Under maintenance
הויפט זייט » משכילים און משכילישע ביכלעך

משכילים און משכילישע ביכלעך

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2739
מאנטאג יאנואר 14, 2013 1:48 pm#79791
משכילים און משכילישע ביכלעך
כאב שוין אמאל געזעהן די אלטע אידישע ביכער און כאב געוויסט אז דאס איז די ביכער וואס מע זאגט אז כל באי' לא ישובים, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס.

למשל באשעוויס ביכער האט מען שוין געשריבען דא אמאל אז ער האט געווען פיל מיט ניביל פה, קענעך פארשטיין אז סע א פראבלעם, אבער אנדערע זענען סתם מעשיות וואס זעהט נישט אויס שלעכט.

פאשטייצעך אז ווער בין איך? אז איך פארשטיי נישט מיינט דאך גארנישט,אבער ווער יא? ווער האט אפגעמאכט אז וואס איז משכילישע ביכלעך?

קען זיין אז איך פארשטיי בכלל נישט די ענין, און אפשר איז די אידישע ביכלעך טאקע נישט די משכילישע ביכלעך.
מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:34 pm#79810
ס'איז אן אינטערסאנטע טעמע, ווער האט אפגעמאכט וואס איז א משכיליש בוך און ווער איז א משכיל און וואס איז נישט.

וועגן באשעוויס זינגער מוז איך באצייכענען, איך האב געליינט עטליכע ביכער זיינע, איך האב מיך נישט אנגעטראפן מיט שווערע ניבול פה, ער רעדט אבער פון זאכן, וואס איז נישט כדאי פאר קינדער צו לייענען, און בכלל זיינע מושגים זענען נישט אין איינקלאנג מיט די פרומע וועלט, א טייל פון זיינע ביכער הגם ס'איז נאוועל ביכער, איז עס באזירט אויף אמת'ע זאכן וואס זענען געשען דורכאויס די אידישע היסטאריע אין אייראפע.

m http://www.youtube.com/watch?v=4d8yeL0oEwU m

דאס איז אן אינטערסאנטע דרשה פון זינגער אויף אידיש.

לגבי אנדערע שרייבער, ווייס איך נישט וואס און פארוואס, אויב אבער האסטו געליינט "שלום עליכם'ס" טבי' דער מילכיגער, קענסטו עס אביסל פארשטיין, וואו אויך אנדערע ביכער פון אים. ער איז געווען א גוטער לץ.
מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:17 pm#79822
קאם אן! שלוםעליכם איז אנגעפיקעוועט צום ברעכן מיט העצע און שנאה צו כל דבר שבקדושה.
מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:39 pm#79831
לאדיך אפ האט געשריבן:קאם אן! שלוםעליכם איז אנגעפיקעוועט צום ברעכן מיט העצע און שנאה צו כל דבר שבקדושה.


ווער האט געשריבן אז נישט? אויסער דעם איך האב נישט געליינט צופיל פון זיינע זאכן נאר דריי פון זיינע ביכער, מנחם מענדל דארט מאכט ער זיכער נישט חוזק פון רעליגיע נאר באשרייבט א שלימזל, מאטל פייסע דעם חזנ'ס די מעשה אין די בוך איז אויך נישט מיטן ציל צו העצן אויף אידישע זאכן, נאר באשרייבט די לעבן פון א קינד א יתום און זיין ברודערס האלבע דמיונות. און טביה דער מילכיקער וואס איז איין שטיק ליצנות און באשרייבט א איד פון די אלטע שטעטל.

פון דא ביז שנאה און העצע איז זייער ווייט, אין זיינע מעשות סימפאטיזירט ער זייער מיט די אלטע שטעטל, און די תמימות'דיגע אידן פון איין זייט, ווען פון די אנדערע זייט שרייבט ער א סאטירישע מעשה.
מאנטאג יאנואר 14, 2013 5:06 pm#79834
עוד מישהו האט געשריבן:ס'איז אן אינטערסאנטע טעמע, ווער האט אפגעמאכט וואס איז א משכיליש בוך און ווער איז א משכיל און וואס איז נישט.

וועגן באשעוויס זינגער מוז איך באצייכענען, איך האב געליינט עטליכע ביכער זיינע, איך האב מיך נישט אנגעטראפן מיט שווערע ניבול פה, ער רעדט אבער פון זאכן, וואס איז נישט כדאי פאר קינדער צו לייענען, און בכלל זיינע מושגים זענען נישט אין איינקלאנג מיט די פרומע וועלט, א טייל פון זיינע ביכער הגם ס'איז נאוועל ביכער, איז עס באזירט אויף אמת'ע זאכן וואס זענען געשען דורכאויס די אידישע היסטאריע אין אייראפע.

http://www.youtube.com/watch?v=4d8yeL0oEwU

דאס איז אן אינטערסאנטע דרשה פון זינגער אויף אידיש.

לגבי אנדערע שרייבער, ווייס איך נישט וואס און פארוואס, אויב אבער האסטו געליינט "שלום עליכם'ס" טבי' דער מילכיגער, קענסטו עס אביסל פארשטיין, וואו אויך אנדערע ביכער פון אים. ער איז געווען א גוטער לץ.

