Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער

נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 103 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2591
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 1:33 pm#72104
נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
גוטע עפפס פארן סמארטפאון ווערט דיסקוסירט איבעראל, וואס איז וועגן פראגראמען אויפן קאמפיוטער?

נישט קיין נפק"מ צי נייע צי א עלטערע קאמפיוטער, אינסטוליר איך די פאלגענדע פראגרעמ'ס.
אויב האט איר אייגענע גוטע זאכן, אדרבה, לייגט צו.

חלק א':

Cute PDF writer
אלע אייערע דאקומענטן קענען ווערן א PDF פייל. דער פראגראם אינסטולירט זיך אלס א פרינטער, איז אומזיסט, און האט נישט קיין עדס אדער וואטערמארקס אינעם PDF פייל.

Foxit Reader
אנשטאט Adobe PDF reader, וואס איז שטאט און פארנעמט א געוואלד ריסאורסעס, איז דער PDF ריעדער בליץ שנעל און געשמאק אויסגעשטעלט.

Ccleaner
פון Piriform, זיי האבן עטליכע נוצבארע פראגראמען פאר אומזיסט. דער פראגראם טוט אויסקליענען דזשאנק פיילס און אסאך אנדערע זאכן (בעסער ווי ווינדאוס), און אויסרייניגן דעם רעזשיסטרי, קער נעמען פון סטארט-אפ פראגראמען, און נאך.

Recuva
פון דעם זעלבן קאמפאני, א "אנ-אירעיס" טאל, אויב האסטו בטעות עפעס אויסגעמעקט, קענסטו עס צוריקברענגען.

MoffSoft Free Calculator
א קאלקיולעיטאר וואס האט אין זיך פיל מער תוכן ווי דער ווינדאוס קאלקיולעיטאר, גרעסערע אותיות און קנעפלעך, א טעיפ ביי די זייט צו זעהן און סעיוון און פרינטן אלע קאלקולאציעס.

חלק ב' בקרוב אי"ה.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:23 pm#72154
ישר כח שמעקעדיג, עס איז א געוואלדיגע הילף! מיר ווארטן אויף נאך.
זונטאג דעצעמבער 23, 2012 6:09 pm#72168
סדא שוין דא א באזינדערע פארום פאר טעכנלאגיע
דא
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:30 am#72271
די ערשטע פלעג איך אויך נוצן, אבער גוגל קראום האט עס איבערגענומען, מ'קען פרינטען צו פי די עף אן קיין שום פלאג אין.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:32 am#72272
געפילטע פיש האט געשריבן:די ערשטע פלעג איך אויך נוצן, אבער גוגל קראום האט עס איבערגענומען, מ'קען פרינטען צו פי די עף אן קיין שום פלאג אין.

וואס הייסט? ווי אזוי??
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:55 am#72278
אבער וואס טוסטו ווען דו ווילסט פרינטן עפעס אנדערש? נישט פון קראום?
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 2:25 am#72281
פון ווי? פון ווארד קען מען סעיווען עז פי די עף, חוץ מזה פעלט עס מיר נישט אויס.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 2:28 am#72282
ראשעקאל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:די ערשטע פלעג איך אויך נוצן, אבער גוגל קראום האט עס איבערגענומען, מ'קען פרינטען צו פי די עף אן קיין שום פלאג אין.

וואס הייסט? ווי אזוי??

אין די קראום פרינט מעניו איז איינער פון די אפציעס save as PDF.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:05 pm#72318
געפילטע פיש האט געשריבן:פון ווי? פון ווארד קען מען סעיווען עז פי די עף, חוץ מזה פעלט עס מיר נישט אויס.

אפי' די עלטערע ווערזשין פון ווארדס?
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:17 pm#72325
נאר פון 2007 און ווייטער (אויב געדענקט איך ריכטיג).
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:18 pm#72328
אלענפאלס, איך נוץ אנדערע פראגראמען אויך, ווי קוויקבוקס, און עס קומט מיר שטארק צוניץ.
מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 3:05 pm#72387
דו בעטסט זיך אזוי שטארק, ארלעדיגט, מסכים.
מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:47 am#73993
חלק ב'

Format Factory
עס זענען פאראן מערערע אומזיסטע ווידיאו קאנווערטארס, אבער דאס איז ממש א כרכא דכולא ביה, רוב פארמעטס ווערן סופפארטעד.
איר קענט טוישן פון א קאמפיוטער צו א טעבלעט אדער סעלפאון (אדער צוריק) סיי ווידיאו, סיי בילדער, און סיי אודיא.

