ביטע פארמאכן דעם אשכול בעפאר איך גיי אויסשרייען: הצלה ביי די מענער!
ומעשה שהיה כך היא, איך ווייס נישט אין וועמענס שלחן ערוך אדער רול בוק ווערט געברענגט דעם פארדארבענעם מנהג הנקרא גרעב בעג, אבער דאס האט מיר שוין בארויבט אין מיין לעבן שעות טייערע צייט, בערזלעך געלט, און פלעשער טיילענאל...
שוין פון שלשים היום קודם החג הייבט זיך אן די הכנה דרבות, וואס קען מען קויפן פאר גיטי? און וואס פאר שלומיס אסתי? וואס עט זיך זלאטי פארשעמען? און איז דעיס נישט צו טייער פאר ברכי?! אזוי איז מען פארנומען טעג און וואכן אויפן טעלעפאן און אין די געשעפטן, קומט חנוכה ווערט עס פייער היציג, די געשעפטן ווערן אנגעלייגט, וואק איך אריין אין א געשעפט באפאלט מען מיך גראד: "האלאו, פארוואסערע עידזש זוכסטו?! און צום סוף איז מען קיינמאל נישט צופרידן און קיינמאל געלונגט עס נישט און סתם זיך אנגעפלאגט פאר גארנישט!
מ'דארף אויסראטן דעם מנהג, צוריקגיין צו די אלטע צייטן צו די פעטע דאנאטס מיט טרענס פעט, און געפרעגלטע לאקטעלעך און דריידל קוויטל שפיל. און א פרייליכן חנוכה!