איך האב אביסל אן אנדערע אפשאצונג איבער אייזיק באשעוויס (בת שבע'ס) זינגער. איך האב ב"ה נישט געליינט זיינע ביכער. נאר עטליכע פארזעצונגען אין פארווערטס. פון דעם ביסל וואס כ'האב יא געליינט האב איך מיך אזוי פארעקלט פון דעם מיאוס'ן פארשוין און אפיקורס אז כ'האב שוין נישט געוואלט הערן מער פון איהם. א יעדע שורה אנטהאלט אין זיך ניבול פה און תינופת. כאטש ר'איז געווען א זון פון א רב. אן אנדערער שרייבער וואס שילדערט אויף זייער א הערליכן און מייסטערהאפטן אופן דאס אידישע לעבן אין ווילנא פאר די צווייטע וועלט מלחמה איז חיים גראדע. א געוועזענער ישיבה בחור וואס איז ליידער אפגעפארן. אבער דער אידישער טעם איז געבליבן ביי איהם. אין זיינע ביכער (כ'האב געליינט כמעט אלע) איז נישט פארהאן קיין שום אפיקורסות אדער ליצנות פון ערליכע יודן. נאר ס'איז דאך נישט פאר יונגע קינדער, ווייל ער שרייבט ארויס צו שטארק בפירוש פארשידענע עניינים אויף וואס אונז זעמיר מקפיד נישט ארויסצושרייבן. אבער ס'איז א פארגעניגן אדורכצוליינען און מ'באקומט א בילד וויאזוי די יודן האבן דאן געלעבט. למשל די מעשה "לייבע לייזער'ס הויף" איז מתוק מדבש. מ'באקומט א בילד פון אלע כאראקטערן וואס האבן זיך דארט געדרייט.
מאנטאג יאנואר 14, 2013 5:12 pm#79835
דר"א, די מעשה פון טעביע דער מילכיגער האט מען שפעטער אויסגעשפילט אינעם וועלט-בארימטן פילם 'פידלער אן די ראוף'.

מאנטאג יאנואר 14, 2013 5:25 pm#79838
ענטפער צו עוד מישהו
איך ווייס נישט וועגן דעם בוך פון שלום עליכם'ס שילדערונג פון טובי' דער מילכיגער, אבער דער פילם וואס כ'האב געזען איז נישט דא קיין שום אפיקורסות אדער ליצנות פון ערליכע יודן. פארקערט ס'ברענגט ארויס די אמונה פשוטה פון א תמימות'דיגן יוד וואס שמועסט זיך אדורך מיט'ן באשעפער. ס'שילדערט אויך אז זיין עלטסטע טאכטער האט זיך נישט געלאזט פארקויפן פאר געלט און האט ענדערש חתונה געהאט מיט אן ארעמען שניידער פון איר יארגאנג ווי איידער מיט אן עלטער'ן רייכן יוד. אויך איז ער שיעור געשטארבן פאר הארצווייטאג ווען זיין יונגסטע טאכטער האט חתונה געהאט מיט א גוי און ר'האט נישט געוואלט מער וויסן פן איהר.
מאנטאג יאנואר 14, 2013 5:38 pm#79841
אין תרצ"ט איז ארויס א מאווי אויף אידיש, וואס הייסט טבי', די מעשה איז אויף אידיש, און די גויים אין די מאווי רעדן אלע אידיש אריינגערעכנט די גלח.

ר' בערל כ'בין זיכער דו ווייסט, יעדע פילם וואס מ'מאכט וואס איז באזירט אויף א בוך פון איינעם, איז די מעשה אין די פילם היבש אנדערש פון די מעשה אין די בוך.

סתם א פרט וואס איז גאר א וויכטיגע טייל אין די בוך, טביה האט מיין איך 7 טעכטער אויב געדענק איך גוט, יעדער איינער טרעפט אן אנדערע סארט בחור, איין מיידל האט ליב די שניידער, איינע האט ליב א אידישע רעוואלוציאנער, איינע א גוי, און נאך איין מיידל עפעס אן עושר, איין מיידל נעמט זיך דאס לעבן. וואו אין די פילם ווערן דערמאנט די לעצטע צוויי. נאך א פרט וואס שלום עליכם האט געשריבן אין בוך, אסאך פסוקים פון תורה, וואו אויך פון דאווענען און לערנען. אין פילם רעדט מען נישט פון אזעלכע זאכן.
מאנטאג יאנואר 14, 2013 5:49 pm#79843
ענטפער צו עוד מישהו
יישרכוח פאר אויפקלערן. איך האב לכתחילה געזאגט אז כ'האב נישט געליינט שלום עליכם'ס ביכל. ס'איז זעלבסטפארשענדליך אז אין די מאווי האבן זיי זייער א סאך ארויסגעשניטן. און אז ער איז געווען מוחזק פאר אן אפיקורס. דרך אגב. ווער ס'שפילט דער "רב" וואס געט א ברכה אויף די ניי מאשין "יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידך" איז דער זון פון א רב. מ'זאגט אז ר'איז געווען א ת"ח. ער האט געשפילט אין מערערע מואוויס אין די ראלע פון א רב. ער הייסט צבי סקולער.
דינסטאג יאנואר 15, 2013 5:14 pm#80119
כאב פארגעסען צו שרייבען.

