Under maintenance
הויפט זייט » בשורה טובה! די לייק קנעפל

בשורה טובה! די לייק קנעפל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #260
מאנטאג מערץ 26, 2012 11:15 am#2843
בשורה טובה! די לייק קנעפל
מיט פרייד טוען מיר פרעזענטירן פאר אונזערע חשוב'ע מעמבערס דעם נייעם פיטשור וואס מיר האבן צוגעלייגט צו "קאווע שטיבל", און דאס איז דער "לייק"-קנעפל.

דער לייק קנעפל ערמעגליכט גרינגערהייט צו באדאנקען די שרייבער פון יעדער הודעה פון וועלכער איר האט הנאה. עס וועט העלפן מחזק זיין שרייבער צוצושטעלן וואס דעם עולם געפעלט, והעולה על זה, אונטער דעם נאמען פון יעדן שרייבער ערשיינט דעם צאל "לייקס" וואס ער האט שוין באקומען – וועט דאס געבן די ריכטיגע אנערקענונג פאר די שרייבער וועלכע שטרענגען זיך אן צו שרייבן הודעות פון הויכן קוואליטעט צו אלעמענ'ס הנאה.

יעדע מאל ווען איר זעט א הודעה וועלכע איר גלייכט, סיי צי איר ווילן שרייבן א רעאקציע מיט דאנק-ווערטער און סיי אויב איר האט נישט קיין געדולד צו רעאגירן מיט דברי חיזוק והערכה צום שרייבער פון דער הודעה, גיט א דרוק דעם קליינעם קנעפל. מיר האבן צוגעלייגט דעם קנעפל צו יעדער הודעה, אויף דער רעכטער זייט פון דעם "ציטוט" קנעפל געפינט זיך. דער סימבאל פון דעם קנעפל קוקט אויס אזוי:

thumbsup symbol.png
thumbsup symbol.png (4.73 KiB) געזען געווארן 4297 מאל


וואס געשעט ווען איר דרוקט דעם קנעפל?

צו ערשט ערשיינט אונטער דער הודעה וועלכע איר האט געלייקט דעם נומער וויפיל לייקס די הודעה האט באקומען, ווער עס האט די לייקס געגעבן, און וואס די הודעה'ס ראנג איז צווישן אלע הודעות וועלכע זענען געלייקט געווארן.

ratings.png
ratings.png (6.52 KiB) געזען געווארן 4290 מאל


דער סיסטעם פון די ראנגען ארבעט ווי פאלגנד: דער סיסטעם נעמט די הודעה מיט די מערסטע לייקס, און לויט דעם מעסט עס אפ די שטארקייט פון א לייק. דהיינו, אויב איז די מערסטע לייקס וואס א הודעה האט אין "קאווע שטיבל" צען לייקס, וועט איין לייק זיין ווערט 10% (איין שטערנדל). און דערנאך וועלן אנדערע הודעות געמאסטן ווערן לויט דעם. צום ביישפיל אויב אן אנדערע הודעה פארמאגט פיר לייקס, וועט עס האבן פיר שטערנדלעך. מאמענטאל האט די הודעה מיט די מערסטע לייקס פיר לייקס, און דערפאר וועט יעדע איינציגע לייק זיין ווערט 25% פראצענט פון די לייק ראנג, און א הודעה וועלכע פארמאגט דריי לייקס וועט פארמאגן 75% אין די ראנגען.

נאך פיטשורס: אויבן (דארט ווי עס איז דא די לינקס ארויסצושרייבן, אפט-געפרעגטע שאלות, און באנוצער ליסט) וועט איר אויך זען צוויי נייע לינקס, "לייקס ליסטע" – א ליסטע פון וויפיל לייקס יעדער גיט און באקומט, און "לייקס ראנגען", דאס איז די איינצעלנע הודעות וועלכע האבן באקומען די מערסטע לייקס.

links.png
links.png (5.23 KiB) געזען געווארן 4297 מאל


אויך ביי דער זייט פון יעדער הודעה (דארט וואו עס שטייט ווער עס האט געשריבן די הודעה) ערשיינט דער נומער וויפיל לייקס דער באנוצער האט שוין געגעבן און באקומען. אזוי אויך, ווען איר קוקט אין א באנוצער'ס פראפיל, וועט איר זען פון אונטען דעם זעלבן נומער – וויפיל לייקס יענער האט געגעבן און באקומען. דארט קענט איר קליקן און זען א ליסטע ווער ס'האט געגעבן פאר דעם באנוצער לייקס, מיט לינקס צו איטליכער הודעה.