LastPass
אויב זענט איר נאך פון לעצטן דור, און ביי יעדן וועבסייט שרייבט איר אריין אייער יוזער נעים און פעסווארד,
איסטולירט דעם עקסטענשן בראוזער. ארבעט אויף רוב בראוזערס. מיט איין פעסווארד און ער וועט געדענקען דאס איבריגע.
נישט נאר פון אייער אייגענעם קאמפיוטער, נאר אפילו פון א צווייטנס! איר דארפט נאר אריינלאגן אין אייער אקאונט.
פאר א דאלער פער חודש, באקומט איר אויך די אפציע אויף אייערע מאביל דעווייסעס.

TeamViewer
דאס קען זיין זייער הילפבאר אויב איר שטויסט זיך אן אין א פראבלעם און איר ווילט איינער זאל אייך ארויסהעלפן מיט "רעמאוט סופפארט".
איר באקומט א פעסווארד, און ווען איר גיט דאס פאר אייער חבר/טעכנישאן, קען ער אריינקריכן פון זיין קאמפיוטער צו אייערס, און מסדר זיין דעם פראבלעם.

Windows live photo gallery
דאס איז אייגענטליך בלויז א שטיקל פונעם גאנצן "לייוו" פעקעדזש פון מייקראסאפט (פאר אומזיסט)
אבער מען קען דאונלאודן נאר וואס איז נוצליך פאר אייך, און נישט איבערשטרענגען דעם קאמפיוטער מיט די אנדערע חלקים.
אויב איר האט נישט קיין פאטאשאפ, אדער סיי וועלכע פאטא עדיטאר פראגראם, נוצט דעם פראגראם פון מייקראסאפט!
אלע בעיסיקס פון PHOTO EDITING זענען אינקלודעד, פלאס נאך נוצליכע פונקטן, ווי מסדר זיין די בילדער, נעים טעגס, טעמו וראו כי טוב.
פארשטייט זיך אז אויך דא זענען פאראן אסאך אויסוואלן, ווי גוגל'ס פיקאסא וכדומה, אבער דאס איז סימפל און גרינג, און שטארק רעקאמענדירט.
מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 3:22 am#74005
שמעקעדיג האט געשריבן:LastPass
אויב זענט איר נאך פון לעצטן דור, און ביי יעדן וועבסייט שרייבט איר אריין אייער יוזער נעים און פעסווארד,
איסטולירט דעם עקסטענשן בראוזער. ארבעט אויף רוב בראוזערס. מיט איין פעסווארד און ער וועט געדענקען דאס איבריגע.
נישט נאר פון אייער אייגענעם קאמפיוטער, נאר אפילו פון א צווייטנס! איר דארפט נאר אריינלאגן אין אייער אקאונט.
פאר א דאלער פער חודש, באקומט איר אויך די אפציע אויף אייערע מאביל דעווייסעס.

כ'האב געמיינט אז איך בין מאדערן מיט מיינע טעכנאלאגישע פיטשעווקעס, ווער איך גאר געוואויר אז איך בין פון "לעצטן דור"... גיימיר אים פרובירן.
מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:55 am#74033
שמעקעדיג האט געשריבן:חלק ב'


LastPass
אויב זענט איר נאך פון לעצטן דור, און ביי יעדן וועבסייט שרייבט איר אריין אייער יוזער נעים און פעסווארד,
איסטולירט דעם עקסטענשן בראוזער. ארבעט אויף רוב בראוזערס. מיט איין פעסווארד און ער וועט געדענקען דאס איבריגע.
נישט נאר פון אייער אייגענעם קאמפיוטער, נאר אפילו פון א צווייטנס! איר דארפט נאר אריינלאגן אין אייער אקאונט.
פאר א דאלער פער חודש, באקומט איר אויך די אפציע אויף אייערע מאביל דעווייסעס.

I use Robo Form, its a very friendly App., paid for it once (if i recall it was $12.95).
דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:31 pm#74369
חלק ג'.

YouTube Downloader
צו דאונלאודן יוטוב קליפס איז נישט גרינג, בפרט אז רוב וועלכע טוען שוין יא לאזן עס אלס א FLV פארמעט וואס רוב פלעיערס ליינען נישט.
דער דאונלאודער פארלאנגסטו וועלכע קוואליטי און פארמעט דו ווילסט, לייגסט אריין דעם URL לינק, און געגאנגען.