די אשכול האבעך געמאכט ווייל כאב געזעהן אין די צייטונג פאריגע וואך ביי די ארטיקעל פון אידישע לעבען אין אמעריקע א בילד פון עפעס א ספרים סטאר וואס הייסט מענדעל מוכר ספרים, האבעך מיך דערמאנט אז כאב ערגעץ געלייענט אז סע געווען א משכיל שרייבער מענדעלע מוכר ספרים. איך ווייס נישט אויב סע מיינט די זעלבע מענטש.
דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:39 pm#80142
berlbalaguleh האט געשריבן:יישרכוח פאר אויפקלערן. איך האב לכתחילה געזאגט אז כ'האב נישט געליינט שלום עליכם'ס ביכל. ס'איז זעלבסטפארשענדליך אז אין די מאווי האבן זיי זייער א סאך ארויסגעשניטן. און אז ער איז געווען מוחזק פאר אן אפיקורס. דרך אגב. ווער ס'שפילט דער "רב" וואס געט א ברכה אויף די ניי מאשין "יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידך" איז דער זון פון א רב. מ'זאגט אז ר'איז געווען א ת"ח. ער האט געשפילט אין מערערע מואוויס אין די ראלע פון א רב. ער הייסט צבי סקולער.

איך בין שוין לאנג געווען נייגעריג וואס איז די בעקגראונד פון דעם זיסן רב. ער איז אזוי אריגינעל אז איך האב ממש געוויינט פון געלעכטער.
דינסטאג יאנואר 15, 2013 7:40 pm#80143
ידען האט געשריבן:כאב פארגעסען צו שרייבען.

די אשכול האבעך געמאכט ווייל כאב געזעהן אין די צייטונג פאריגע וואך ביי די ארטיקעל פון אידישע לעבען אין אמעריקע א בילד פון עפעס א ספרים סטאר וואס הייסט מענדעל מוכר ספרים, האבעך מיך דערמאנט אז כאב ערגעץ געלייענט אז סע געווען א משכיל שרייבער מענדעלע מוכר ספרים. איך ווייס נישט אויב סע מיינט די זעלבע מענטש.

מסתם איז דאס געווען א געוויסער מענדל (אדער איינער מיט אן אנדער נאמען) וואס האט פארקויפט ספרים און האט זיך געגעבן דעם נאמען כדי צוצוען קונים. מענדעלע מוכר ספרים איז געווען זייער א בארימטער שרייבער.
דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:12 pm#80163
יאיר האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:יישרכוח פאר אויפקלערן. איך האב לכתחילה געזאגט אז כ'האב נישט געליינט שלום עליכם'ס ביכל. ס'איז זעלבסטפארשענדליך אז אין די מאווי האבן זיי זייער א סאך ארויסגעשניטן. און אז ער איז געווען מוחזק פאר אן אפיקורס. דרך אגב. ווער ס'שפילט דער "רב" וואס געט א ברכה אויף די ניי מאשין "יה"ר שתשרה שכינה במעשי ידך" איז דער זון פון א רב. מ'זאגט אז ר'איז געווען א ת"ח. ער האט געשפילט אין מערערע מואוויס אין די ראלע פון א רב. ער הייסט צבי סקולער.

איך בין שוין לאנג געווען נייגעריג וואס איז די בעקגראונד פון דעם זיסן רב. ער איז אזוי אריגינעל אז איך האב ממש געוויינט פון געלעכטער.

ער עקט בעסער ווי די עכטע רבנים...
דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:14 pm#80164
ווער איז חיים גראדע?
מע קען לייענען ערגעץ פון איהם?

מע קען לייענען עפעס פון שלום עליכם אדער פון באשעוויס אויף די אינטערנעט?
מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:39 am#80188
דער עולם מישט דא אויס צוויי ווערסיעס פין די מאווי, עס איז דא אן אלטער פין פאר די קריג אויף אידיש, און דער נייער אויף ענגליש, דער רב וואס ווערט דא דערמאנט איז פין דער ענגלישער מאווי. און דער אלטער ווערסיע, איז דער וואס שפילט טעביע, דער זעלבער וואס שפילט ר' סענדער אין דער דיבוק.

עוד מישהו
סתם א פרט וואס איז גאר א וויכטיגע טייל אין די בוך, טביה האט מיין איך 7 טעכטער אויב געדענק איך גוט, יעדער איינער טרעפט אן אנדערע סארט בחור, איין מיידל האט ליב די שניידער, איינע האט ליב א אידישע רעוואלוציאנער, איינע א גוי, און נאך איין מיידל עפעס אן עושר, איין מיידל נעמט זיך דאס לעבן. וואו אין די פילם ווערן דערמאנט די לעצטע צוויי. נאך א פרט וואס שלום עליכם האט געשריבן אין בוך, אסאך פסוקים פון תורה, וואו אויך פון דאווענען און לערנען. אין פילם רעדט מען נישט פון אזעלכע זאכן.


עס איז נישט קיין שום עוולה צו מאכען פין זיבען טעכטער דריי, זיבען טעכטער איז אביסעל צו פיל פאר א מאווי, אפילו ווען מען מאכט א יציאת מצרים שפיל ברענגט מען נישט אלע זיבען טעכטער פין יתרו.