likes given and gotten.png
likes given and gotten.png (27.82 KiB) געזען געווארן 4297 מאל


אין באנוצערס קאנטראל פאנעל קען מען אנשטעלן מ'זאל באקומען אן אישית אדער אן אימעיל ווען איינער לייקט אייער תגובה. גייט צו באנוצערס קאנטראל פאנעל, קליקט אויף די "העדפות מערכת" טעב, און די פערטע און פיפטע אפשענס זענען פאר אישית און פאר אימעיל.

א הויפט מעלה פון דעם לייק-סיסטעם איז אז עס וועט האפנטליך פארמערן א קנאת סופרים – אנשטאט ס'זאל זיין א געיעג איבער ווער עס קען שרייבן די "מערסטע" הודעות, וועט ענדערש זיין דער פאקוס אויף וועמענס הודעות זענען די מערסטע באליבט און "געלייקט". דאס וועט אויך געבן פאר די שרייבער א שטארקן איינבליק איבער וואס די לייענער געפעלט דאס מערסטע.

מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן, און ווי אלעמאל, זענען מיר גרייט צו הערן די ציבור'ס קריטיק, קאמפלימענטן און קאמענטארן.
מאנטאג מערץ 26, 2012 11:50 am#2852
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
הארציגן יישר כח פאר די לייק אפציע בכלל, און פאר די אלע וואס האבן מיר געהאלפן באקומען דעם לייק קנעפל בפרט (פאר די רעקארד: איך האב עס נישט געהאט אנהייב, ביזן דעליטן די קיכעלעך פונעם סייט).
מאנטאג מערץ 26, 2012 11:56 am#2854
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
א גרויסן יישר כח פאר דעם נייעם באדינונג. ס'האט א סך פאטענציאל.
איך וואלט פארגעשלאגן אז אויב מעגליך זאל מען אראפנעמען די נעמען פון אונטער די געלייקטע הודעות. איך מיין אז עס פילט אן דעם פעידזש צו פיל.
מאנטאג מערץ 26, 2012 11:57 am#2855
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
ס'איז גראדע נישט שלעכט אז ס'שטייט, אבער אויב מעגליך מיט אביסל א קלענערע סייז פאנט ווי די רעגולע הודעה.
מאנטאג מערץ 26, 2012 11:58 am#2856
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
יאנקל האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר דעם נייעם באדינונג. ס'האט א סך פאטענציאל.
איך וואלט פארגעשלאגן אז אויב מעגליך זאל מען אראפנעמען די נעמען פון אונטער די געלייקטע הודעות. איך מיין אז עס פילט אן דעם פעידזש צו פיל.

בכלל נישט. וואס האב איך פון געבן א לייק, ווען דער מקבל פונעם לייק ווייסט ניטאמאל ווער ס'האט אים עס געגעבן?
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:02 pm#2860
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
זעהט אויס אז יאנקל האט בעסער ליב צו באקומען בדרך כבוד, מתן בסתר.
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:03 pm#2861
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
אפשר זאל זיין א אפשען צו לייקענען בעילום שם.
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:04 pm#2862
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
ס'איז א בושה צו געבן א לייק? פארוואס פארהוילן די נאמען?
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:05 pm#2863
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
שמואל הלוי האט געשריבן:זעהט אויס אז יאנקל האט בעסער ליב צו באקומען בדרך כבוד, מתן בסתר.

כא כא - דו מיינסט אודאי "קבלה בסתר"... מתן בסתר איז וואס געפילטע רעדט פון...
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:07 pm#2864
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
ווען דו באקומסט א מתנה, שרייבסטו איך האב באקומען א קבלה?

די זעלבע דא

---
אריין אין שפראך אשכול...
מאנטאג מערץ 26, 2012 12:49 pm#2874
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
:like געוואלדיגער אויפטו! יעצט א דיסלייק קנעפל...
מאנטאג מערץ 26, 2012 1:24 pm#2881
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
כאטש איך האב עס נאכנישט (ווייל די צייט ערלויבט נישט אצינד צו זיין פארנומען מיטן מעקן קיכעלעך) באגריס איך די הנהלה פאר דעם געשמאקן אפציע.

