געפילטע פיש האט געשריבן:די S4 איז נישט אוועקצומאכן, ס'איז געלונגען פאר סעמסאנג צו מאכן די פאון שמאלער, דינער, און לייכטער פונעם S3 און מיט דעם אלעם אריינשטופן א גרעסערע בעסערע סקרין, טאפעלט רע"ם מעמארי, בעסערע פראסעסער, א בעסערע ווייפיי טשיפ, א אינפרארעד בלעסטער, ועוד, און מיט דעם אלעם וועגט עס אפאר גראם ווייניגער.
@שמעקעדיג, די טענות וואס דו האסט אויף די פיעטשערס, איז קודם כל קומען זיי אלע צום S3 ביים נעקסטן אפדעיט, און שנית, טאמער האסטו זיי נישט ליב קענסטו זיי אויסלעשן.
וואס עפעס טענות? לא מיניה ולא מקצתיה. אדרבה, מהם ילמדו וכן יעשו לדורות.
כ'האב נאר געזאגט אז פאר רובא דרובא איז נישטא וואס צו ווארטן, די אלע פרטי-פרטים (פראסעסאר, מעמארי, טשיפס, א.א.וו) וועט מאכן גאר א מינדערוויכטיגן חילוק פארן טאג-טעגליכן באנוץ; און די אלע אבנארמאלע פיטשעס זענען כמעט בבחינת כל המוסיף גורע, ווי מער משוגעת'ן, אלס שווערער איז זיך אויסצוקענען דערמיט און אלס גרינגער זיך צו צוברעכן, וכמשה"כ יוסיף דעת יוסיף מכאוב.
און אפילו די בעסערע 1080p סקרין (וואס איז שוין דא צובאקומען אויף די HTC דרויד DNA) איז נישט אזויפיל בעסער ווי די איצטיגע 720p וואס א מענטשליכע אויג קען קוים זעהן די אינדיווידועלע פיקסעלס, און איך הער גאר אז אסאך עפפס עפענען זיך אויף צו קליין לכבוד דעם צו-שארפן סקרין. הה"ד "צו גוט איז אויך נישט גוט".
נאכאמאל, איך מאך עס נישט אוועק, אבער אז איינער האט א גוטע דיעל אויפן S3, זעה איך נישט פארוואס מען זאל צאלן מער פארן S4, הגם איך וואלט עס מסתמא יא געטון, ווייל איך גלייך די לעיטעסט געדזשעטס און טעכנאלאגיע, און איך גיב מיר ע"פ רוב גרינג א עצה מיט א פראבלעם, העכסטנס גוגל איך (און אין ערגסטן פאל: פרעג איך אן דא אין שטיבל), און יאלא, מ'גייט ווייטער; משא"כ רוב מענטשן וועלכע זענען נישט אויסגעקאכט מיט די היינטיגע טעקנאלעדזשי ווערן שנעל פארלוירן, און פאר זיי איז בעסער ווי מער פשוט, נישט גג על גג טעלעפאנען.
דעתי הענייה האט געשריבן:ביז דעמאלטס וועט שוין האפענטליך זיין די 5 אדער גאר די 6 (אויב מען וועט עס נאך קענען האלטן אין טאש...)
דערווייל איז די נייערע - ווי שוין דערמאנט - דינער און שמאלער ווי די פריערדיגע, טראץ דעם פארגרעסערטן סקרין. ממילא קענסטו דעם חשש ארויסנעמען פון דיין ליסטע (חוץ מזה וואס די היימישע פאבריקאנטן נייען שוין ארויף היינט גרעסערע טאשן).