Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?

איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3166
זונטאג מערץ 10, 2013 12:55 am#95075
איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?
כ'וועל מקיים זיין דעם לא הביישן למד, און אנפרעגן ביי די אדירי תורה דא פשט אין א שווער שטיקל רבי פנחס'ל קאריצער בספה"ק אמרי פנחס ליקוטים אות ס"ו וז"ל:
תירוץ על קו' [עץ חיים] למה לא ברא הקב"ה העוה"ז קודם, אמר לנו שהקב"ה עדיין בורא עולמות בלי הפסק, ואפשר שבעת ההיא יש איזה עולם שמשה רבינו נותן התורה שם לישראל וא"כ ליכא למימר למה לא נברא העולם קודם, כי נברא ונברא!
ואח"כ אמר לנו כי אני מאמין באמונה שלימה שזה אמת, ולמה לי תירוצים, ובפעם אחרת אמר לנו כמה אופנים תירוצים ע"ז ואיני זוכר. עכלה"ק.

וועל איך פרובירן יעצט צו מברר זיין מקחו של אותו צדיק, ויהי' נא עמלינו לרצון.
קיין עץ חיים האב איך נישט, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז די קשיא בערך אזוי: אז די סיבה וואס האט גורם געווען אז השי"ת זאל באשאפן דער וועלט, בשביל התורה, בשביל ישראל, להטיב לבריותיו, דירה בתחתונים, נהמא דכסופא, וכו', פארוואס איז דאס נולד געווארן פונקט 5773 יאר צוריק? פארוואס נישט א טאג פריער? א יאר פריער? א מיליאן יאר פריער? וכו', מה נשתנה שנה זו מכל השנים הקודמים. דאס איז בערך די קשיא.
און דער תירוץ: אז נברא ונברא. שוין טריליאנען יארן וואס דער באשעפער באשאפט א נייע וועלט אין יעדע סעקונדע. מיר זענען פשוט אין איינס פון אסאך, און אונזער וועלט איז דעמאלט באשאפן געווארן, מיט באלד 6 טויזנט יאר צוריק.

און נאך מער, נאך אונז האלט דער רבונו של עולם ווייטער אן מיט באשאפן וועלטן, אזוי ווייט אז ערגעץ בשעת (די) [יענע] שורות ווערן געשריבן, איז דא ערגעץ א וועלט ווי 'מ'האלט נאך ביי מתן תורה פשוט ווייל ס'איז באשאפן געווארן מיט עטליכע טויזנט יאר שפעטער. דאס איז דער שטיקל תורה לויט מיין הבנה ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.

יעצט לאמיר אנהויבן אזוי: דאס וואס ער זאגט אז ס'איז דא ערגעץ ווי מ'האלט נאך איצטערט ביי מ"ת, איז מעל כל ספק נאר געזאגט געווארן כדי לסבר את האוזן, ווייל אודאי איז נישטא קיין שום סברא שבעולם צו זאגן אז יעדע וועלט איז א גענוי קאפיע פון אונזער וועלט, און אין אלע וועלטן איז דא א משה מיט מתן תורה און א מאראנצןזאפט אין קאווע שטיבל.
דאס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל, ווייל וואס פעלט דאס אויס? איז עפעס דער מאראנצןזאפט אזוי טייער אז ס'זאל זיין פון אים אין די מיליאנען.

און בכלל קוק איך עס אן ווי א סתירה צו בחירה, ווייל אויב דין (מלשון עבדות) איך נאר עפעס א געוויסן פראטאקאל פון איינעם מאראנצןזאפט פון א וועלט פאר מיר און נאך מיר, איז ווי האב איך די חוצפא ח"ו צו צומישן די קארטן און טוען עפעס אנדערש ווי מיין פארגייער און נאכגייער, היה לא תהי' ח"ו.