נאר איך וואלט געקענט באשטיין אז מען זאל עס געבן עפעס א יודישן נאמען, (פונקטליך וואס וועט מען לאזן פאר קארל צו באשלוסן) און מען זאל ביטע מאכן אן אנקעטע וועגן א "דיסלייק" קנעפל.

איך פערזענליך שטיץ עס, אבער מיין מיינונג איז אז מען טאר אזא זאך נישט איינפירן נאר ברוב דיעות.
מאנטאג מערץ 26, 2012 1:32 pm#2884
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
א דיסלייק קנעפל איז שוין אויך דא און דאס איז די "באריכט קנעפל".

אויב עפעס געפעלט נישט אין א תגובה איז עס געווענדליך ווייל ס'טויג נישט, און דאן איז די עצה צו באריכטן פאר די הנהלה דורך די "באריכט קנעפל".
מאנטאג מערץ 26, 2012 1:38 pm#2885
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
שרייבסטו קעגן רבנים - א ריזיגע קוואנטום לייקס
ביסטו פאר רבנים - קיין לייק פאר קיין מכה

יעצט דיסלייק מיין תגובה..
מאנטאג מערץ 26, 2012 1:40 pm#2887
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
שמואל הלוי האט געשריבן:א דיסלייק קנעפל איז שוין אויך דא און דאס איז די "באריכט קנעפל".

אויב עפעס געפעלט נישט אין א תגובה איז עס געווענדליך ווייל ס'טויג נישט, און דאן איז די עצה צו באריכטן פאר די הנהלה דורך די "באריכט קנעפל".

או דילמא, א תגובה וואס באקומט נישט קיין לייק, איז אויטאמאטיש א דיסלייק, ממילא פעלט נישט אויס א עקסטערע דיסלייק קנעפל, ודו"ק כי נכון הוא.
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:29 pm#2896
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
ס'איז נישט ממש אזוי, ווייל טאמער דריי חברה לייקן וועסטו דאך נישט זעהן אז צוויי אנדערע דיסאגריען, און ווייטער נישט יעדע הודעה וואס מ'דיסלייקט דארף מען באריכטן פאר די הנהלה
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:53 pm#2900
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
איך זוך איינער וואס זאל מאכן מיט מיר א דיעל להלכה ולא למעשה, ס'הייסט איך וועל לייקן אלע זיינע הודעות און ער וועט לייקן מיינע,
קיינע פראגן געפרעגט! ביטע זיך פארבינדען ווי אמשנעלסטן אויף עווערגרין גדעון.
מאנטאג מערץ 26, 2012 2:59 pm#2901
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
איך בין מסכים מיט שמואל הלוי קעגן א "דיסלייק" קנעפל.
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:37 pm#2915
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
א מורא'דיגער געדאנק.
אפשר אין א אידישן פארום וואלט נישט געדארפט זיין "לייק", נאר עפעס אנדערש, א שטייגער ווי: ליב, געפעלן (געפאָלן, געפעלט), פיין, גוט, שיין, געגליכן, ליבליך, אדער עפעס אנדערש וואס רוב "לייקן".
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:50 pm#2922
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
שרגא האט געשריבן:א מורא'דיגער געדאנק.
אפשר אין א אידישן פארום וואלט נישט געדארפט זיין "לייק", נאר עפעס אנדערש, א שטייגער ווי: ליב, געפעלן (געפאָלן, געפעלט), פיין, גוט, שיין, געגליכן, ליבליך, אדער עפעס אנדערש וואס רוב "לייקן".

איך האב אויך געטראכט אזוי, אבער ס'דא נישטא קיין פאסיג ווארט דערפאר. ליב? דאנק?
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:52 pm#2924
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
שרגא האט געשריבן:א מורא'דיגער געדאנק.
אפשר אין א אידישן פארום וואלט נישט געדארפט זיין "לייק", נאר עפעס אנדערש, א שטייגער ווי: ליב, געפעלן (געפאָלן, געפעלט), פיין, גוט, שיין, געגליכן, ליבליך, אדער עפעס אנדערש וואס רוב "לייקן".

איך מיין אז אין עברית רופט מען עס אויך ׳לייקים׳, איז נישט געפערליך אז מיר אדאפטירן עס פאר אידיש.
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:56 pm#2927
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
"די פאלגענדע באנוצער האבן זיך באדאנקט פאר די תגובה". שלעכט?