און זיי ברענגען גאר אסאך "פסוקים" פין די תורה און אסאך מדרשים אין די מאווי, וואס קען אויך זיין צו פיל, ווייל אונז ווייסען ווען אונז וואטשען די מאווי אז די פסוקים זענען נישט געשטויגען נישט געפלויגען, און פארשטייען די איראניע וואס ליגט אונטער די פאלשע פסוקים און מדרשים, משא"כ די גוים און פרייע אידען וואס קוקען די מאווי ווייל זיי ווילען פארשטיין אידישקייט, הייבען נישט אהן צו וויסען אז די פסוקים זענען פאלש, און מיינען די אלע זאכען זענען טאקע פסוקים, רח"ל......

בכלל איז דא חילוקים פין דער אידישער און דער ענגלישער, וואס זיי האבען משנה געוועהן לפי רוח הזמן, דער עיקר חילוק צו דער טאכטער וואס האט חתונה געהאט מיט דער גוי קומט צוריק צום טאטען צו נישט.

לגבי דער עצם ענין פין די "משכילישער" ביכער, און פארוואס עס איז געוועהן א סכנה און היינט נישט, ווייל היינט ווען אונז קוקען מיר צוריק צו דער אמאהליגער לעבען אין די ביכער זעהט מען גארנישט שלעכט טאקע, אבער אמאהל ווען מען איז געוועהן אין דער אמאהליגער לעבען, אין דער פארקראכטער שטעטל, מיט דער גאנצע עניות און טפשות, און א בחור האט געליינט די ביכער, האט עס אים געגעבען א גאר שטארקער חשק צו גיין ווערען א פראפעסער אדער קאמאניסט אדער פארען קיין אמעריקא למר כדאית ליה, ודו"ק היטב.
מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:01 am#80206
וואו קען מען ליינען שלום עליכם'ס ווערק
מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:36 am#80211
דא האט איר מכל טוב וטוב.
מיטוואך יאנואר 23, 2013 4:26 pm#81870
חיים גראדה האט אין דער יוגנט געלערנט בחבורתא מיט'ן חזון איש. ער רופט אים אן - אין פיקיציע ביכל צמח אטלס דער ישיבה מאן - אלס דער בעל מחזה אברהם, און מאלט אים אראפ מיט הערליכע פארבן שאין כדוגמתו, צווישן די שורות באטיטלט ער אים אפילו אלס בעל רוח הקודש אז דאס וואס ער האט איבערגעלאזט יוראפ איז ווייל ברוחב חכמתו האט ער געזען וואס ס'קומט.
תלמידים פון חזון איש זאגן אז ס'נישט דא קיינער וואס האט אים אזוי טיף און גרונטליך באשריבן ווי חיים
גאר אריגינאל איז ווי ער שילדערט דער דקדוק הלכה פון חזון איש ווי אינמיטן שמועסן מיט אים איז ער בודק די פינגער און נעגל פאר א חציצה ווייל ער גייט זיך באלד וואשן נטילת ידים
עס איז באמת א מייסטערווערק און כדאי אריינצוקוקן, און די ריינע פרקים פארשטייט זיך...
עס איז דא א ווארעמע בריוו מלא געגועי אהבה וואס דער חזון איש האט אים געשריבן א סורטש אויף גאגל וועט אייך פירן דערצו
מיטוואך יאנואר 23, 2013 6:59 pm#81897
פארוואס איז די ביכל אזוי טייער?
ווי קען איך עס באקומען ביליגער?
מיטוואך יאנואר 23, 2013 7:55 pm#81915
מאראנצןזאפט האט געשריבן:חיים גראדה האט אין דער יוגנט געלערנט בחבורתא מיט'ן חזון איש. ער רופט אים אן - אין פיקיציע ביכל צמח אטלס דער ישיבה מאן - אלס דער בעל מחזה אברהם, און מאלט אים אראפ מיט הערליכע פארבן שאין כדוגמתו, צווישן די שורות באטיטלט ער אים אפילו אלס בעל רוח הקודש אז דאס וואס ער האט איבערגעלאזט יוראפ איז ווייל ברוחב חכמתו האט ער געזען וואס ס'קומט.
תלמידים פון חזון איש זאגן אז ס'נישט דא קיינער וואס האט אים אזוי טיף און גרונטליך באשריבן ווי חיים
גאר אריגינאל איז ווי ער שילדערט דער דקדוק הלכה פון חזון איש ווי אינמיטן שמועסן מיט אים איז ער בודק די פינגער און נעגל פאר א חציצה ווייל ער גייט זיך באלד וואשן נטילת ידים
עס איז באמת א מייסטערווערק און כדאי אריינצוקוקן, און די ריינע פרקים פארשטייט זיך...
עס איז דא א ווארעמע בריוו מלא געגועי אהבה וואס דער חזון איש האט אים געשריבן א סורטש אויף גאגל וועט אייך פירן דערצו

