Under maintenance
הויפט זייט » קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה

קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2974
מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:43 am#88064
קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
Starbucks האט געשריבן:
יאסעלע וואסער טרעגער האט געשריבן:די אויפגעקלערטע האבן געדינט און די יודישע פאליציי און די וועלט קריג.
די אויפגעקלערטע זענען געווען (על פי רוב) די קאפא׳ס און די לאגערן.

פערצופאל זענען רבנים, שיינע יידן, און זייערע נאכשלעפער, געוועהן די יושבים ראשונה סיי ביי די קאנטאניסטן און סיי ביי די קאפאוס.


יידל, קענסט עס באשטעטיגען אז די רבנים זענענן געווען די קאפאוס - יושבים ראשונה - אין לאגער?
אדער אז די רבנים זענענן געווען די וואס האבן פארכאפט די קינדער אין איבערגעבן פאר די רוסישע מיליטער?

איז דא איינער וואס קען עס באשטעטיגען אבער אפווענדען? עס איז פאר מיר נייע אינפערמאציע, און איך איך האב שוין מיט אסאך עלטערע אידן גערעדט און איך האב עס קיינמאל נישט געהערט.

עני אינפאו אבאוט דיס?
מאנטאג פעברואר 18, 2013 2:23 am#88089
נישט אלע קאפויס זענען געווען רשעים, א שטייגער מ'זאגט אז דער ברך משה מסאטמאר איז געווען א קאפוי, אבער ער איז געווען גאר איבערגעגעבן פאר יעדן. אויף אן אנדערן צדיק ווייסט מען אויך צו זאגן אז ער איז געווען א קאפוי, אבער אויף יענעם איז פאראן אז ערנסטער קלא דלא פסיק אז ער איז געווען א מערדערליכער רשע. נאכדעם וואס רבי שלמה באבובער האט זיך מיט אים משדך געווען איז טאקע געווען א טומל אין דעם חצר היתכן מ'האט געגעבן לעגיטימאציע פאר אזא איינעם.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:14 am#88114
האלבע רמזים איז ערגער ווי א טונא סענדוויטש אן לעטיס טאמעטאס פיקעלס, כאטש עס איז א סענסעטיווע סאבדשעקט ביטע שרייבן קלאר אדער אינגאנצן נישט שרייבן.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:41 am#88120
בכגון דא איז פאסיג דער מאמר החכם ווער עס פארשטייט פארשטייט און ווער עס פארשטייט נישט פארשטייט נישט.

אבער כדי גרינגער צו מאכן וועל איך אויסרעכענען אלע מחותנים פון מהר"ש מבאבוב. והבוחר יבחר.

הרב פאנעט מדעעש
הרב טויבער
הרב גאלדבערגער ממעדיער
הרב מייזעלס מסארוואש
הרב הורוויץ
הרב משה וואקסמאן
הרב משה בלום
מאנטאג פעברואר 18, 2013 11:05 am#88155
כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)
מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:14 pm#88214
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)

ביטע באווייז
מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:25 pm#88217
גאמעני מיצטארעף?!
מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:31 pm#88221
דולה, איך האב עס געבעטן אין אישי, און איך בנט עס ברבים. אדרבה, דאס קען זיין א שטארקע אייטעם
מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:45 pm#88423
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)

אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???
מאנטאג פעברואר 18, 2013 6:57 pm#88428
ביים קריג זענען געווען געמיינע יונגען וואס האבן זיך אויפגעפירט ווי מלאכים, גרויסע רבי'ס וואס האבן איינגעמאכט אין ייאוש, און קליינע קינדער וואס האבן געוויזן ריזיגע גבורת הנפש, אבער די גאנצע שמועס וואס רעדט נעגאטיוו איבער מלחמה געליטענע, און שאצט אפ זייער ראלע אלס קאפויס איז עקלדיג. מיר געשוואלענע, געצערטלטע קינדער, על סיר הבשר זענען דן אוישוויץ אידן וואס האבן געליטן אין א שעה מער וויפיל מיר האבן געליטן משעת הזרעה עד שעת גסיסה? של נעליך מעל רגליך, ווייל די טרעסט אויף נפשות וואס די וועסט קיינמאל נישט קענען דן זיין
מאנטאג פעברואר 18, 2013 7:02 pm#88431
ווען מ'איז דן לאמיתה של היסטאריע איז נישט שייך צו זאגן אז עס איז עקלדיג אדער שיין.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:43 pm#88477
קופערניקוס האט געשריבן:ביים קריג זענען געווען געמיינע יונגען וואס האבן זיך אויפגעפירט ווי מלאכים, גרויסע רבי'ס וואס האבן איינגעמאכט אין ייאוש, און קליינע קינדער וואס האבן געוויזן ריזיגע גבורת הנפש, אבער די גאנצע שמועס וואס רעדט נעגאטיוו איבער מלחמה געליטענע, און שאצט אפ זייער ראלע אלס קאפויס איז עקלדיג. מיר געשוואלענע, געצערטלטע קינדער, על סיר הבשר זענען דן אוישוויץ אידן וואס האבן געליטן אין א שעה מער וויפיל מיר האבן געליטן משעת הזרעה עד שעת גסיסה? של נעליך מעל רגליך, ווייל די טרעסט אויף נפשות וואס די וועסט קיינמאל נישט קענען דן זיין

איך האב דיר געגעבן א לייק.
יעצט וויל איך דיך פרעגן: האלטסטו אז בשעת'ן קריג איז נישטא קיינע מאראלישע פליכטן? זענען נישט געווען געליטענע אידן וועלכע זענען דארכגעפאלן?
ריכטיג, מיר דארפן זיי 'קאטן סאם סלעק' פאר זייערע ליידן און פארשטיין די סיטואציע, אבער דאך עט די ענד אוף די דעי איז דא רייט און ראנג, נישט אזוי?
פארשטיי מיך גוט, איך רעד נישט פון אויסנאמס פעלער ווען א ביקס איז געשטעלט געווארן צו איינעמס קאפ. איך רעד פון אויפפירונג פון מענטשן פאר לענגערע זמנים אדער פון רעאקציעס צו פארשידנע קריזיסן וועלכע זענען אויפגעקומען במשך די קריגס יארן אין די געטאס און לאגערן, און די וועלדער און אויפן באן הויף. יא, דאמאלטס האט זיך ארויסגעזעהן ווער עס האט א פאזיטיווען כאראקטער, און ווער עס איז סעלפיש און האט נישט קיין וועליוס.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:45 pm#88479
כ'וועל אין די נאהנטע טעג נעמען דער מיה, אין דאס אהער שטעלן.
מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:47 pm#88480
כי מחכים אנחנו להחכים באוצרך
מאנטאג פעברואר 18, 2013 8:53 pm#88483
הירשל ציג האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)

אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???


אין אז דער ברך משה מיטן קלויזענבורגער זענען זיך נישט אויס געקומען פארשטייסטו יא? מילא סאטמער רבי האט געפירט מיט א מערכה, אבער ווי קומט דא אהער די קלויזענבורגער. ווי נאהנט איז ברך משה געוועהן מיט דער טארטיקוב'ער רב, מאכט אביסל היים ארבעט, ועוד רבות כהנה. כ'האב דאס אנגעכאפט אלס א משל, צוליב דאס איז אויך געוועהן מיט פיפציג יאר צוריק., כ'קען דיר מאכען א רשימה קדישא פון נאך אזעלעכע ביישפילען.

אבער דאס איז נישט פאר דעם אשכול, עפען א באזונדערע אשכול איבער דעם חלק פון אידישע היסטוריה, עט מען קענען שמועסן מער בהרחבה.

וועלכע אדמורים רבנים סתם עמך אידען ווייסטו וואס זענען געוועהן א קאפוי?
מאנטאג פעברואר 18, 2013 9:02 pm#88489
אויף די אלע וועלכע האבן געפייניגט דעם ברך משה ניצענדיג דעם רבין זי״ע אלס א שטעקן, איז דא א מורא׳דיגע ווארט פונעם וואוידעסלאווע רב זי״ע.
עס שטייט אז ווען יהושע בן נון איז געווארן רבי, האט זיך דער עולם אפגערעדט אז פני משה כפני החמה, ופני יהושע כפני הלבנה, וזקנים שבדור היו אומרים או לאותה בושה ואוי כלימה. פרעגט דער וואוידעסלאווע רב, וואס האבן די זקנים דא געמיינט צו זאגן? זאגטנער זייער שיין; די זקנים האבן נאך געדענקט ווי אלע וואס זאגן יעצט פני משה כפני החמה, האבן אויסגעטיילט א ציפקע צרות פאר משה רבינו בחיים חייתו, אזוי ווי ער האט אליינס געזאגט עוד מעט וסקילנו.