אדער קען מען נוצן א "וואז העלפּפול" (געווען הילפבאר?) קנעפל.
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:58 pm#2928
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
קרעמער1 האט געשריבן:"די פאלגענדע באנוצער האבן זיך באדאנקט פאר די תגובה". שלעכט?

אדער קען מען נוצן א "וואז העלפּפול" (געווען הילפבאר?) קנעפל.

און וויאזוי שרייבט מען "האט געלייקט" "באקומען לייקס" "לייק ליסטע"?
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:58 pm#2929
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
איך קען נישט 'לייק'ענען, איך 'לייק' זייער די 'לייק' קנעפעל איידיע.
מאנטאג מערץ 26, 2012 3:59 pm#2930
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
יידל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:א מורא'דיגער געדאנק.
אפשר אין א אידישן פארום וואלט נישט געדארפט זיין "לייק", נאר עפעס אנדערש, א שטייגער ווי: ליב, געפעלן (געפאָלן, געפעלט), פיין, גוט, שיין, געגליכן, ליבליך, אדער עפעס אנדערש וואס רוב "לייקן".

איך האב אויך געטראכט אזוי, אבער ס'דא נישטא קיין פאסיג ווארט דערפאר. ליב? דאנק?


ליב איז טראנסלירט אבער קלינגט עפעס נישט די בעסטע אין אידיש אין דעם פאל. אויף וויפיל איך קלער יעצט מיין איך אז "פיין!" וואלט געווען די מערסטע פאסיג.
דער ערשטער וואס האט געזען "לייק" האט אויך אפשר געקרימט. מען דארף זיך צוגעוואוינען.
מיטוואך מערץ 28, 2012 3:34 pm#3310
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
קופערניקוס האט געשריבן:איך נוץ גוגל כראם, ווי מעק איך זייערע גלוסקא יפה?

chrome://settings/clearBrowserData
מיטוואך מערץ 28, 2012 3:38 pm#3311
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
אה! איך זעה אז דו ביסט שוין א געהאלפענער ב"ה.
מיטוואך מערץ 28, 2012 3:40 pm#3312
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
און כדי להגדיל הלייק ולהאדירה, און אלס הכרת הטוב פארן מיר ארויסהעלפן וועל איך דיר נאך, אזוי מעשה גביר, אהינווארפן אפאר טיפס. :like :D :) :( ;) :o :shock: :? :twisted: :evil: :cry: :oops: :P :x :lol: 8-) :geek: :mrgreen: :| :arrow: :idea: :idea: :?: :!: :roll: :ugeek: :like :like :like :D :D
מיטוואך מערץ 28, 2012 5:23 pm#3344
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
א גרויסן יישר כוח פאר די נייע פיטשער!!
מיטוואך מערץ 28, 2012 5:53 pm#3350
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
שמואל הלוי האט געשריבן:ר' שרגא האסט פרובירט צו פארמעקן די קעש פון די בראוזער?

איך האב אויך געהאט די פראבלעם ביזן פארמעקן.

אה, געטאן און עס ארבעט טאקע! א דאנק אייך. לייק.
מאנטאג אפריל 02, 2012 10:22 pm#3842
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
פארוואס ווען מען לייקט מוז עס אוועקפארן צו א צווייטע זאך און מיך זאגן אז איך האב געלייקט? פארוואס קען עס נישט געשן אין די בעגרעינד?
מאנטאג אפריל 02, 2012 11:05 pm#3847
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
הניק שלי האט געשריבן:פארוואס ווען מען לייקט מוז עס אוועקפארן צו א צווייטע זאך און מיך זאגן אז איך האב געלייקט? פארוואס קען עס נישט געשן אין די בעגרעינד?

איך האב דערווייל ערפילט אייער בקשה.
דינסטאג אפריל 03, 2012 11:11 am#3887
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
Java האט געשריבן:
הניק שלי האט געשריבן:פארוואס ווען מען לייקט מוז עס אוועקפארן צו א צווייטע זאך און מיך זאגן אז איך האב געלייקט? פארוואס קען עס נישט געשן אין די בעגרעינד?

איך האב דערווייל ערפילט אייער בקשה.

