יתרו האט געשריבן:העל איך אויספירן,
מיין טענה צו שיטה מקובצת איז: אז אין א צווייטע אפטיילונג עפנט שיטה מקובצת אויף אן אשכול מיטן נאמען "פארוואס עוואלוציע פאלש", און פלוצלינג דא פארשטייט ער נישט די יושבי חושך פארוואס זיי טרעטן נישט אפ פון זייער מנהג פון מציצה בפה דוקא ולא בכלי,
ווי וואלט מיין רבי געזאגט : איפה ואיפה קא חזינן הכא,
און יעצט איחוד, קענסטו שוין בעזרת השם צומאכן די מויל.
נו שוין. מויל צוגעמאכט, אבער פינגערס טייפען נאך......
און מהיכי תיתי אז די הוכחות ביי עוואלאציע זענען מער ווי מציצה בפה?
וועלכע חלק פין די הערפיס איז נישט קיין "הוכחה", ווען א קינד באקומט הערפיס ביים אותו מקום נאכ'ן ברית איז דאס נישט פין מוהל? איז דען דא א בר דעת וואס קען לייקענען אין דעם?
די גאנצע תירוץ וואס מען זאגט אונז איז, אז היות עס איז א מיעוטא דמיעוטא, דארף מען נישט חושש זיין, און מען ברויך ווייטער מאכען מציצה בפה. וואס דאס דארף אויך נאך א בירור, ווייל לכאורה די גאנצע סיבה פארוואס מען דארף א חזקה וכדומה איז פעסטשטעלן א ספק, למשל אויב מען וואלט געזעהן אז קינדער שטארבען, און מען וואלט נישט געוויסט זיכער צו זאגען אז עס געשעהט פין מציצה בפה, עס וואלט נאר געוועהן עפעס א זכר לדבר, דאן וואלט א חזקה אויסגעפאסקענט און געזאגט אז מען דארף חושש זיין אויף דעם, דא אין אונזער פאל, איז עס א דבר ברור, און מען וואלט לכאורה געדארפט חושש זיין אפילו נאך איין קינד, און נישט מאכען מציצה בפה, נאר אויב מען ווייסט "זיכער" אז דער מוצץ האט נישט קיין שום הערפיס.
לגבי עוואלאציע איז בכלל מוטל בספק ווי אזוי דער וועלט איז באשאפען געווארען, קיינער קען נישט זאגען ער ווייסט זיכער ווי אזוי עס איז געשעהן, חוץ איינער וואס איז דארט געוועהן, ווי צ.ב.ש. דער באשעפער אליין, און אונז געלייבען מיר אז ער האט אונז געזאגט ווי אזוי דאס איז געשעהן, און אפילו די סייענטיסטען וואס גלייבען נישט, ווייסען אויך נישט זיכער, נאר זיי געבען אונז א סיסטעם ווי אזוי מען זאל קענען פארשטיין אז די בריאת העולם זאל האבען געקענט געשעהן אליין.
אלזא מה ענין שמיטה אצל הר סיני.
איינער א איד וואס וויל גלייבען אז די תורה שרייבט פרשת בראשית און די ששת ימי המעשה זענען דברים ככתבן, נישט קיין רמזים וכו', איז ביי מיר בכלל נישט אנגעפרעגט. משא"כ איינער וואס וויל דוקא גלייבען אז מציצה בפה איז נישט קיין סכנה, ווייל ער האט א מנהג און טאמער וועט ער מודה זיין לפנים אז עס איז א סכנה וועט ער נישט קענען מקיים זיין דער מנהג, איז סתם אן אנגעפרעגטער עקשן.