איז ע"כ געדרינגען אז ער מיינט צו זאגן אז ערגעץ וואו איז דא א וועלט ווי מ'האלט נאך ביים 'יאר' וואס אין יענע יאר האט משה רבינו געגעבן די תורה, ב' תמ"ח אין אונזער פאל, אזוי ס'איז דא וועלטן וואו מ'האלט נאך אין יעדע מספר נאר שייך. דער חסיד האט דאס נישט פארשטאנען אין אבי נאכגעשריבן א משל אלס א נמשל און שוין.

דער עצם תירוץ איז גאנץ א זיסע טעאריע, אביסל 'אוט אוו די באקס' ווי מ'זאגט, ווייל אויב ס'איז דא נאך וועלטן וואס מיר ווייסן נישט, ווער ווייסט וואס נאך איז אלץ דא? אפשר איז דא נאך תורות, און נאך כלל ישראל'ס, און נאך איך וויל נישט זאגן וואס. אבער אז ס'איז א בפירוש'ער רבי פנחס'ל קאריצער, וועל איך אויף מיך ארויפצווינגען די גרעסטע מאס נאאיווקייט און תמימות שייך.

אבער די קשיא פונעם עץ חיים קלעבט מיר עפעס נישט, ווייל ווי מיר אלע חכמים און נבונים ווייסן איז זמן א בריאה פון נאכ'ן וועלט באשאף פונקט ווי אלע אנדערע בריאים אויף דער וועלט, און ס'איז נישט מיר ווי א הגבלה אין וואס דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט זיין וועלטל, און הגם מיר קענען דאס נישט פארשטיין דאך איז ביי אים דער הוה מיט'ן עתיד מיטן' עבר איינס, און די קשיא הייבט זיך נישט אן, ווייל עס איז קיינמאל נישט געווען אויפ'ן באשעפערס זייגער דער מינוט וואס ער האט באשלאסן צו באשאפן דער וועלט, ווייל ער האט בכלל נישט קיין זייגער.

און מיינטס נישט איז אז איך בין עפעס דער גרויסער חקרן אין חקירה ווי יאיר, לעיקוואוד, און אנדערע דא, אדער א סייענטיסט ווי די צווילינגען יאנקל און יידל און נאך אז איך זאל מעגן אריינרעדן אין אזא פארצווייגטע נושא ווי זמן.
האמת אגיד, מיין ספרים שאנק זעט אויס גענוי ווי א טאג נאך מיין בר מצוה, 3 סעטס בני יששכר'ס, 2 סעטס משנה ברורה'ס (כ'האב געהאט 2 רייכע פעטערס...) און צוגאב פון עטליכע חתונה מזכרת'לעך, א בנה ביתך פון התאחדות אברכים, ענד דעטס עבאוט איט. נישטא קיין כוזרי, עיקרים, רס"ג, מורה, גארנישט.
איך האב פשוט געלערנט א גלאטער שטיקל שלחן ערוך הרב, אין סימן א' גאר, וזלה"ק בסעי' ח' בסוגריים: כי עת רצון שלמעלה ויחודים עליונים שבקריאת שמע ותפילה וקדושת שבת ויום טוב הוא למעלה מגדר המקום והזמן, רק שמאיר למטה לכל מקום ומקום בזמנו הראוי לו. וזהו ג"כ הטעם ששורה קדושה עליונה בחוץ לארץ ביום טוב שני של גליות. ולכן גם בני ארץ ישראל הבאים לחוץ לארץ חייבים בקדושת היום, אף שדעתם לחזור, כמו שנתבאר בהלכות יו"ט עכלה"ק.

איך האב שוין עובר געווען אויפ'ן 'במופלא ממך אל תדרוש' און זיך אנגעטוען שטיוול אינגאנצן נישט די מאס, א ריכטיגער מסנא דרב מכרעאי. וויל איך יעצט איבערגעבן דאס ווארט פאר מייינע טייערע קאלעגען צו ממשיך זיין דעם שמועס, האפנטליך וועט דא ווערן א שטיקל געהענגעל, ותתרבה הדעת אמן.
זונטאג מערץ 10, 2013 1:33 am#95081
א שיינע טעמע וואס קריכט טאקע אריין סיי אין תורה ומחשבה און סיי אין וויסנשאפט.