שלום וברכה, הייבסט אן מיט די רעכטע פוס.
את חוסר-דעתי אני מזכיר, איך האב קיינמאל - ביז צוויי יאהר צוריק - נישט געהערט פון אים.
און די נייע בוך "החזון איש" פון פראפ. ברוין, (הוצאת ישיבה הק' דרבינו אלחנן זי"ע) ברענגט ער אסאך פון חיים גראדע, אויפצו-ווייזען ווי פאלטש די בני-ברק'ע האבן אראפגעלייגט דעם חזון איש בצעירתו.
אויך אין center for jewish history האב איך געזעהן, אויפן דריטען שטאק, אן אויסשטעלונג פון זיינע ווערק.
מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:29 pm#81960
בנוגע בעני בראון'ס ביכל איז דא אסאך צו שרייבן, ער איז א רעכטער תלמיד פון דוד אסף וואס טייל פון זיינע ווערק זענען געבויעט אויף השערות וואס ואם קבלה הוא נקבל, ואם לאו...
2 קליינע קרישקעלעך:
ער האט אן אריכות אז דער חזון איש ברענגט קיינמאל דעם גר"ז אויסער איינמאל משנ"ב בשם הגר"ז, ער האט פארזען אז דער חזו"א האט אן אריכות אין קונטרס השיעורין בשי' הגר"ז,ער דינגט זיך דארט מיט'ן שארית יהודה וואס טענה'ט אז דער רב האט צוריקגעצויגן פון שיעור כתם יעוי' שם.
אויך ברענגט דער חזון איש א שטיקל גר"ז אין הל' בכור בהמה טהורה.
ער הויבט אן מיט א גאו'נישע חקירה ווי אזוי דער חזון איש האט געהייסן ישעיה אדער ישעיהו, עס איז אים פשוט נישט איינגעפאלן צו קוקן אויף דער מציבה.
און אין זכור לדוד פון ר' דוד פרענקל ווערט געברענגט אז דעם לעצטן יו"כ האט דער גבאי אויפגערופן דער חזון איש ישעיה און דער חזון איש האט מגיב געווען ביים ברית האט מען מיך א נאמען געגעבן ישעיהו, אויך א קצת ראי'...
מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:50 pm#81965
יאיר האט געשריבן:דא האט איר מכל טוב וטוב.


תודה רבה הרב יאיר פארן לינק

מיאפר פלעגן אלס לויפן אין לייברערי און קיין גוגל בוקס. איצט כנראה זענען מיר בארייכערט געווארן
מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:53 pm#81966
ודרך אגב ׳חיים גראדע׳ס׳ ביכער קען מען בשום אופן אין ערגעץ נישט געפונען ווירטואל אנליין....

׳דער שטומער מנין׳ האב איך אויפגעפיקט ביים ברוקלין פובליק לייברערי...איי אידאס צוקער זיס..סיסי בערעלע בעל עגלה
מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:58 pm#81968
באזירט אויף די ווערק פון אייזיק באשעוויץ איז אויך דא א מוזיקאלישע פילם מיט'ן נאמען יענטל
פרודעצירט דורך א אידישע אקטיארען
סיפור הדברים איז פון א בת תלמיד חכם וואס נפשה חשקה בתורה און האט זיך אריינגעזעצט אין ישיבה אריין פארשטעלטערהייט.
עס שטעלט פאר א טיפישער ישיבה פון דער אלטער היים, גאר אויטענטיש - דער גליקליכער אמאל, מלא חן.
דער שרייבער פון דער פילם איז קענענטיג געווען א שטיקל תלמיד חכם... ווייל דער ראש ישיבה דארט ווארפט צוזאם מראי מקומות ממסכתות הש"ס.
מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:15 pm#81977
חיים גראדע׳ס ביכער אויף אנגלית
דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:54 am#82017
מאראנצןזאפט האט געשריבן:חיים גראדה האט אין דער יוגנט געלערנט בחבורתא מיט'ן חזון איש. ער רופט אים אן - אין פיקיציע ביכל צמח אטלס דער ישיבה מאן - אלס דער בעל מחזה אברהם, און מאלט אים אראפ מיט הערליכע פארבן שאין כדוגמתו, צווישן די שורות באטיטלט ער אים אפילו אלס בעל רוח הקודש אז דאס וואס ער האט איבערגעלאזט יוראפ איז ווייל ברוחב חכמתו האט ער געזען וואס ס'קומט.
תלמידים פון חזון איש זאגן אז ס'נישט דא קיינער וואס האט אים אזוי טיף און גרונטליך באשריבן ווי חיים
גאר אריגינאל איז ווי ער שילדערט דער דקדוק הלכה פון חזון איש ווי אינמיטן שמועסן מיט אים איז ער בודק די פינגער און נעגל פאר א חציצה ווייל ער גייט זיך באלד וואשן נטילת ידים
עס איז באמת א מייסטערווערק און כדאי אריינצוקוקן, און די ריינע פרקים פארשטייט זיך...
עס איז דא א ווארעמע בריוו מלא געגועי אהבה וואס דער חזון איש האט אים געשריבן א סורטש אויף גאגל וועט אייך פירן דערצו

אזוי קונסטלעריש זענען אלע מעשיות פון חיים גראדע וואס כ'האב געליינט. דער לייענער מיינט אז ער איז א טייל פון די מעשה און ער לעבט דאס מיט.ס'איז פונקט אזוי עכט ווי מ'זאל זעהן און מיטלעבן א סצענע אין א מואווי אדער אויף יו טוב.
דינסטאג אפריל 09, 2013 10:58 am#102841
here is the corespondence beetwen him and the chazon aish
m http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 671#p43658 m
דינסטאג אפריל 09, 2013 4:41 pm#102984
ייש"כ אוהב.
איך האב עס געזען אויף דוד אסף'ס בלאג עונ"ש, יתכן אז ס'קומט פון דארט.
איז יאיר דארט דער זעלבער ווי דא? אויב יא ווערט ער געבעטן צו שרייבן די זעלבע דא אויף אידיש בתודה למפרע.
דינסטאג אפריל 09, 2013 5:06 pm#102986
מאראנצןזאפט האט געשריבן:עס שטעלט פאר א טיפישער ישיבה פון דער אלטער היים, גאר אויטענטיש - דער גליקליכער אמאל, מלא חן.