נאר ווען משה רבינו איז נפטר געווארן זענען פלוצלינג געווארן גרויסע חסידים כדאי צו טשפענען יהושע בן נון, דעריבער האבן די זקנים געזאגט אוי לאותה בושה אז מ׳נוצט משה רבינו פאר א שטעקן אדורך זיינע שונאים ומבקשי רעתו.

האט ער געזאגט די זעלבע אויפן ברך משה. ודפח״ח.
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:24 pm#88756
די פאוינט איז זייער גוט, אבער - במחולת כבוד וואוידעסלאווער רב - דער משל איז בכלל נישט דומה לנמשל. עניבאדי וואס איז נאר א טראפ באהאווענט מיט די סאטמערע היסטאריע פאר די לעצטע 30/35 יאהר ווייסט איז די אלע קעגנער פונעם ברך משה זענען געווען גאר-פארברענטע סאטמערע חסידים - און רובם אפילו מקורבים.
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:27 pm#88757
באקסקאווער, מקורבים צום רעביצין מרת אלטע פייגא ע״ה ודו״ק. אבער צו דעם דארף מען זיך אויסקענען פופציג יאר אין סאטמאר...
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:41 pm#88761
וועלעכער מקורב ביים רעביצין איז נישט געווען מקורב ביי דעם רבין?
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:42 pm#88764
די מחלוקה האט זיך ווייט נישט אנגעפאנגען אין יאר תש"מ, נאך אסאך פארן קריג נאך לכל יודע אביסל קורות ודברי הימים אין סיגוט-סאטמאר.
דינסטאג פעברואר 19, 2013 2:53 pm#88771
די זיידעס פון די היינטיגע בני יואל האבן געפייניגט דעם רבי'נס איידעם דער סיגוטע רב רבי זלמן לייב הי"ד. די טאטע'ס פון די היינטיגע בני יואל האבן געפייניגט דעם רבינ'ס איינציג איבערגעבליבענע טאכטער רויזעלע נאכן קריג, און די היינטיגע בני יואל האבן געפייניגט דעם ברך משה נאך בחיים חייתו פונעם רבי'ן. עס איז בבחינת כל שהוא ובנו....

איך האב געהערט פון אן עלטערע איד אז ווען דער ברך משה איז נאך געפארן צום רבי'ן אלס יונגל זייענדיג א יתום, פלעגט אים די רבי אלס קויפן מפטיר, און די בחורים אין ישיבה פלעגן אים טשעפענען אז ער קומט כדאי צו באקומען די מפטיר. איז ער איינמאל צוגעגאנגען צום פעטער און געבעטן אז ער זאל עס נישט טוהן מער, ווייל מ'טשעפעט אים זייער.

קומענדיגע מאהל ווען ער איז געווען ביים פעטער האט אים דער פעטער ווייטער געקויפט מפטיר, איז דער ברך משה צוגענגאגען צום פעטער און געפרעגט: איך האב דאך געבעטן אז נישט, איך דארף נישט אז מ'זאל מיר טשעפענען. האט אים די רבי געזאגט: מ'האט געטשעפעט דיין זיידע, מ'האט געטשעפעט דיין טאטע, מ'וועט דיר טשעפענען, און מ'וועט טשעפענען דיינע קינדער, דאס איז א טייטעלבוים, פארפאלן, זאלסטו כאטשיק האבן מפטיר אין די זייט.
דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:40 pm#90733
איז דא דער פלאץ אויך צו דערמאנען די אידישע ארדענונגס דינסט, די פאליצייאישע קראפט אין די געטא?