צו ערשט דארף קלאר זיין אז אויב זאל גאט האבן באשאפן נאך וועלטן קען מען אפלערנען דעם לאקאל פון אט די וועלטן אויף דריי וועגן. א) אין דעם באקאנטן "דרוש אור החיים" שרייבט דער בעל "תפארת ישראל" אז בונה עולמות ומחריבן איז פארגעקומען אט דא אויף אונזער וועלטל, און די פארשידענע אור-אלטע בעלי-חיים וועלכע מ'געפינט אונטער דער ערד זענען פון פריערדיגע וועלטן. ב) די פשוט'ע הבנה פון דעם "אמרי פנחס" אז גאט באשאפט פילע וועלטן וועלכע זענען לכאורה צעזייט און צעשפרייט דורכאויס דעם אוניווערס. דער עקזיסטענץ פון נאך "וועלטן" אין דעם אוניווערס איז אנגענומען ווי א שטארקער מעגליכקייט אין דער וויסנשאפטליכער געמיינדע. ג) די "וועלטן" עקזיסטירן אינדרויסן פון דעם יוניווערס, און זענען פאקטיש אוניווערסן פאר זיך.

דיין נקודה אז אנדערע וועלטן קענען נישט זיין קיין קאפיע פון אונזער איז זייער אמת. ווייל אויב זאל נאר איין זאך אין יענער וועלט געשען אנדערש ווי אויף אונזער וועט עס גענצליך טוישן אלעס וואס פאלגט נאך נאכדעם. אפילו אויב אונזער וועלט מיט יענע וועלט וואלטן באשאפן געווארן גענוי די זעלבע, נאר אין זעקסטן טאג פון דער בריאה פאלט איין בלעטל פון א בוים אין וועלט א' אראפ פריער פון דעם זעלבן בלעטל אויף וועלט ב' וועט דאס אפעקטירן כמעט יעדע געשעעניש וואס וועט נאכפאלגן, און די גאנצע היסטאריע פון די צוויי וועלטן וועט זיין גענצליך אנדערש. (וע"ע דעטערמיניזם, קאוסאליטי)

בעצם טוט מיך דער תירוץ פון ר' פינחס'ל קאריצער דערמאנען פון דער פרוי וואס האט געזאגט אז די וועלט שטייט אויף טשערעפאכעס ביז אראפ... ווייל דער תירוץ אז עס איז געווען א וועלט פאר דעם ברענגט דאך נאר די קושיא א שטאפל פריער צו פרעגן פארוואס יענע וועלט איז דאן באשאפן געווארן.

