Under maintenance
הויפט זייט » פארדאן פאר יונתן פאלארד!

פארדאן פאר יונתן פאלארד!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2627
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:19 pm#294121
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז די חוצפה צו פארלאנגען א פארדאן פאר איינער וואס האט עובר געוועהן אויף ספיענאדזש וואס איז פין די הארבסטער עבירות אין אמעריקא אז עס טראגט אפילו טויט שטראף!!


דאס איז נאר ביי דעם איד. עס זענען געוועהן גענוג און נאך שפיאונען וואס האבען טאקע געמאכט דעמעדזש פאר אמעריקא און זיי האט מען באפרייט. אבער דעם איד...

דא איז א קליינע ליסטע
Aldrich Ames
David Henry Barnett
Harold James Nicholson
Larry Wu-Tai Chin
Sharon M. Scranage
William Kampiles

זיי מעג מען יא באפרייען? אה פאלארד איז א ציוני, יעצט פארשטיי איך


אבי גערעדט
אלדרידש עימס זיצט
David Henry Barnett איז באפרייט געווארן נאך 10 פון די אכצען יאר סענטענץ נאכן ווערן פעראלעד פארוואס ווייס איך נישט.
Harold James Nicholson זיצט נאך עד היום
Larry Wu-Tai Chin ער האט זיך זעלבסט באפרייט דורך זעלבסמארד
Sharon M. Scranage זי האט באקומען גאר א קליינע שטראף פון 5 יאר, זי איז נישט געוועין קיין איינגעשטעלטע נאר דורך ראמאנטישע מעטאדן באקומען עפעס אינפאמאציע נישט זיכער
William Kampiles האט פארקויפט א יוזער מאניול פון עפעס א סעטעלייט פאר רוסן פאר 3000.00 און איז אהיים געקומען און זיך תיכף מודה געוועין באקומען 40 יאר און שפעיטער גענידערט צי 19 יאר אויך גאר א שטארקע שטראף, ער איז נישט געוועין קיין אקטיווע שפיאן

סך הכך וויסן ברויך מען אז שפיאנאש איז גאר א הארבע עבירה און יעדע מדינה, און סיי וועלכע לאנד באצאלט א שפיאן מיטן קאפ, חוץ בהמה אמעריקע.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:35 pm#294126
עס איז ממש צום שטוינען ווי די ציוניסטישע זייט נוצט כסדר ארגומענטן וואס קוקן אויס גאנץ לעגיטים, ביז.... ביז מען קוקט נאך די פאקטן און זיי ווערן צעברעקלט אויף שטויב איינס ביי איינס.

עס איז גראדע גאנץ א גוטע סטראטעגיע. מיר איז ניטאמאל איינגעפאלן נאכצוקוקן די נעמען וואס ער האט דערמאנט, ער נוצט עס דאך אלס ארגומענט, מן הסתם האט מען זיי טאקע באפרייט נאך פינף יאר.
It's brilliant, but spectacularly misleading.
עס ארבייט אזוי לאנג ווי מען טשעלענדזשד נישט זייער אויפריכטיגקייט און פאקטן.

(איך מיין נישט @ציבעלע איך גלייב ער האט נאר נאכגעזאגט וואס ער האט געליינט ערגעץ אנדערש. נישט ח"ו אז ער האט געמיינט צו פאפן).
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:40 pm#294130
(איך מיין נישט @פריעד, איך גלייב ער האט נאר נאכגעזאגט וואס ער האט געליינט ערגעץ אנדערש. נישט ח"ו אז ער האט געמיינט צו פאפן).

ATUB @ישראל קאפקע ATUB , ביטע קוק איבער וואס איך האב געשריבן, איך האב בכלל נישט צוגעשטעלט פאלארד צו די אנדערע, איך האב גערעדט גערעדט לגבי פאלארד לכשעצמו, פאר זיך אליינס, פארוואס זיי האבן אים נישט באפרייט.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 12:42 pm#294131
פריעד באטשי האט געשריבן:
(איך מיין נישט @פריעד, איך גלייב ער האט נאר נאכגעזאגט וואס ער האט געליינט ערגעץ אנדערש. נישט ח"ו אז ער האט געמיינט צו פאפן).

@ישראל קאפקע, איך האב בכלל נישט צוגעשטעלט פאלארד צו די אנדערע, איך האב גערעדט גערעדט לגבי פאלארד לכשעצמו, פאר זיך אליינס, פארוואס זיי האבן אים נישט באפרייט.

אנטשולדיגט, איר זענט 100% גערעכט. איך האב געמיינט @ציבעלע-קיגל. שוין פאראכטן.
דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:15 pm#294143
כדברי פליקער, איז רוב פון ציבעלע׳ס ליסטע נישט נוגע.