איך מיין אז די הנהלה זאל שוין צוריק צוען דערפון ווייל טאקע הרב הניק שלי בכבודו ובעצמו לויפט ארום און לייקט סתם אבי הודעות און דער וועלט אריין (אזוי ווי איר קענט באשיינפערליך זען אין די "באגריסונגען אשכול"). די רידיירעקט פעידזש האט אים סתם אפגעהאלטן פון זיין גראפיטי קאמפיין, דערפאר איז ער געקומען ווי א מה יפית'ניק בעטן די הנהלה דאס צו מבטל זיין. ווען איך בין ווען די הנהלה בין איך מקיים דעם ואף אתה הקהה את שיניו און איך קאפע ארויס הרב הניק שלי.
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:17 pm#3896
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
לייק!
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:19 pm#3897
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
פארוואס האבך נאךניש באקומען קיין לייקס?
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:24 pm#3898
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
פארוואס איז נישטא קיין באטען צו קענען לייקן אלע תגובות אויף אמאל? איך האב ליב אלעס דא אין די היימישע קאווע שטיבל פון אייוועלט דאט קאם איבערדעם וויך איך אלעס לייקן!!!
דינסטאג אפריל 03, 2012 12:26 pm#3899
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
באלד גיי איך זעהן אויב ממעקט און מצענזירט דא

דעס האב איך באקומן פון JAVA אין PM נעכטן

איך האב ערפילט אייער בקשה אבער איך האב געשריבן "דערווייל", ווייל אויב עס וועט זיך ארויסשטעלן אז איר האט עס געבעטן ווייל איר ווילט ארום לויפן און לייקן רעכטס און לינקס אזוי א א לייק זאל פארלירן איר ווערט, וועלן מיר עס מוזן צוריקטוישן, אדער זיין געצווינגען אוועקצונעמען אייערע לייק רעכטען.
מאנטאג אפריל 23, 2012 12:52 am#6728
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
חברה, איינער עפעס א ניק פון אפאר טאג אלט האט געבעטן א לייק קנעפל. די גבאים האבן געארבייט שווער און... יאללא, הנה, אט איז די לייק קנעפל. די ערשטע פאר טעג, דער עולם לייקט אין גרויסן יעדע נארישע תגובה'לה. ס'גייט דורך א וואך... און צוביסלעך צוביסלעך הערט דער עולם אויף צו לייקן... טייערע פריינט, טוטס א טובה! איר קענט מקיים זיין מצוות חסד במלוא מובן המילה! איר האט הנאה געהאט? נו שטרענגט אייך אן א קליין ביסל און געטס א קליינע קוועטש מיטן מויזל אויף'ן טאמבס אפ!! דא l viewtopic.php?f=10&p=6715#p6715 l האט ר' משה געציל געשריבן אן אייזערנעם הודעה, ס'קומט זיך אים לכה"פ צען לייקס!! נו, וואס שלאפט מען? וויפיל קאסט דען א לייק?
מאנטאג אפריל 23, 2012 9:43 pm#6933
Re: בשורה טובה! די לייק קנעפל
איך קוק מיך אים און זע אז סע דא אידן וואס קוןעטשן ארויס א לייק גרינגערההיט, און אנדערע וואס זייער בייטל איז אנגעפילט מיט לייקס אן קיין שיעור און פון אלע קאלירן, האב איך ביי מיר אפגעמאכט אז א ניק וואס קארגט מיט געבן לייקס פאר אנדערע איס נישט ווערד צו באקומען א לייק פון מיר.

און מיט די קבלה טובה וועלן מיר ווייטער אנגיין

און איך מיין ניש מיר, איך פארנעם אודאי א לייק דא און דארט, באט איך קוק אויפן קנעפל ״וויפיל לייקס געגעבן״
זונטאג מאי 13, 2012 11:16 pm#11767
איך זעה יעצטערט אז ס'איז דא אזא זאך ווי די ליי"ק.... איך וויל דאס נישט האבען!!!!
איך וויל דא בעטען די וואס פירן דא אהן אז מ'זאל עס אוועקנעמען פין מיר. איך וויל נישט אז מ'זאל מיך קענען געבן די זאכן!! ווייל איך וויל מיט דעם אויסדריקען אז ביי אונז דארף מען נישט ליב האבן וואס אונז טוען!! און וואס מיר זאגען!!
זונטאג מאי 13, 2012 11:18 pm#11769
נטורי קרתא עסקן האט געשריבן:איך זעה יעצטערט אז ס'איז דא אזא זאך ווי די ליי"ק.... איך וויל דאס נישט האבען!!!!
איך וויל דא בעטען די וואס פירן דא אהן אז מ'זאל עס אוועקנעמען פין מיר. איך וויל נישט אז מ'זאל מיך קענען געבן די זאכן!! ווייל איך וויל מיט דעם אויסדריקען אז ביי אונז דארף מען נישט ליב האבן וואס אונז טוען!! און וואס מיר זאגען!!

