איך האב יעצט באגעגנט דעם אשקול דא, אין עס ברענגט מיר אויף גאר אסאך זיכרונות, גוטע ווי פיינליכע, כוועל שרייבן אביסעלע וואס כגעדענק יעצט אויפן מאמענט,
ר' משה'לע וויזנעצער איז געווען א געוואלדיגן בעל יסירים וואס האט זיך אנגעמוטשעט כל ימיו מיט כל ערליי צרות ה"י, סיי מיט געזונט, פאליטיק, אין שלום בית, אדער ווי זיין ברודער דער צדיק הדור ר' מאטעלע שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדריקט בלשון קדשו : "דער ברודער האט נאכנישט געהאט א גוטן טאג אין זיין לעבן!! " , איז אונז קעמער טאקע נישט פארשטיין וואס עס האט גענימען פאר א טאטע זיך אזוי אויפציפירן צו זיין אייגן בלוט און פלייש , אבער אונז קענען זיך אביסעלע משער זיין וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין הארץ, מיט א ווייב א מרשעת וואס האט אים נישט איבערגעלאזט קיין רואיגע סקונדע דורכן טאג, אין מיט גבאים וואס זענען אלע געווען פאליטיש מאטעווירט אין זיכער געמאכט אים אנציפיטערן מיט אלדאס שלעכטס אויף זיין זוהן, אין ווען עס איז געקומען צו טאג טעגליכע ענינים איז עס געפירט געווארן מיט א שרעקליכן פוילקייט, עפעס פונקט ווען ר' ישראל אדער איינער פון זיינע מקורבים האט פראבירט אריינציגיין בהיכל קדשו זענען זיי פלוצלינג געווען פריש און אויף.... , ווי אויך האט ער פארמאגט א טעראריסט פאר א ברודער וד"ל (סאיז שוין דא אן אשקול דערפאר אין צימעס, ואין כן מקומו) אין ער האט בעצם אנגעפירט מיטן קאמפף,
פון די אנדערע זייט איז ר' ישראל א בעל מידות וואס סאיז ממש נישט פארהאן!, זיינע גרעסטע שונאים וואס האבן אים גערוידעפט אויף א שרעקליכן פארנעם זענען יעצט "בעסט באדיס" מיט אים...
ער האט זיך אנגעליטן מיט 18 שרעקליכע יארן אויף קיינעם געזאגט וואס א נארמאלע באזעסענע מענטש וואלט זיך גענימען דאס לעבן נאך אינעם צווייטן יאר ה"י
ווי ער איז נאר געגאנגן האט מען אים פארשיקט מיט בושות וחרפות, יעדער וואס האט זיך נאר געדרייט אין זיין געגענווארט האט מען טערעראזירט, ער פלעגט שלאפן גאנצעטע חדשים אויפן באנק אין ב"מ , וכו' וכו'...
איך האב א קרוב וואס איז געווען אן עלטערע בחור ל"ע אין ער האט געטראפן אן אפענעם אויער ביי ר' ישראל, אין ער האט ממש נישט געהאט וואס צו פארלירן, אין ער פלעגט זיך אסאך דרייען ביי אים, אין ער פלעגט אייביג זיין דער צענטער צום מנין, אין ר' ישראל וואס איז אליין געווען אינעם נידריגסטן מצב פלעגט אים אייביג געבן חיזוק, אין דער האט זיך ממש געהאלטן ביים לעבן פון אים,
אפאר יאר שפעטער איז שוין יענער געווען ליידער זייער ווייט פון יודישקייט אין ער איז פונקט געווען אין א"י אין ער האט נאכגעהערט אז ר' ישראל איז שוין צוריק אין ער פירט שוין א מעכטיגע רביסטעווע מאשין, אין ער האט באשלאסן צו גיין כאפן א בליק אויף אים שבת ביינאכט ביים טיש, אריינקומענדיג האט ר' ישראל פונקט געווארפן א בליק אויפן טיר , אין האט באמערקט א קענטליך פנים, ער האט אים געשיקט ריפען, אין נאכן זיך אידענטעפיצירן צו אים האט ר' ישראל אין פארנט פונעם גאנצן ציבור אים אנגעכאפט אין ארומגעהאלדזט אין געקישט אין שטערן, אין סאמע מיטן פונעם טיש מיט טויזענטע חסידים וואס קוקען זיך צו צום העכסט מאדנע ספעקטאל!!