Ames זיצט נאך און גייט בפשטות זיצן לעולם
Nicholson זיצט נאך און גייט זיצן ביז 2024
Chin האט זיך געהארגעט נאך פאר׳ן זיצן
Scranage האט באקומען א גרינגע שטראף ווייל זי האט געהאלפן ארעסטירן איר שפיאן קאנטאקט און דאס האט צושטאנד געברענגט א אויסטויש פאר אכט פארכאפטע אמעריקאנער אגענטן

Barnett איז יא א טענה, ער האט באקומען 18 יאר אבער איז נאר געזעצן 10
ATUB @פליקער ATUB , פון ווי נעמסטו אז מען האט אים דערהרג׳ט?
דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:50 pm#309602
מארגן איז פאלארד ערווארטעט באפרייט צו ווערן פון תפיסה אין נארט קאראליינע, נאך שמאכטען דרייסיג יאר,
ער וועט ווערן אפגעווארט דורך א קליינע קבוצה וואס אינקלוד זיין ווייב אסתר זיין לויער און נאך אפאר געציילטע מענטשען,
ער קומט וואוינען קיין ניו יארק פאר די נעקסטע פינף יאר וואס דעמאלטס איז ערווארטעט ער זאל פארן קיין ישראל,
חוץ אויב די פרעזידענט וועט עם לאזן פארן פאר דעם,
ער ווערט טאקע באפרייט אבער נישט אינגאנצן, דאס הייסט ער טאר נישט רעדן צו די פרעסע נישט געבן קיין אינטערוויס, און אוודאי גארנישט פארציילן פון זיין פערסאנעל עקספיריענס פאר קיינער, ניטאמאל מעג ער זיך מחבר זיין צו אינטערנעט, ער ווערט שטרענג נאכגעקוקט און מעג נישט ארויס פארן פון אמעריקא,
א לאנגע פארווייטאגטע פרשה קומט צו א ענדע, א פרשה ווי א יעדער האט געפלאפט, די שיקער און די געשיקטע די לויערס און משפחה און חברים, א פרשה וואס ברענגט נאכאמאל ארויס די רשעות פון די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:47 am#309632
ער וועט ארומגיין די קומענדיגע פאר יאר אין אמעריקע מיט אזא "ענקל ברעיסלעט", וואס דורך דעם וועלן די אויטאריטעטן קענען האלטן אן אויג אויף אים וואו ער דרייעט זיך.
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 9:38 am#309648
ברוך מתיר אסורים
פריי
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:08 am#309652
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
ווער איז די רעביצין?
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 11:43 am#309668
Re: פארדאן פאר יונתן פאלארד!
כ'מיין זיין ווייב
פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 1:24 pm#309695
א קליפ פון אים מיט זיין רעבעצין.

m https://twitter.com/ilanagoldTV/status/ ... 6862059521 m

His trademark ponytail intact! :P
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 4:14 am#309793
ישראל קאפקע האט געשריבן:עס איז ממש צום שטוינען ווי די ציוניסטישע זייט נוצט כסדר ארגומענטן וואס קוקן אויס גאנץ לעגיטים, ביז.... ביז מען קוקט נאך די פאקטן און זיי ווערן צעברעקלט אויף שטויב איינס ביי איינס.

עס איז גראדע גאנץ א גוטע סטראטעגיע. מיר איז ניטאמאל איינגעפאלן נאכצוקוקן די נעמען וואס ער האט דערמאנט, ער נוצט עס דאך אלס ארגומענט, מן הסתם האט מען זיי טאקע באפרייט נאך פינף יאר.
It's brilliant, but spectacularly misleading.
עס ארבייט אזוי לאנג ווי מען טשעלענדזשד נישט זייער אויפריכטיגקייט און פאקטן.

(איך מיין נישט @ציבעלע איך גלייב ער האט נאר נאכגעזאגט וואס ער האט געליינט ערגעץ אנדערש. נישט ח"ו אז ער האט געמיינט צו פאפן).

ישראל קאפקע: ליידער איז עס א ביטערער פאקט. און דער מצב האט זיך דערקייקלט צו אזא אומגליקיכן שטאפל, אז איך מוז מודה זיין צו דיר. אין דעם פאל פון יונתן פאללארד אז ער איז 100% אומגערעכט. און ער האט נישט קיין שום טענה אדער פתחון פה. ווייל ער האט געטון אן אומגעהויערן שרעקליכן שאדן פאר זיין אייגן לאנד , וועלכעס האט איהם געגעבן טראסט און אומבאגרעניצטן צוטרוי און צוטריט צו די מערסטע געהיימניספולע דאקומענטן. אויף דעם באזיס אליין קומט זיך איהם לעבנסלענגליכן ארעסט. און ווער שמועסט נאך איבער דעם אומגעהויערן שאדן וועלכן ער האט גורם געווען פאר אלע אידישע רעגירונגס אנגעשטעלטע וועלכע האבן אויטאמאטיש פארלוירן זייער טראסט ביי די רעגירונג. אויך האט דאס גורם געווען אן אויסברוך און לעגיטימאציע פון אנטיסעמיטזם אין די רעגירונס ביוראען און אפטיילונגען וואו אידן ארבעטן...!
זונטאג נאוועמבער 22, 2015 12:04 pm#309840
ער איז שוין אין ניו יארק.
מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 1:49 am#351291