וועגן דיין קושיא וועגן זמן - דאס זאגן אז זמן איז א בריאה וואס איז באשאפן געווארן צוזאמען מיט דער וועלט איז א טיף-פילאזאפישער רעיון וואס א שמועה רחוקה פון א תלמיד פון ר' פינחס'ל קאריצער בארעכטיגט נאך נישט זיך צו פאסמאקעווען דערמיט.
זונטאג מערץ 10, 2013 4:17 am#95119
א דאנק, מאראנצן, פאר'ן ארויפברענגען די אינטערעסאנטע אישו. פון די ווערטער פון רבי פנחס'ל זעט טאקע אויס אז זינט אייביג האלטן אין איין באשאפן ווערן נייע וועלטן מיט מענטשן פאר וועמען די תורה ווערט געגעבן עט סאם פוינט. די נקודה פונ'ם תירוץ איז אז די סיבה וואס גאט האט געהאט צו באשאפן די וועלט (נהמא דכסופא וכדו') האט אייביג עקזיסטירט, און דערפאר האט גאט אייביג באשאפן וועלטן, דהיינו, דאס פארענטפערט נאר פארוואס די נהמא דכסופא פראבלעם איז נאר אויפגעקומען אויפ'ן טיש פונ'ם בית דין של מעלה מיט זעקס טויזנט (צ"ל: פיר ביליאן) יאר צוריק, דאס פארענטפערט נישט פארוואס אונזער פארטיקיולער וועלט איז פונקט דעמאלט באשאפן געווארן. איך מיין אז דאס פארענטפערט אביסל יאנקל'ס הערה.
אויף די קשיא אליין האסטו גוט מעורר געווען, אז פאר'ן באשאף איז נישט געווען קיין "בעפאר", ווייל "צייט", אינ'ם מובן וואס מיר פארשטייען עס, איז נולד געווארן ביים ביג בענג, ממילא קענען מיר נישט פרעגן פארוואס די וועלט איז נישט באשאפן געווארן פריער. נישטערנדיג אין ספרים (צ"ל: אוצר החכמה) האב איך געטראפן אז דער ספר וצוה הכהן בן להגאון בעל סמיכת חכמים ענטפערט דאס, וז"ל:
ספר וצוה הכהן האט געשריבן:החוקרים כתבו לתרץ קישיא שהביא מהרח"ו בעץ חיים למה נברא העולס
דוקא בזמן שנברא ולא בראו הש"י קודם הרי לגבי הש"י לא שייך שינוי רצון והירצו
החוקרים שזה הדבר עצמו שיהיה עבר ועתיד והוה אשר בכלל נקרא זמן זה עצמו
נברא אבל קוום הבריאה לא היה כלל הפרש בין עבר ועתיד בין קודם ובין איחור ולא היה
זמן כלל ואף שאין השכל יכול להשיג זה והדבר מתנגד להשכל היינו אנחנו הברואים שנופלים
תחת הומן לא יכולים לצייר זה כלל אבל לגבי הש"י ב"ה שאינו נופל תחת הזמן וכן קודם
הבריאה שלא נברא הזמן אין כאן כלל קידום ואיחור עבר ועתיד שנוכל לשאול ולזמר
למה לא גברא קודם ואין שום הפרש בין זמן ארוך וקצר