Real Player
א גוטע אלטערנאטיוו פארן פריערדיגן, ריעל פלעיער קען דאונלאודן יוטוב בנוסף צו פארשידענע אנדערע ווידעאוס.
אויך טוט עס קאנווערטן צו פארשידענע פארמעטס, כנ"ל.
ריעל איז באמת פיל מער פון דעם, ווי א מוזיק/ווידעאו פלעיער (א קאמפעטישאן פאר ווינדאוס מידיא פלעיער)
פאר אפאר דאלער מער (א פופציגער), באקומט מען דעם PRO ווערזשאן, וואס לייגט צו עטליכע קלייניגקייטן, און טוט היבש פארשנעלערן דעם דאונלאוד און קאנווערט ספיד.

(עס זענען אויך פאראן פארשידענע עקסטענשאנ'ס אינעם בראוזער פאר דעם צוועק, וואס מיר וועלן קאווערן א אנדערס מאל בעז"ה.)

Google Talk
ווער נוצט דען נישט גוגל טאלק?
אבער ס'רוב נוצן עס פונעם אימעיל וועבסייט. אויב איז מען נישט אנליין, אדער אריינגעסיינט אינעם אקאונט, באקומט איר נישט קיין מעסעדזשעס, און יעדער זעהט אייך אלס "נישט אוועילעבל".
פארוואס נישט דאונלאודן א קליינע עפפ וואס זיצט אייך אין די זייט שטילערהייט, און גיט אייך פארשידענע אפציעס, ווי טוישן די אויסשטעל, אותיות, צו אייער סטייל?
ווען איר האט דעם פראגראם אינסטולירט, דארפט איר נישט זיין קאנעקטעד צו קיין שום וועב פעידזש. (עס פאדערט אבער א אינטערנעט קאנעקשאן, כמובן).
און בנוסף צו דעם, קען מען דורכשיקן פיילס פון איין אקאונט צום צווייטן.
הגה: שוין אפדעיטעד צו "הענגאוטס"!

Stickies
פשוטו כמשמעו. סטיקיס איז אנשטאט האבן סטיקי-נאוטס צעווארפן איבער דיין גאנצן טישל מיט מעמוארן, איז דער פראגראם די זעלבע זאך אויפן דעסקטאפ, שיין מסודר.
ווינדאוס 7 האט באמת א אייגענע אריינגעבויעטע פראגראם דערפאר, אבער דאס האט פיל מער אפציעס, און ארבעט אויך אויף פריערדיגע ווערזשאנס פון ווינדאוס.
מאנטאג יאנואר 07, 2013 3:10 pm#78266
Free Studio
עס האט אין זיך גאר אסאך פראגראמ'ס, און עס קען זייער גוט צוניץ קומען, און עס איז 100% free

א חלק פון די פראגראמ'ס:
youtube דאונלאדער
audio קאנווערטער צו אלע פארמאט'ס
CD/DVD קריעטער
קאנווערטער צו אלע מיני פאונ'ס
קאנווערטער צו אלע עפל דיווייסעס
ארויסנעמען נאר די audio פון א ווידיא
אסאך אימעזש פראגראמ'ס
און נאך אסאך.

עס ארבעט גרינג און שנעל און עס נעמט נישט אויף קיין סאך פלאץ.

ניץ עס געזונטערהייט!
מאנטאג יאנואר 07, 2013 5:04 pm#78320
audacity
א ניצליכע FREE פראגראם צו עדיטען AUDIO מאכן טרעקס, צוזאמשטעלן טרעקס, העכער מאכן, שטילער מאכן, ארויסקאטן שטיקלעך, און נאך אסאך.
ניצט עס געזינטערהייט!
מאנטאג יאנואר 07, 2013 8:09 pm#78383
דאנקע שמעקעדיג פאר די נוצליכע פראגראמען לינקס.
הגם רוב דערפון האב איך שוין גענוצט, איז אבער אין ביהמ"ד בלא חידוש.
אזוי אויך האב איך נישט צופיל מער פראגרעמס אינסטאללד, סאו גלייב איך אז די ווייטערדיגע וואס/אויב דו וועסט ברענגן וועט שוין זעכער זיין ערנסטע חידושים...
קיפ איט אפ, יישר כח.