די גאנצע פילם איז זייער דראמאטיזירט און ווייט נישט אויטענטיש, סקלונגט ווי די וועד הצניעות טריללערס, זי פלעגט פארמאכן די פורהאנג איידער עפענען א ספר...

אבער טעביעלע איז גאר עפעס אנדערש "ווי דער גוטער בוך זאגט, אז די שפייסט אין די לופט, וועט עס דיר לאנדן אין פרצוף"
דינסטאג אפריל 09, 2013 8:56 pm#103059
לעמאן דזשוס האט געשריבן:ודרך אגב ׳חיים גראדע׳ס׳ ביכער קען מען בשום אופן אין ערגעץ נישט געפונען ווירטואל אנליין....

׳דער שטומער מנין׳ האב איך אויפגעפיקט ביים ברוקלין פובליק לייברערי...איי אידאס צוקער זיס..סיסי בערעלע בעל עגלה

ווען איך ליין די מעשיות אין "שטומער מנין" אדער אין "לייבע לייזער'ס הויף" מיין איך אז איך שטיי דארט און די מעשה שפילט זיך אפ פאר מיינע אויגן. :lol:
פרייטאג אפריל 12, 2013 2:14 pm#104260
וואו איז דא די אידישע ווערסיע פון טובי' דער מילכיגער פילם?
מיטוואך אפריל 24, 2013 10:50 am#108317
וועלעכע ביכער קעמען יא לייענען אויף די אינטערנעט?

חיים גראדע נישט. אבער ווער איז יא אינטערעסאנט?
מיטוואך אפריל 24, 2013 2:54 pm#108397
ידען האט געשריבן:וועלעכע ביכער קעמען יא לייענען אויף די אינטערנעט?

חיים גראדע נישט. אבער ווער איז יא אינטערעסאנט?

זכרונות פון די שטאט קאמעניץ פון יחזקאל קאטיק, עס איז גאר גאר אינטערעסאנט, געשריבן אין א געשמאקע שפראך, שלום עליכם איז ארויס פון התפעלות פון חלק א'.

חלק א'

חלק ב'

חלק א' איבערגעזעצט אויף לשון קודש.
זונטאג אפריל 28, 2013 9:04 pm#109565
היינט פעלט אויך נישט פון די נארישע סעקטעס וואס פראבירן אפלייקענען און שפעטן פון כל הקדוש. איינער רופט זיך מיטן שלייער תורה א צווייטער מיטן שלייער חכמה א דריטער מיטן שלייער מאמין בהשם סטרייט.. איינער שטריימל איינער פיאות איינער פיפיק, די עיקר עסן טשולענט און בלאזן אויף אלע ערליכע מיטן רויעך און שטינק.
דינסטאג אפריל 14, 2015 1:00 am#265835
דאכצעך מ'האט פארפעלט צו דערמאנען דער עיקר.

ס'איז טאקע געווען נאוועלן און זיסע מעשה'לעך פארפאסט דורך משכילים. די באקאנטע זענען: שלום עליכם [זיין ריכטיגע נאמען: שלום פסח ראבינאוויטש], מענדלע מוכר ספרים [זיין ריכטיגע נאמען: שלום יעקב אבראמאוויטש], שלום אש, יודא לייב פרץ, ועוד. און אזוי אויך - און אין א געוויסע הינזיכט אסאך שטערקער - נאוועלן געשריבן אויף לשון הקודש, בעיקר דורך שאול טשערניחובסקי, יל"ג, און זאגאר דער גאר בארימטער שרייבער פון רוסלאנד אברהם מאפו, וואס זיינע כתבים ומליצות זענען פאראייביגטע מייסטער ווערק.

אבער ספרי השכלה האבן געווענדליך געמיינט סאך טיפערס פון דעם. אנגעהויבן דורך די צייטונגען א שטייגער ווי המאסף, ביכורי העתים, ביכורי השנה, כרם חמד, הצפירה, המגיד, המליץ, הכרמל, השילוח, און נאך. וואו שרייבערס און דענקערס, מדקדקים און היסטאריקער, לצים און ראדיקאלן, האבן געטראפן א פונדק אחד ארויסצוברענגען אלע זייערע געדאנקען און חידושים, וואס זענען בדרך כלל נישט געווען אין איינקלאנג מיטן מסורה, אדער גאר האבן זיי געהאקט שטיקער אויפן מסורה [געוואנדן לויטן צייטונג, און אין וועלכן תקופה].