עמנואל רינגלבלום אין זיין ארכיוו פון געטא ווארשע, האט נישט געהאט אויף זיי צופיל שבחים, מחמת הרחק מן הכיעור, וועל איך נישט אריינגיין צופיל אין פרטים. אבער דאס יא, ער שרייבט אז עס זענען געווען פאליציאנטן, וואס האבן זיך אויפגעפירט ערגער וואו די נאציס, אוקראינער אדער פאלאקן.
מוצ"ש מערץ 02, 2013 9:36 pm#91850
הירשל ציג האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:כ'האב אין באזיץ א פאשקעוויל וואס דער נירבאטור רב זצ"ל האט ארויס געשיקט קורץ נאכדעם וואס דער ברך משה האט געעפענט זיין בית מדרש אין בארא פארק, זעהט אויס אז ער האט מורה געהאט דאס דער ברך משה וועט איהם צונעמען א חלק פון זיין מנין, בתוך דבריו דערמאנט ער דאס דער ברך משה איז געוועהן א קאפוי, (ער דערמאנט עס נישט לשבח...)

אזא פאשקעוויל קעגן זיין אייגענעם שוואגער???


דא איז א העתק פון דעם פאשקעוויל וואס דער ניר-בארטער רב האט געשריבען אנטקעגן דער ברך משה:

הסיגעטער מבלה זמנו בדין תורות ולא ישבע כסף אלא לוקח שוחד ממוכרי בשר,
וכן רצה לסייע בארגון קארטעל של מוכרי חלב ישראל...
ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,
לא נשכח עוד איך שירד לחיי זקן הרבנים האב"ד דזענטא ז"ל
מנהגו זה חוזר וניעור במה שהוא קבע משכנו סמוך לרבנים אחרים,
והקאפא הזה בא לגבולנו לחלק שיריים ולקבל קוויטלאך.

עכ"ל

כ'האב אויסגעלאזט עטליכע שורות על פי עצת ידידי שליט"א
נ.א. תיבת הדגושים ממני
מוצ"ש מערץ 02, 2013 10:28 pm#91865
עס געפעלט מיר די שורה

ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,



א חוצפה דאס, גייט אליין קויפען הייזער.
מוצ"ש מערץ 02, 2013 10:31 pm#91866
בנוגע די קאפאוס,

מען קען טאקע נישט דן זיין די קאפאוס, אבער מען קען נישט זאגען זכור אותו איש לטוב.

נאך די מלחמה אין דער די פי קעמפס, ווען איינער האט דערקאנט א קאפוי, האר ער הויך געשריגען קאפוי, און מענטשען זענען זיך צוזאמען געלאפען, און מען האט יענעם אריין געקאפעט ביז ער איז געשטארבען.

קיין סך קאפאוס זענען פארדעם נישט איבערגעבליבען.

איין קאפוי איז געוועהן נאך א איד אין בארא פארק, וואס פין זיין לאגער איז כמעט נישט לעבען געבליבען קיין אידען, נאר איינער וואס פלעגט זאגען ער איז קאפוי, און ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער כל ימי חייו.
זונטאג מערץ 19, 2017 5:23 am#366001
אישתישבי: כ'האב שטארק מורא אז דער קאמפלימענט וואס דו האסט מיר געגעבן גייט ארויף אויף דיר. איינער וועלכער מישט אויס צווישן קאפאוס און אידישע פאליציי אין די געטאס איז נישט קיין היסטאריקער. ס'איז פונקט אזוי ווי להב' אויסמישן ארונים מיט זאלונים. נישט צו פארגלייכן. (נו, דאמאלס פארוואס פארגלייכסטו עס יא...?! כדי לסבר/לשבר את האוזן. אוזן זו ששמעה בהר סיני...!) אמת. ביידע זענען געווען רשעים. אבער זייערע נעמען און פונקציעס זענען געווען אינגאנצן אנדערש. און אין אנדערע צייטן . און פלעצער...!
זונטאג מערץ 19, 2017 5:27 am#366003
אישתישבי האט געשריבן:אבער אין דער געווענליכער שפראך היינט צו טאגס רופט מען אלע ביידע קאפאס.

זיי האבען געטוהן מער רשעות ווי נאר כאפען אידען און נעמען צו דער באשטימטער ארט.

זיי האבען גע'מסר'ט אידען ווי זיי האבען געקענט, אויף וואס זיי האבען געקענט. פאלשע פאפירן, עסען, געלט, פלענער צו אנטלויפן וכו'.