יישר כח ברעסלאוו'ער.
דינסטאג יאנואר 08, 2013 12:57 am#78481
Tera copy איז א פראגרעם צו קאפיען שנעל א זאך, עס גייט אוטומאטיש אנשטאט די ווינדאויס קאפי פראגרעם וואס קומט מיט א יעדע קאמפיוטער טוט דאס די דזאב, דאס איז די בחינם׳דיגע, מארגן וועל איך זיין ביים קאמפיוטער וועל איך ארויף לייגן די סעריעל קעי בלע״ז
מיטוואך יאנואר 09, 2013 5:08 pm#78813
עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות אז מען הייבט אן צו טייפן, און נאך א מינוט געבט מען זיך א כאפ אז דער קאמפיוטער איז אויף ענגליש, און מען דארף אלעס איבערשרייבן
איך האב געהערט אז עס איז דא פראגראם וואס קען עס צוריק טוישן אויף אידיש
ווער עס ווייסט פון אזא זאך, ווערט געבעטן מזכה צו זיין דעם ציבור
מיטוואך יאנואר 09, 2013 6:25 pm#78822
מיטוואך יאנואר 09, 2013 6:32 pm#78823
ש'כח הרב מומחה
ס'ארבעט געוואלדיג
מיטוואך יאנואר 09, 2013 6:41 pm#78824
ברסלבער האט געשריבן:עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות אז מען הייבט אן צו טייפן, און נאך א מינוט געבט מען זיך א כאפ אז דער קאמפיוטער איז אויף ענגליש, און מען דארף אלעס איבערשרייבן
איך האב געהערט אז עס איז דא פראגראם וואס קען עס צוריק טוישן אויף אידיש
ווער עס ווייסט פון אזא זאך, ווערט געבעטן מזכה צו זיין דעם ציבור


כםר אישא ןצ ודןמע ש פרםערשצ בשךךקג עםםעךק
מיטוואך יאנואר 09, 2013 6:44 pm#78825
איך האב געהאט אן אנדערן (ענליכן) פראבלעם,
אפט מאל צינדט זיך אן CAPS LOCK בטעות, און אנשטאט שרייבן אידיש, קומט אלעס ארויף אויף ענגלישע קעפיטעל לעטערס, און מען כאפט זיך שוין צו שפעט, נאכן אפטייפן אפאר שורות.
איך פלעג משוגע ווערן פון דעם יעדן צווייטן טאג...

כ'האב געטראפן ערגעץ אן עצה, אז מען קען אנשטעלן אין קאנטראל פענעל, ביי Ease of Access Center, אז יעדן מאל מען צינדט אן אדער לעשט אויס קעפס-לאק (אדער נאמ-לאק) גיט דער קאמפיוטער א פייף.
(Choose make keyboard easier to use, and turn on TOGGLE KEYS)
דאס העלפט מיר וואונדערבאר!
מאנטאג יוני 10, 2013 4:56 pm#123725
דא האט איר א פרייע פראגראם צו קאנווערטן כמעט אלע סארטן פארמעטס בילדער, אודיאו און ווידעאו, מיט א קראפער, און נאך גוטע טריקס.
מאנטאג יוני 10, 2013 8:27 pm#123775
איך זוך אידישע fonts פאר word בחינם, ווייסט אפשר איינער ווי מ׳קען דאונלאודען? יישר כח למפרע
מאנטאג יוני 10, 2013 9:06 pm#123792
copy
קאפי איז א נייע סערוויס אזוי ווי דראפ באקס.

סיין דיך אויף דורך די לינק און באקום 20 גיג בחנם

m https://copy.com?r=dmPtoJ m
פרייטאג יולי 05, 2013 4:51 pm#131080
paint.net איז א פשוט'ער גרעפיקס סאפטווארע.
זונטאג דעצעמבער 15, 2013 1:51 pm#168086
האט איר פריוואטע פיילס און איר ווילט נישט אז אנדערע זאלן עס קענען זעהן?

Easy File Locker 1.0

Easy File Locker is a light-weight and easy-to-use file lock software product for Windows
It can protect your private files and folders
With its great protection, users will not be able to open, read, modify, delete, move, copy the locked files/folders, or even not be able to see it
The hidden files/folders will be totally invisible to all users and to any program


http://www.xoslab.com/download/EFL1.0_Setup.exe
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:41 am#168289
Here is another program that hides files from prying eyes.
http://www.truecrypt.org/
This program is a little more sophisticated than the one shmeky brought, this encrypts the files, which means that the files are basically non-existent untill you put in the correct password.

The FBI tried for 12 months to crack files that were encrypted using this program,
but were unsuccessful, so you can rest assured that no one will be snooping around in your private files.
דינסטאג יאנואר 06, 2015 4:21 pm#246330
איר האט ענדליך געקויפט דעם נייעם קאמפיוטער. איר ווילט אינסטולירן די אלע גוטע אומזיסטע פראגראמען. אבער איר ווייסט אז עס גייט געדויערן צייט. און איר וועט מעניועלי מוזן סעלעקטן ביי יעדע פראגראם באזונדער אז די אלע "אומזיסטע" טולבארס און סערטש ענדזשינ'ס זאל זיך נישט אינסטולירן. און איר וועט כסדר דארפן ריסטארטן. און נאך חבלי לידה וואס קומט מיט ביי יעדן נייע קאמפיוטער...