ווי אויך זענען געווען די היסטאריקער, א שטייגער ווי צבי גרעץ מיטן דברי ימי ישראל, אייזיק הירש ווייס פון וויען מיטן דור דור ודורשיו, שמעון דובנוב מיטן דברי ימי עם עולם, און נאך, וואס האבן פארשריבן היסטאריע כאוות נפשם - פארשטייט זיך אראפלייגנדיג ראשונים אחרונים ואפילו חכמי התלמוד אין נישט אזא בא'טעמ'טן בליק.

דערנאך זענען געווען מחברי ספרים, א שטייגער יל"ג [יודא לייב גארדאן] וואס פלעגט טרייבן ליצנות דורך זיינע שירים און מעשיות, יוסף פרל מיט זיין מגלה טמירין האקנדיג שטיקער פון די מושג חסידות, נה"ו [נפתלי הירץ וויזל] מיט זיין דברי שלום ואמת פרובירענדיג אוועקצושטעלן א נייעם חינוך מאוומענט, יב"ל [יצחק בער לעווינסאן] מיט זיינע אויפקלערערישע חיבורים איבער חכמת התלמוד והמסתעף, אחד העם מיט זיין ציוניסטישע וויזיע, מאיר לעטטריס מיט זיין דקדוק, יו"ט ליפמן צונץ מיטן ביקורת המקרא, שי"ר [שלמה יודא ראפאפארט, איידעם ביים קצות] וואס איז א קאנטערווערסיעלע פיגור פאר זיך, יש"ר [יצחק שמואל רג'יו] מגוריציא שפייענדיג אויף גאט, שד"ל [שמואל דוד לוצאטו] מיט זיין צעמישטע אגענדע איבער אמיתת דברי הנביאים און גדולי הראשונים, ענד די ליסט קען גאו אן ענד אן.