אינטרעסאנט אז די פוילישע גוים זאגען אלץ אז פוילישער גוים זענען נישט געווען אנטיסעמיטיש קעגען אידען, אוודאי איז געוועהן פוילישער גוים רשעים, זאגען זיי, אבער פונקט אזוי איז געוועהן אידישער רשעים, און עס איז געוועהן פוילישער גוים, וואס האבען זיך מוסר נפש געוועהן צו ראטעווען אידען אויך.

אישתישבי: פוילישע גויים עפ"י רוב זענען געווען אנטיסעמיטיש. און האבן געמסר'ט אידן פאר א קילא צוקער אדער א ליטער נאפט וואס די געסטאפא האבן צוגעזאגט פאר ברענגען אידן. זיכער, ס'געווען אויך גאר א קליינע צאל פון פוילישע גויים וועלכע האבן באמת געראטעוועט אידן מיט מסירת נפש. ווייל ווען די נאציס האבן זיי געכאפט האט מען זיי געשאסן. און אויך זייערע משפחות האבן זיי געלייגט אין קאנצענטראציע לאגערן...!
זונטאג מערץ 19, 2017 8:45 pm#366060
כלומר,
רוב פוילישע גוים האבען געהאט א געלעגענהייט עס צו טוהן, לדבריך, כ'בין נאך נישט זיכער אז רוב פוילישער גוים זענען געוועהן מוסרים. משא"כ רוב אידען האבען נישט געהאט קיין געלעגענהייט, אבער, דער מיעוט וואס האט נעבעך יא, האט זיך פונקט אזוי אויפגעפירט ווי די פוילישער גוים.
דינסטאג מערץ 13, 2018 11:00 am#397361
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
דולה ומשקה האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:
דא איז א העתק פון דעם פאשקעוויל וואס דער ניר-בארטער רב האט געשריבען אנטקעגן דער ברך משה:

הסיגעטער מבלה זמנו בדין תורות ולא ישבע כסף אלא לוקח שוחד ממוכרי בשר,
וכן רצה לסייע בארגון קארטעל של מוכרי חלב ישראל...
ועוד יותר שהוא הולך בעצמו לליציטציונים לקנות בתים ומגרשים,
לא נשכח עוד איך שירד לחיי זקן הרבנים האב"ד דזענטא ז"ל
מנהגו זה חוזר וניעור במה שהוא קבע משכנו סמוך לרבנים אחרים,
והקאפא הזה בא לגבולנו לחלק שיריים ולקבל קוויטלאך.

עכ"ל

כ'האב אויסגעלאזט עטליכע שורות על פי עצת ידידי שליט"א
נ.א. תיבת הדגושים ממני



כ'האב געטראפען אין מיינע ארכיוון נאך א פאשקעוויל, וואס א מאן דהוא האט געווארפען אויף זייער א חשובע רעבעצין, ער האט געמיינט איהר מאן, אין ציווישען זיינע ווערטער דערמאנט ער אויך דער וויכטיגע פאקט אז זי איז געוועהן א קאפאו.

סיי דער בעל הפאשקעוויל איז געוועהן זייער א חשובע בנש"ק, געטוהן שטארקע רבי'שע שידוכים, וכן דער רעבעצין.

ואי"ה וועל איך דאס מעתיק זיין.

זעהט דאס דער מציאות אז איינער איז געוועהן א 'קאפאו' נישט קיין נפק"מ ווער דאס איז געוועהן, איז עס לאחר המלחמה געוועהן א שטארקע בזיון צו ווערן אנגערופען א קאפאו.

איך זעה אז מען ברענגט דא ראיות פון פאשקעווילן, האב איך מיך דערמאנט אז עטליכע יאר צוריק איז געווען פאשקעווילן אין וויליאמסבורג קעגן א יונגערמאן פארן מעגן זיין זיין פרוי, ובתוך הדברים איז געשטאנען דארטן אז ער מאכט "איליגעל קאר סערוויס טריפס", ווייזט אויס אז אין וויליאמסבורג צו מאכן איליגעל קאר סערוויס טריפס איז אן אראפגעקוקטע זאך.
דינסטאג מערץ 13, 2018 8:51 pm#397396
אונטער חכם: איך מיין אז ווען ס'וואלט געשטאנען אין דעם פאשקוויל וועים ער טראגט דארט (אין די אילל ליעגל קאר סערוויס) וואלט עס געצויגן מער אינטערעס...!

