי קאלירן, שטעלטס אייך פאר ווען דער פאן איז לדוגמא נאר ווייס אדער שווארץ און ווייס, וואס וואלטן מיר געמעגט אנטוהן, דער גאנצער עולם וואלט געמוזט גיין מיט בלויע העמדער און גרינע בעקעשעס!
זונטאג דעצעמבער 14, 2014 12:24 am#240715
דינסטאג דעצעמבער 12, 2017 3:31 am#391078
גגעגעבן נאך א לייק פאר א נפטר: קופערניקוס זיכרוינע ליבראכע איז שוין ניפטער געווארן אום 5'טן דעצעמבער, יארע 2012. (יצאה נשמתו באחד) און איך האב אים געגעבן א לייק אום 12'טן דעצעמבער, יארע 2017. פארשטייצעך, למספרם...!