אין אמת'ן אריין זאגסטו גוט :גוווט: אבער איך מיין אז די הנהלה גייט דיך זאגן ביי :ביי האסט מיך געמאכט :לאךהויך: אבער די ענטפער צו דיין בקשה איז :ניין:
זונטאג מאי 13, 2012 11:20 pm#11770
כדי בזיון וקצף האבעכעם געלייקט!!
דינסטאג מאי 29, 2012 1:11 pm#14944
אינטרעסאנטע בייפאל. ערשטע אידישע סייט צו האבן די like button. געוואלדיג!
זונטאג יוני 03, 2012 1:54 pm#15643
charvonu האט געשריבן:אינטרעסאנטע בייפאל. ערשטע אידישע סייט צו האבן די like button. געוואלדיג!

מיינסט אוודאי ערשטע אידיש רעדענדע סייט.
פרוג איז אויך א אידישע סייט, און עס האט שוין די לייק אפציע עטליכע יאר.
זונטאג יוני 03, 2012 3:57 pm#15682
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
charvonu האט געשריבן:אינטרעסאנטע בייפאל. ערשטע אידישע סייט צו האבן די like button. געוואלדיג!

מיינסט אוודאי ערשטע אידיש רעדענדע סייט.
פרוג איז אויך א אידישע סייט, און עס האט שוין די לייק אפציע עטליכע יאר.

פעיסבוק איז אויך א אידישע סייט, מרדכי צוקערבארג איז אויך א איד.
זונטאג יוני 03, 2012 5:50 pm#15728
אויב שטעלסטו צו פעיסבוק צו פרוג קען איך דיר נישט העלפן.

פרוג איז די סייט בה"א הידוע, פאר אלע ישראלים גראפיקער וכדומה. עס איז א ריין אידישע סייט, אזש ביזן ווערן פארמאכט מכניסת השבת עד צאתו לויטן ארץ ישראל'דיגן זייגער
זונטאג יוני 03, 2012 6:35 pm#15761
ך' סתם געהאקט, מעסארי.
זונטאג יוני 03, 2012 6:55 pm#15767
קיינמאל פריער געהערט פון פרוג. שעכוח משולם!
מיטוואך אוגוסט 01, 2012 6:15 pm#30893
איך בין בשיטה קעגן דעם לייק קנעפעל,

איך האלט אז אויב מען איז צופרידען פון א א ארטיקעל/תגובה, זאל מען נעמען די מי און שרייבען א ייש"כ עס איז מענטשליך און עס העלפט זייער שטארק צי א דיסקאשען, דאס אז מען גיט נאר לייקס מאכט אז גאנצטע אשכולות שטארבען א פריצייטיגע טויט בשעת עס פעלט נאך אסאך חומר דערפון, דורוך שרייבען און ענטפערען קימט צו א געוואלד מיט אינהאלטסרייכע תגובות,

דאס געבען א לייק איז א פוילקייט,
מיטוואך אוגוסט 01, 2012 6:19 pm#30895
פריינדליך האט געשריבן:איך בין בשיטה קעגן דעם לייק קנעפעל,

איך האלט אז אויב מען איז צופרידען פון א א ארטיקעל/תגובה, זאל מען נעמען די מי און שרייבען א ייש"כ עס איז מענטשליך און עס העלפט זייער שטארק צי א דיסקאשען, דאס אז מען גיט נאר לייקס מאכט אז גאנצטע אשכולות שטארבען א פריצייטיגע טויט בשעת עס פעלט נאך אסאך חומר דערפון, דורוך שרייבען און ענטפערען קימט צו א געוואלד מיט אינהאלטסרייכע תגובות,

דאס געבען א לייק איז א פוילקייט,

דאס איז די חסרון טייל פונעם לייק קנעפל

די מעלות דערפון זענען אבער מער ווי די חסרונות