ראה מעשה ונזכר הלכה. איך האב מיך דערמאנט פון א מעשה וואס כ'האב צוגעזעהן אין וויליאמסבורג. נאך מעריב. ווי א חשוב'ער יונגערמאן האט געסטאפט זיין קאר. און ווער..(בלשון רבים) איז אריי אין זיין קאר. (ס'איז נאך געוועהן פאר די תקופה פון מיני ווענס...!)
מיטוואך מערץ 14, 2018 1:03 am#397402
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
ר בערל איך קען נישט ליינען קיין פינטעלעך ( נישט אומזינסט הייס איך אונטער חכם) איז אפשר שייט איר אזוי גוט און זייט מסביר וואס דער "ווער בלשון רבים איז .
ייש" כ למפרע, ונא לסלוח על ההפרעה.
מיטוואך מערץ 14, 2018 1:27 am#397406
אונטער חכם: איך זעה נישט דא קיין שום פינטעלעך. אלעס שטייט ארויסגעשריבן זייער קלאר. ווען איך זאלל ארויסשרייבן נעמען, וועללן א סאך פנים'ער פון חשוב'ע אידן וועלכע זיצן אויבן אן, רויט ווערן פאר בושה...!
מיטוואך מערץ 14, 2018 7:36 am#397417
ר' בערל איר מאכט אונז א קאפ ווייטאג, אונז פארטראגן נישט.
דינסטאג אפריל 10, 2018 7:00 pm#399402
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
שבת אחים האט געשריבן:
שבת אחים: מיין טייערער געלערנטער, וועלכער ליינט שוין באלד פערציג יאר איבער דעם האליקאוסט/האלאקאוסט. און דו האסט נאך נישט באגעגנט די אידענטיטעט פון די אידישע פאליציאנטן אין ווארשעווער געטא. און אין לאדזשער געטא. דער ליטוואק פן בודאפעסט מאכט גארנישט אויף קיין מעשיות. זיי זענען ליידער געווען די גרעסטע אכזרים אויף זייערע אידישע ברודערס. מיינענדיג אז זיי וועללן זיך און זייערע משפחות קענען ראטעווען פון דעם ביטערן גורל וועלכע די פארשאלטענע נאציס, ימ"ש האבן פאר זיי אנגעגרייט. די קאפאוס זענען געווען נאר אין די ארבעטס לאגערן. נישט אין די געטאס ...!


ר׳ בערל מיין טייערע געלערנטער וואס לייענט זעקס שפראכן.
ביטע ברענג א פארלעסליכע מקור אז סאיז געוועהן דוקא ״פרייע אידן״ אטדס אזויווי ליטוואק טעהנט.

כבין זיכער אז איך בין גערעכט!
איך ליין יעצט דער יומן גיטו ווארשא פון הלל זיידמאן. קוק אויף עמ׳ 135 און ווייטער, וועסטו זע׳ען פון וועמען איז באשטאנען די אידישע פאליציאנטען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 11, 2018 12:10 am#399432
קען זיין. אלעס איז מעגליך. איך האב קיינמאל נישט געהערט אז סאיז דווקא געוועהן פרייע אידן. יישר כח איך וויל טאקע ליינען די בוך. ליידער קען איך צוויי פרומע אידן. איינער איז גאר געוועהן א פרומער וויזניצער חסיד. ער האט געוואוינט אין ב״פ ביז אפאר יאר צוריק. ער איז אוועק און ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. ער איז געוועהן א זוהן פון איינע פון די חשובסטע חסידים ביים אהבת ישראל וואס איז געוועהן א שם דבר אין גאנץ מארמארש. איינע פון זיינע זוהן פארציילט מען אויך שרעקליכע זאכן איבער אים. דער אנדערע פרומע קאפאו האט געוואוינט אין בני ברק. מיין טאטע האט מיר פארציילט אז ווען ער איז געוועהן א קינד האט אים אמאל א איד פון לאגער געטראפן אין שול אין בני ברק און ער האט מיט די הילף פון נאך אפאר אידן וואס האבן אים נאך געדענקט פון זיין רשעות אין לאגער האבן אים אנגבראכן די ביינער.

