זונטאג דעצעמבער 09, 2012 1:31 pm#68013
וואס האט דא פאסירט?
מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פאר אונזערע טייערע חברים אויף דעם וואס "קאווע שטיבל" איז נישט געווען אין דינסט פאר נאנט צו צוויי טעג – פון דאנערשטאג נאכמיטאג, ביז יעצט. טראצדעם וואס דאס האט געשאפן א סך אומאנגענעמליכקייטן פאר יעדן, איז אבער דאך גוט צו וויסן אז די סיבה פון דעם קראך איז דווקא געווען א פריידיגע.
ווען "קאווע שטיבל" האט זיך געעפנט מיט קנאפע 9 חדשים צוריק האבן מיר נישט גע'חלומ'ט פון אזא שנעלן וואוקס ב"ה, און מיר האבן גענומען א ביליגע סערווער פירמע וואס מיר האבן גערעכנט אז ס'וועט קענען דערטראגן דעם טראפיק פון אונזער סייט. מיט דעם וואוקס פון אונזער לייענערשאפט איז דער טראפיק אבער גאר שטארק געשטיגן ביז ס'האט געגרייכט צו א מצב אז די פירמע האט אויסגעשאלטערט אונזער סייט וויבאלד דער טראפיק-פלייץ פארשטייטערט אלע אנדערע וועבסייטס וועלכע געפינען זיך אויף דעם זעלבן סערווער.
מיר האבן פרובירט זיך איינ'טענה'ן מיט דער פירמע אז מ'זאל נאך לאזן דעם סייט אנגיין פאר א טאג צוויי ביז מיר געפינען אן אנדערן סערווער, אבער זיי האבן געזאגט אז ס'איז אוממעגליך פון זייער זייט, ווייל זיי קענען נישט בא'עולה'ן אלע אנדערע וועבסייטס וועלכע ליידן א דאנק אונזער גרויסן טראפיק. אונזער סייט איז טאקע באלד אויסגעשאלטערט געווארן און מיר האבן זיך תיכף ארויסגעלאזט זוכן א סערווער וואס קען אקאמאדירן אונזער טראפיק. פון דעם ערשטן מינוט אן האבן מיר געהאלטן אונזערע חברים אינפארמירט איבער די געשעענישן דורך אונזער "טוויטער"-אקאונט.
מיר זענען זייער דאנקבאר פאר די צענדליגער חברים וועלכע האבן צו אונז געשריבן אנבאטנדיג הילף און געלט אויף צו קענען ווייטער אנגיין מיט דעם וויכטיגן ארבעט.
יעצט האלטן מיר שוין אין די לעצטע שטאפלען פון אריבערפירן דעם סייט, נאר מאמענטאל דארף מען זיך באנוצן מיט דעם צייטווייליגן יו-אר-על, ביז אלעס וועט מסודר ווערן על צד היותר טוב.
מיר בעטן נאכאמאל אנטשולדיגונג אויף דער אומאנגענעמליכקייט, און מיר דאנקען נאכאמאל אלע חברים פאר דעם געדולד און פארשטענדעניש.