דער ענטפער צו אלע פראבלעמען איז NINITE.
גייט צו דעם סייט, סעלעקט אלע פראגראמען וואס דו ווילסט האבן, און ביסט פארטיג אונטער א מינוט! ער וועט שוין טון דאס איבריגע אין די בעקגראונד. ער וועט איגנארירן די אלע ריסטארט רעקוועסטס, זאגן ניין פאר די אלע חזיר'יי וואס דו ווילסט נישט האבן...
ריכטיג "מלאכתן נעשית ע"י אחרים".

m https://ninite.com m
מאנטאג אפריל 20, 2015 2:26 pm#267793
א גוטע פראגראם צו עדיטן בילדער אויפן קאמפיוטער, ווייסט איינער?
מאנטאג אפריל 20, 2015 2:41 pm#267804
Re: נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
Adobe photoshop
מאנטאג אפריל 20, 2015 2:52 pm#267809
א דאנק. איך זוך אבער פאר אומזיסט, און גרינג צו ארבעטן דערמיט.
מאנטאג אפריל 20, 2015 3:21 pm#267822
Re: נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
m http://www.creativebloq.com/photoshop/a ... es-1131641 m

די ערשטע פיר זענען בחינם. Gimp דארף צו זיין זייער ענליך צו פאטאשאפ און ס'איז אפען סורס.

m http://www.gimp.org/downloads/ m
מאנטאג אפריל 20, 2015 3:34 pm#267835
יישר כח. אינצווישן האב איך געטראפן fotor וואס זעט אויס צו זיין זייער סימפל און גוט.
m https://youtu.be/0EC1c-WM98E m
מאנטאג אפריל 20, 2015 6:06 pm#267880
Re: נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
אויך איז דא pixlr וואס זעהט אויס ממש ווי פאטאשאפ און איז אנליין. וואס מיינט אז מ'דארף עס נישט אינסטאללען. ס'ארבעט אינע'ם בראוזער.

עדיט:כ'זעה יעצט אז fotor איז אויך אינע'ם בראוזער אבער ס'איז זייער זייער סימפלעפייד.
זונטאג אפריל 26, 2015 12:44 am#269585
איך זיך א פראגראם צי קענען עפענען אלע מיני פיילס word doc doxs וכו' בחינם, איך האלט נישט ביים צאלן פאר מיקראסאפט אפיס,

אויך זיך עפעס א איידיע צי קענען שרייבן נאוטס בשעת מען לייענט עפעס, אן דארפן עפענען א אנדערע סקרין,
זונטאג אפריל 26, 2015 1:20 am#269599
מיטוואך מאי 06, 2015 3:47 pm#272955
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:43 am#307572
איך זוך א פראגראם צו קענען צוזאמשטעלן PDF פיילס. ישר כח.
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 12:54 am#307577
וואס מיינסטו צוזאמשטעלן?
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 1:36 am#307590
Re: נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
צווויי עקסטערע פיילס מאכן פאר איינס, עס זאל זיך לייענען ווי איין קובץ,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:19 am#307599
Re: נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
מיינס א ידיד האט גאר אסאך פיילס געשריבן אויף א פראגרעם וואס ארבעט אויף DOS, ווייסט איינער פון א גוטע פראגרעם עס צו קאנווערטען צו מייקראסאפט ווארד?
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 9:49 am#307625
ATUB @גראדעמעכעלע ATUB קענסט נוצן דאס קרעדיט: ATUB @תחכמוני ATUB פון דא
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 9:50 am#307626
Re: נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
איינער ווייסט פון א קאוד קאנווערטער פראגרעם?
מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 11:16 am#307638
Re: נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
איז דא א דעוועלאפערס ווינקל דא אויף ק"ש ?
מוצ"ש נאוועמבער 07, 2015 10:27 pm#308077
Re: נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
א גיטע פארגראם צו עדיטן ווידיאס אויף א סעמסאנג דעווייס, ווייסט איינער?

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 10:43 am#308301
גראדעמעכעלע האט געשריבן:צווויי עקסטערע פיילס מאכן פאר איינס, עס זאל זיך לייענען ווי איין קובץ,

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk

אדאובי עקראבעט פראפעשענעל