בקיצור איך קען צוויי אידן פרומע וואס זענען געוועהן רשעותדיגע קאפאס.
איבעראל איז דא גוטע און שלעכטע מענטשן. סאיז ליידער דא פרומע און פרייע אידן וואס זענען שלעכטע מענטשען. די זעלבע איז אין יעדע סאסייעטי איך האב נישט געטראפן כמעט (חוץ אפשר געוויסע בודהיסטישע שבטים) וואס מזאל קענען זאגן ״אלע״ פון זיי זענען שלעכט אדער גוט. סאיז נישט פארהאנען אזא זאך דאכצעך.
מיטוואך אפריל 11, 2018 7:41 am#399438
Re: קאפאוס ביי די צווייטע וועלט מלחמה
m https://www.amazon.com/gp/aw/d/19817720 ... webp_QL65& m
מ׳קען עס דארט באקומען

קאפוס און פאליציאנטען זענען ביסודם אנדערש. אין די לאגער, האט מען געלעבט אזא מין פאררוקטע לעבען, אז יעדער האט געקענט ווערען אן אוממענטש. זיידמאן איז אבער אין לאגער נישט געווען. ער רעדט פון די גיטו, א מציאות וואס איז בעיקר נאר געווען אין פולין. מ׳האט אלס געהאפט אויף בעסערע צייטען דעמאלס, עס זענען זאגאר פארגעקומען קולטורישע פאסירונגען אין גיטו, פוןאלע סארטען. די מומרים די אידישע פאליציאנטען זענען געגאנגען בהתנדבות צו טוהן זייער מערדערליכע ארבעט. ברם זכור אותו האיש לטוב, דער פיהרער פון דער יודענראט, אדם טשערניקאוו, וואס ווען מ׳האט געפאדערט פון איהם איבערצוגעבען אידען לרצח, האט ער גענומען זיין לעבען איידער טוהן אזא שריט.

אגב אורחא, וועל איך פארציילען א מעשה פון דער ספר זכרון אויפ׳ן שטאט סאטמאר. א איד האט געוואוינט אין ברלין. ווען די נאציס זענען געקומען צום מאכט, איז ער אנטלויפען קיין פולין. ווען די נאציס זענען דארט אנגעקומען, איז ער אנטלויפען קיין בודאפעסט. ווען די נאציס זענען געקומען קיין אונגארען, האט ער געהאלטען אז סאטמאר וועט איהם זיין בעסער, און ער איז דארט אנטלויפען. ווען די נאציס זענען ארום געגאנגען די שטאט סאטמאר אפצופיהרען די אידען צום טויט, האט מען איהם געטראפען הענגעדיג, מיט א צעטעל לעבען זיין קערפער "איך בין אנטלויפען קיין פולין, האבען די נאציס מיר נאכגעגאנגען. איך בין אנטלויפען קיין אונגארען, האבען די נאציס מיר נאכגעגאנגען. איך בין אנטלויפען קיין סאטמאר, האבען די נאציס מיר נאכגעגאנגען. איך האף אז יעצט אויך גייען זיי מיר נאכגייען". א ביטערע געלעכטער.
מיטוואך אפריל 11, 2018 10:41 am#399447
אין דער בוך פין וויזעל, ברענגט ער פין זיין שטאטסמאן וואס איז געוועהן אין פוילן בשעת די נאציס זענען אריין, און עס איז אין געלונגען צוריק צו אנטלויפן און צוריק קומען, און קיינער האט אין נישט געגלייבט אויף די מעשיות וואס גייען פאר אין פוילין. און ער איז נעבעך יצא מדעתו פין עגמת נפש.

מען האט צומאל טענות פארוואס מען האט נישט געווארענט אידן אויף דעם וואס קומט, בשעת דער ביטערער אמת איז, אז קיינער וואלט ממילא נישט געגלייבט.

והראי' דיין מעשה, איינער וואס האט יא געוויסט וואס ווארט אים, האט פארשטאנען אז דער איינציגסטער וועג ארויס איז זעלבסמארד.

איך פארשטיי אז דיין הבנה אין זיין צעטיל איז געוועהן א ווערטעל, אבער איך מיין אז דער איד האט עס נעבעך געמיינט ערענסט.