Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » חינוך » א 4'ער קאפל אדער א 6'ער

א 4'ער קאפל אדער א 6'ער

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 32 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3119
מיטוואך מערץ 06, 2013 12:47 pm#93647
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער לאחר עיון קצת, איז למעשה שטעלט זיך יעדער איינער אוועק פאר זיך וואו זיין גרין ליניע איז, און וואו זיין רויטע ליניע איז, ווער ס'איז פרומער פון מיר איז פאנאטיש, און ווער ס'איז ווייניגער פרום ווי מיר איז א באם. און ממילא לייגט זיך אויפן שכל אז זיך משוגע מאכן אויף אזא נישטיגע זאך ווי א קאפעל וואס גייט לד' רוחות העולם איז נישט אזוי סאך אנדערש ווי איינס וואס נעמט אויך אריין די למעלה ולמטה.
אבער אויב וועסטו גיין זאגן פאר א צווייטען אז אין אונזערע חדרים לאזט מען נישט קיין מיט קיין גרינע קאפלעך, אדער ארענדזשע (ארויסצוווייזן שטיצע פאר גוש קטיף) ווער ער דיר אנקוקן ווי פון קאפ געפאלן, וואס הייסט? ווי אין שולחן ערוך שטייט אז די כיסוי הראש ברויך זיין שווארץ? וועם גייט אן אויב ס'איז אן אנדערע קאליר? און דאס וועט יעדער דא פארשטיין אז דאס קען מען נישט צולאזן אין א היימישע מוסד, נא וואו שטעלסטו די ליניע? סך הכל שטעלט די מוסד די ליניע מיט צוויי אינטשעס אריינציהר ווי דיר, נא, ומה כל הרעש הזה?

דער עיקר נקודה איז אז אראנזשע און גרינע קאפלעך זענען קיינמאל נישט געווען מקובל אין אונזערע קרייזן, פיר-סלייס קאפלעך זענען געווען מקובל ביז צען יאר צוריק.
מיטוואך מערץ 06, 2013 1:22 pm#93681
בד"וו, ס'פלעגט זיין א קאפפעל וואס איז יוצא ידי שניהם, ארבע שהן שש. ס'נאך דא בנמצא?
בקרב עמך גייט מען ארבע למטה ושש למעלה, און ווען מ'טוט מה שלבו חפץ איז ונהפוך הוא, ה' מיינוס א', איז 4, די ו' אינמיטן איז 6, צו מרמז זיין אויף ביידע.
מיטוואך מערץ 06, 2013 2:31 pm#93739
מסקנא דמילתא?
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 2:27 pm#156537
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ציבעלע, דו ביסט דער נעכטיגער אריינרופער אויף הדברות ראדיא?
קיין ספק אז די מעשה איז נישט אמת.
דאס אז מוסדות לייגן א דגוש אויף דעם איז נאר צו געפעלן פאר די פרומע.

גראדע, איך גיי מיט 6'ער, כידוע.

מצד שני, יש דברים בגו, אויב עלטערן לייגן א דגוש אויף 4 חלקים דוקא, איז דאס א סימן אויף עפעס.
יעצט דיע "עפעס" איז ביי מאנכע א – און נישט קיין +.


וואס איז הדברות ראדיא?



דאס איז אן אנדערע ...
דינסטאג אקטאבער 15, 2013 4:14 pm#156577
ברעט מענינג האט געשריבן:די האסט נאכאמאל געברענגט דעם 4ער קאפעל?!
יעצט וועל איך דיר שוין נישט אהיים שיקן! יעצט גיי אריין אין קלאס און שרייב אויף א צעטעל 500 מאל איך פלוני בן פלוני גייט קיינמאל און מיין לעבן גיין נאכאמאל מיט אזא קאפל!
די אינגעל ברענגט עס צורוק, די מנהל קוקט עס אן, און זאגט די האסט געשריבען
איך גיי
איך גיי
איך גיי
איך גיי
איך גיי?
כדי עס זאל דיר זיין גרינגער צו שרייבען! הא?!
יעצט גיי נאכאמאל אריין און קלאס און שרייב 1000 מאל איך גיי נישט אנטוהן נאכאמאל אזא קאפל קיינמאל און מיין לעבן!

און נישט נאר דאס , האסט נאך געמאכט איין לאנגע ליין פאר אלע ענדע נונ'ס , הא
דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2013 11:11 am#162661
נאך א זייער נארמלע ישיבה... דאס מאהל פון מאנסי
מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 3:07 am#163567
ATUB @קאווע טרינקער ATUB , כ'פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט. קודם כל קומסטו מיר פאר ווי די חברה פון שטעטלעך ס'זאגן "אז ס'געפעלט דיר נישט, קענסטו מופן". יעדער בר דעת פארשטייט דאס איז נישט קיין לעגעטימער פארווארף. ס'גייט זיך נישט אזוי, ס'שיקט זיך נישט אזוי אין אנדערע מוסדות. צווייטנס, מ'רעדט נישט דא פון אן עכט-פריוואטען מוסדות, וואס דאן לאמיר שוין זאגן קען דיין טענה זיין מער דערהערבאר. מ'רעדט דא פון גרויסע פארצווייגטע מוסדות ווי די טאטע מאמע זיידע באבע זענען אויפגעצויגן געווארן, און די באן פארט ווייטער. א טאטע מעג האבן א רעכט צו פראטעסטירן אויף איינצעלהייטן ער שפירט ס'איז נישט אין פלאץ, אנדעם וואס דער ענטפער זאל זיין "גיי דיר פון דא".
מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 2:15 pm#437862
א דורכברוך פאר מדקדקים בהלכה! אכשר דרא!
בילד