Under maintenance
הויפט זייט » פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום

פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #259
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:05 am#2805
פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
דער פארווערטס באריכטעט אז ארטאדאקסישע אידן "גייען" פאר סענטארום צוליב זיינע פרומע גלויבינגען. אינטערעסאנט ארטיקל: m http://forward.com/articles/153525/orth ... -santorum/ m
בילד
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:08 am#2807
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
שטותים מיט קארטאפל, איך בין א ארטאדאקס, און איך בין דירעקט נישט פאר סענטארום.
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:15 am#2813
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
שמואל הלוי האט געשריבן:שטותים מיט קארטאפל, איך בין א ארטאדאקס, און איך בין דירעקט נישט פאר סענטארום.

איך אויך נישט. איך גיי גראדע וועלן אבאמא'ן. אבער ווען א צייטנוג רעדט, רעדט עס בכלליות. און בכלליות מייניך איז עס אמת.
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:17 am#2814
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
בכלליות איז עס אמת? אפשר איבראל אין אמעריקא חוץ אין ניו יארק... ווייל אין די היימישע וומ"ס, ב"פ, מאנסי וכו', וועט די כלליות'דיגע בילד זיך ארויסשטעלן גאר אנדערש.
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:23 am#2819
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
שמואל, פארוואס זאגסטו אזוי? אוב פון מיינע באקאנטע גייען פאר סענטארום.
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:23 am#2820
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
רוב פון מיינע באקאנטע זענען פאר ראמני.
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:38 am#2829
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
איך זע נישט וויאזוי מען קען בכלל מאכן א כלל. ארטאדאסישע אידן האבן שוין היינט א "מיינד אף דער אאון", זיי וואוטען פאר וועם זיי ווילן, ס'איז שוין נישטא קיין בלאק וואוט בפרט ביי נאציאנאלע עלעקשאנס.
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:42 am#2832
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
ביי די עכט היימישע, אפילו ווער עס וועט יא שטימען פאר סאנטארום, גלייב איך שווער אז עס האט עפעס מיט זיינע רעליגיעזע מיינונגען. (די ביי וועמען עס וואלט אויסגעמאכט, שטימען געווענליך בכלל נישט)
מאנטאג מערץ 26, 2012 10:45 am#2834
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
עס וואלט אינטערסאנט געווען צו הערן די דעת הציבור פון דא אין קאווע שטיבל, פאר וועמען מען איז גענויגט, איך למשל בין פאר ראמני ווי אויבנדערמאנט.

סיבה: אין מיינע אויגן פירט ער זיך אויף די נארמאלסטע פון אלע קאנדידאטן (מער פאליטישאן געשטימט ווי מ'רופט עס), און בכלל זיין גאנצע איינדרוק איז מער פרעזעדענטשול ווי די אנדערע קאנדידאטן.
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:35 pm#2898
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
שמואל הלוי האט געשריבן:עס וואלט אינטערסאנט געווען צו הערן די דעת הציבור פון דא אין קאווע שטיבל, פאר וועמען מען איז גענויגט, איך למשל בין פאר ראמני ווי אויבנדערמאנט.

סיבה: אין מיינע אויגן פירט ער זיך אויף די נארמאלסטע פון אלע קאנדידאטן (מער פאליטישאן געשטימט ווי מ'רופט עס), און בכלל זיין גאנצע איינדרוק איז מער פרעזעדענטשול ווי די אנדערע קאנדידאטן.

:like
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:21 pm#2910

אבאמא׳ס הנהגה איז דען נישט פרעזידענשעל?
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:22 pm#2911
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
איך רעד פון די 4 רעפובליקאנער קאנדידאטן.
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:22 pm#2912
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
אבאמא איז שוין פרעזידענט, ראמני נאך נישט.
מאנטאג מערץ 26, 2012 4:12 pm#2944
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
מיינע קאנסערוואטיוו-געשטימטע פריינט זענען בערך צעטיילט צווישן ראמני און סענטארום.

מיין מיינונג? הלוואי וואלט געווען א מעקעין-סטיל קאנדידאט פאר וועמען צו שטימען קעגן אבאמא. וויבאלד עס איז צום באדויערן נישט דא, קוקט אויס אז איך וועל לאזן אבאמא׳ן בלייבן אויף זיין בענקל.
מאנטאג מערץ 26, 2012 4:43 pm#2963
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
פאר אבאמא. סיבה: כ'בין נישט אין די גיסטע פון א איראנע קריג, כ'האלט אז מיט א רעפובליקאנע פרעזידענט אויפן בענקל איז עס גרעסערע שאנס.