עס האט זיך נישט דארט געענדיגט.... יענעם שבת איז ער שוין געזיצן אויפן אויבן אן, אין ר' ישראל האט זיכערגעמאכט אז ער באקומט געניג און נאך עסן... (וואס איז אן עקסטעקן נושא פאר זיך...) אין מוצאי שבת האט ער אים נישט אוועקגעלאזט פאר ער האט אים באשוואוירן אז ער גייט האלטן קשר מיט אים!
פרעג איך אייך, איז דא איין רבי אויפן כדיר הארץ וואס וואלט זיך אזוי איבערגעגעבן פאר א צווייטן???...
אין דאס איז נאר איין עפיזאד, סאיז דא נאך צענדליגע מעשיות!
עס איז געווען פאר צוויי יאר צוריק ווען ער האט אריינגעריפן איינער פון די גרויסע העצערס אין די "גוטע" יארן, אין ער בעט אים נישט מער אין נישט ווייניגער "בעט מיך איבער... " יענער האט אים אנגעקוקט מיט צוויי גרויסע אויגן, אבער... ער האט אים איבערגעבעטן אין ר' ישראל האט אים געזאגט דריי מאל מחל לך, יענער האט נישט געקענט איינהאלטן זיין גרויס ווינדער אין ער האט אים געפרעגט דערויף, זאגט ער אים אז איך האב מיך איבערגעטראכט ווער עס האט אים אלץ געטשעפעט אין די אלע יארן, אין ער האט באזיך אין הארץ מוחל געווען יעדעם, ווען סגעקומען צו דיין נאמען האב איך עפעס נישט געקענט דיר מוחל זיין בלב שלום, האב איך דיר געבעטן זאלסט מיר איבערבעטן וועט עס האבן א שטערקערן אפעקט אויף מיר אין כוועל דיר קענען מוחל זיין, א מדריגה פון א יוד וואס סאיז ממש נישט מסיג צו זיין!!!
עס איז דא א וויזניץ מאנסי יונגערמאן וואס הייסט ר' משה גאלדמאן אין ער געבט זיך אוועק תמיד פאר אנדערע, איינער פון זיינע חשובע פראיעקטן איז אז ער שטעלט צו אין א צימער אין די גרויסע בית מדרש אין מאנסי צו עסן יעדן טאג פרישטאג, לאנטש, סאפער, פאר ווער עס ברויך, (די פרישטאגס זענען ממש א ישיעה פאר פולע יודן וואס וואלטן קיינמאל נישט אנגעקומען צו עסן נארמאל),
פאריאר איז געווען אין א"י אין ער האט זיך געשטעלט אין די ליניע פאר א קוויטל ביי ר' ישראל, אינמיטן איז ר' ישראל ארויס פון צימער פאר א רגע, אין ער האט אים באמערקט, אין ער האט זיך מוראדיג דערפרייט, ער האט אנגעהויבן שמועסען מיט אים נאך אין ווארט צימער, ביז ער האט אים אנגעכאפט ביים ארעם אין ארויס אויפן גאס שפאצירן מיט אים, אנזאגנדיג אז ער דארף נישט קיין באגלייטונג פון גבאים, אזוי האט ער שפאצירט אויף די גאסן פון בני ברק פאר צוויי שעה!, צוריקקומענדיג האבן די גבאים געפרעגט מיט תערומות היתכן ער האט אויפגעהאלטן אזא גרויסן ציבור פאר צוויי קאליכיגע שעה, האט ער זיי געפרעגט,
ווער פון די פולע יודן דא האבן מיר זאט געמאכט פאר אפאר יאר אין א צו??, אזויפיל הכרות הטוב מעג איך נאך האבן פאר אים!!....
ווען איך האב געהערט די מעשה בין איך געווען ממש געלעמט!...
איך האב פראבירט אויסצידימיענען פון אלע שיינע פנימער אין די וועכענטליכע אויסגאבעס וואס וואלט געטון אזאנס... , אין כהאב נישט געטראפן, די ווייטסטע וואס כהאב נאר געקענט טראכטן איז אז דער פלוני רעווילע וואלט אים אפשר איינגעלאדענט אויך דאטשע ווען ער גייט זיך פאשענען זאל ער האבן קאמפעני, אדער וואלט ער פארברענגט מיט אים פאר מקסימום א האלבן שעה בסוד שיח על הקודש פנימה,
אלענפאלס, איך האב יעצט געשריבן וואס סאיז מיר געליגן אויפן געדאנק יעצט, אפשר וועל איך נאך אמאל צוריקקומען צו דעם.