דאס איז געווען די עיקר חורבן - דורך אויפקלערן און זאפטיגע ליצנות מכל היקר והקדוש, אדער אין בעסטן פאל מיט בלבול און צומישטקייט וואס זיי האבן אריינגעברענגט - און נישט די פשוטע מעשה ביכלעך.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 4:34 am#310096
Re: משכילים און משכילישע ביכלעך
יעקב שמואל ביק
m https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%99%D7%A7 m
ואולם בסביבות 1826 חל מהפך בעמדותיו והוא החל מתנגד לרעיונות ההשכלה ותומך בתנועת החסידות, אויבתה הגדולה. מהתכתבות שלו עם כמה מידידיו המשכילים, בעיקר שי"ר ושמשון בלוך, עולה כי כנגד השקפת המשכילים שלפיה בסדר העדיפויות יש להקדים את הערכים האוניברסליים של רציונליזם ונאורות על פני הערכים הלאומיים, סבר הוא באותו שלב כי "אהבת ישראל" קודמת ל"אהבת האדם", וכי בלתי אפשרי ליישם את רעיונות ההשכלה בתנאי התקופה, ועל כן "מכבים את הנר (=אור ההשכלה) מפני החולה שיישן (=היהודים ומצבם הקשה בפולין)".
דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 1:29 pm#310142
איך האב געליינט א ביכל אויפ'ן קאמפיוטער פון די וועבסייט steven spielberg yiddish library וואס שילדערט די לעבען אין די ישיבה פון ר' ברוך בער אין סלאבאדקא (קאמעניץ איז נאר נאכ'ן ערשטע וועלט'ס קריג). דער בחור דארט לויפט נאך ר' ברוך בער'ס טאכטער וואס האט נישט פארשטאנען פונקט זיין כוונה.
איך האב געפרעגט די אייניקלאך פון ר' ברוך בער וועלכע טאכטער איז דאס, ווארשיינדליך איז עס די פרוי פון הרב משה בערנשטיין, אבער דעמאלס איז זי געווען גאנץ יונג, ווייל ס'איז נאך פאר'ן ערשטע וועלט'ס קריג, ווען פולין און ליטא זענען נישט געווען שרוי במחלוקת.
איך האב אנגעהויבען די בוך, מיט העכסט אינטרעסאנטער ידיעות איבער די לעבען אין קראקא פאר'ן ערשטע ועלט'ס קריג, מיט טיפישער מעשה'ס וואס ברענגט ארויס ווי מ'האט דעמאלס געטראכט. נישט יעדער איינער איז געווען א טיפש אזוי ווי די לצים ווילען פארשטעלען, דאס שטעטל איד האט מער עזיסטירט אין ליטעראטור ווי למעשה, פונקט ווי היינט, דוכט זיך.
סתם אזוי איז אינטרעסאנט צו זוכען ביכער מיט די ווארט 'זכרונות' אין די טיטל. ס'איז דא העכסט אינטרעסאנטער וויסענשאפטען און בליקען דארט. איך ווייס א סאך האבען א פראבלעם צו ליינען אויפ'ן קאמפיוטער. מ'קען דרוקען די ביכער אויף createspace.com און איך האב שוין אפאר געדרוקט פאר זיך.
דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 4:27 pm#310170
Re: משכילים און משכילישע ביכלעך
ווי קען מען פארגעסען? איך האב געוואלט דערמאנען פרופ' פיש'ל שניאורסוהן. ער איז געווען א פסיכיאטער וואס שרייבט ביכער. אין חב"ד איז ער שטארק געהאסט (ער האט גוטע חברים אין דעם, שרעקט'ס זיך נישט), אבער ער באשרייבט דער מענטשהייט אין זיין 'חיים גראוויצער' עפעס מורא'דיג. ער האט דער ליובאוויטשער נטיה צו פלאפעלען, רעדען צען בלעטער אויף א זאך וואס דארף נעמען צוויי שורות.
אויך ביי יענער וועבסייט פעלט א דריטל פון די בוך. דארט אין יענער דריט'ל שילדערט ער וואלאזין און דער נצי"ב. איך האב ביי זיך קאפי"ס פון דער אידיש צייטונג ווי דער חלק איז געדרוקט געווארען אין פארזעצונג, געקראגען פון די גבאי'טע פון יענער וועבסייט. איך האב עס אויך געליינט אין עברית אמאל. אבער אויף אידיש האב איך עס נישט געליינט.
די מעשה דארט איז פון אן עובד אין חב"ד וואס האט געשטרעבט צו די גרעסטע עקסאז אין אין עוד מלבדו. זע'ענדיג אז די מוח'דיגע עבודה אין חב"ד האט איהם נישט געקענט העלפען אויסצוראטען די לעצטע שטיקל ישות, איז ער ארויס אין די וועלט זוכען א נייע גאנג אין עבודת ה'. ער וואלגערט פון טשערנאביל ביז רוזין, משכילים און גוים און דערנאך די מנגדים. ובכלהו אית בהו דופי. אפילו ווען ער האט געוואלט זינדיגען, האט זיין פרומע הארץ נישט געלאזט. ער האט איינגעזען דער 'ומפליא לעשות' מיט'ן פולסט'ן שיעור. ביי די מנגדים האט ער געזען תורה וחכמה, אבער אוועק צו געבען א יתומ'ל צום מיליטער האט מען נישט געקענט צוריקהאלטען.
אזוי איז ער צוריק געקראכען קיין ליובאוויטש מיט א נייע עניוות, וויסענדיג אז איבעראל איז דא פעלער'ס, קיינער האט נישט קיין מאנאפאל אויף אמת, און מ'טוט וואס מ'קען.
אין חב"ד איז דאס מינות וכפירה צו טראכטען א. אז חב"ד האט נישט אלע.תירוצים און ב. אז אין א צווייטע ארט געפונט זיך עפעס וואס זיי האבען נישט.
אבער אינטרעסאנט בלייבט עס, און גענצליך פרום.
דינסטאג מערץ 29, 2016 8:07 pm#326845
אן אינטרעסאנטער אפהאנדלונג אויף די משכילישע אויסגאבן און בוך שאפע וביניהם המאסף, בכורי העתים וכרם חמד.
זונטאג אפריל 15, 2018 6:18 pm#399872
כהאב יעצט גענעדיגט צום צווייטען מאל שלום עליכם׳ס (שלום נ. ראבינאוויטש) בוך ״פונעם יריד״ ווי ער באשרייבט זיין לעבן און זיינע קינדערישע יאהרן. איך האב עס געליינט מיט בערך צוואנציג יאהר צוריק. לעצטענס האב איך מחליט געוועהן אז היות כהאב היינט א אנדערע פראספעקטיוו אויף געוויסע זאכן האב איך באקומען חשק עס צו נאכאמאל צוליינען. וואס זאל איך אייך זאגן? סאיז געוועהן מתוק מדבש. איין שטיק ליצנות און געלעכטער. א לץ וואס חוזקט אפ פון אלעס און אלעמען, לאזט קיינעם נישט אויס. (גראדע נישט פון אידשקייט און ערליכקייט) ער געט א לעבעדיגע בילד פון די כאראקטאר פון די אידישע לעבנסשטייגער אין די אלטערהיים. אזעלעכע ״גראבע לשונות״. אזא מין בעל דמיון!
וויאזוי שרייבט ער נאר: ״מהאט זיך צאמגעלאכט ביזן הימל״. צוקער זיס.
זונטאג אפריל 15, 2018 7:53 pm#399875
Re: משכילים און משכילישע ביכלעך
טאמבל סאס האט געשריבן:יעקב שמואל ביק
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%99%D7%A7
ואולם בסביבות 1826 חל מהפך בעמדותיו והוא החל מתנגד לרעיונות ההשכלה ותומך בתנועת החסידות, אויבתה הגדולה. מהתכתבות שלו עם כמה מידידיו המשכילים, בעיקר שי"ר ושמשון בלוך, עולה כי כנגד השקפת המשכילים שלפיה בסדר העדיפויות יש להקדים את הערכים האוניברסליים של רציונליזם ונאורות על פני הערכים הלאומיים, סבר הוא באותו שלב כי "אהבת ישראל" קודמת ל"אהבת האדם", וכי בלתי אפשרי ליישם את רעיונות ההשכלה בתנאי התקופה, ועל כן "מכבים את הנר (=אור ההשכלה) מפני החולה שיישן (=היהודים ומצבם הקשה בפולין)".

דערמאנט אינעם וועקער - דכרניא קאלום

דרוקט אויפן לינק פון טאמבל סאס, וועט איר זען אז יותר ממה שקריתי כתוב.
פרייטאג אפריל 20, 2018 3:17 pm#400374
ווייסט אפשר איינער וואו מ'קען באקומען דאס ביכל 'ביעור טיט היון' פונעם בעל החלוץ? (אויף פאפיר, נישט קיין PDF וכדו')