אגב, עס איז צום באוואונדערן דער בטחון פון רבי פנחס'ל אז אויב עס זענען דא אנדערע וועלטן מיט ברואים האבן זיי דעם זעלבן תורה וואס מיר האבן. דער קשר צווישן exraterrastrial life און רעליגיע איז שוין פיל מאל ארויפגעברענגעט געווארן, בעיקר מיט עטליכע צענדליג יאר צוריק ווען עס איז געווען הייס אין די סייענטיפישע וועלט אז עס איז מסתבר אז עס געפינען זיך פילע מיליאנען אדער ביליאנען וועלטן וואס פראדוצירן לעבן, און דר. נארמאן לעמם האט אפגעשריבן אן ארטיקל צו מברר זיין אז אפילו אויב מיר ווערן געוואויר אז מיר זענען נישט די איינציגע ברואים וואס טוען גאט'ס רצון איז אויך נישט עק וועלט, מיט די טענה אז מיר האבן קיינמאל נישט געהאלטן אז גאט איז אנגעוואנדן דוקא אין אונז אדער אין סיי וואס. פונדעסטוועגן, איז לכאורה דא א שווערערע שאלה, אויב אידישקייט איז די איינציגסטע אוניווערסיאלע אמת, דעמאלט דארפן לכאורה אלע ברואים אין די גאנצע אוניווערס האבן די זעלבע תורה. אויב דאס איז נישט ריכטיג, מיין איך אז דאס איז אן ערנסטער טשאלענדזש פאר אלע מאנאטעאיסטישע רעליגיעס. אבער מיר האבן נאך א לאנגער וועג צו גיין ביז דארט, און האפנטליך וועט שוין משיח דא זיין און ער וועט מגלה זיין פאר די סייענטיסטן וואו מען דארף אנטדעקן די אנדערע לעבעדיגע וועלטן און צו זיי האבן יא אדער נישט אונזער תורה - אויב זיי עקזיסטירן.
זונטאג מערץ 10, 2013 10:10 am#95135
יש"כ יאיר פאר דעם אינטערעסאנטן וצוה והכהן, והפעם אודה לה' הגם שמעולם לא ראיתי ספר זה, ברוך שכונתי כמעט כלשונו הקדוש מילה במילה, לא בזכותי אלא בזכות אבותי וכו'.
זונטאג מערץ 10, 2013 10:16 am#95138
און פאר אייך יאנקל וויל זיך מיר אנטוען א ווייס קאפעלע מיט א פאמפאם און זינגען, אשרינו, אשרינו, אשרינו שיש לנו יאנקל כזה, קראו לו י, יא, יאנק, יאנקל.
וכבר שנינו: פתחו לי פתח כחדו של מחט ואני יאנקל אפתח לך פתח כפתחו של אולם.
ומשולש בכתובים: הנה ימים באים והשלכתי רעב בארץ, אוי אלע צוזאמען, לא לא רעב ללחם, לא לא לא לא צמא למים, כי אם לשמוע את דברי יאנקל.
זונטאג מערץ 10, 2013 10:34 am#95141
איך פארשטיי נישט, דער אייבישטער איז דאך בלי ראשית וואס איז שייך צו זאגן אז אפילו מיליאנען יארן צוריק האט דער אייבאשעפער באשאפען וועלטן ,מיליאנען יארן איז נאך אלס טריליאנען יארן שפעטער
מען מוז עפעס זאגן אז אייביג בלי ראשית האט ער באשאפען וועלטן
זונטאג מערץ 10, 2013 11:23 am#95152
קליגער, פארוואס קען נישט זען אז ער טוט אינפינייטלי באשאפן וועלטן?
זונטאג מערץ 10, 2013 11:36 am#95154
יאיר האט געשריבן:דער קשר צווישן exraterrastrial life און רעליגיע איז שוין פיל מאל ארויפגעברענגעט געווארן, בעיקר מיט עטליכע צענדליג יאר צוריק ווען עס איז געווען הייס אין די סייענטיפישע וועלט אז עס איז מסתבר אז עס געפינען זיך פילע מיליאנען אדער ביליאנען וועלטן וואס פראדוצירן לעבן, און דר. נארמאן לעמם האט אפגעשריבן אן ארטיקל צו מברר זיין אז אפילו אויב מיר ווערן געוואויר אז מיר זענען נישט די איינציגע ברואים וואס טוען גאט'ס רצון איז אויך נישט עק וועלט, מיט די טענה אז מיר האבן קיינמאל נישט געהאלטן אז גאט איז אנגעוואנדן דוקא אין אונז אדער אין סיי וואס.

מיינסט אוודאי לאמ'ס מאמר אין Challenge. לאם ארבעט ארום מיט דעם רמב"ם אז אפילו אויב ס'זאל נתברר ווערן אז די וועלט איז קדמון קענען מיר נאך פריש איבערטייטשן פרשת בראשית. ווי דו שרייבסט, דער רמב"ם האלט אז דער מענטש איז לאו דווקא דער שפיץ פון דער בריאה, און דעריבער איז יתכן אז עס זאלן זיין אנדערע, מער אינטעליגענטע יצורים. דאס איז אין קאנטראסט צו דער שיטה פון רבי סעדיה גאון וועלכער האט געהאלטן אז דער מענטש איז דער שפיץ בריאה.
זונטאג מערץ 10, 2013 11:43 am#95158
ווי אלט איז דער טעאריע אז דער אויבערשטער איז למעלה מן הזמן?

דער תירוץ פין וצוה הכהן האט איין לעכעל, ווייל אין הכי נמי אין דער עולם וואס האט נישט קיין זמן, וואס עבר עתיד הוה איז איינס איז טאקע נישט שווער פארוואס דער אויבערשטער האט "דעמאלס" באשאפען די וועלט, אבער דאס וואס די מקובלים זאגען "כשעלה ברצונו הפשוט" לברוא עולם וכו', איז שוין לכאורה בעולם וואס איז יא אין זמן, און דעמאלס איז אויך שייך פארוואס איז דוקא דעמאלס געוועהן עלה ברצונו הפשוט וכו'.

דער תירוץ פין ר' פנחס'ל קאריצער איז גוט לענ"ד, יאנקעלס קשיא, אז עס רוקט נאר די קושיא צוריק צו יענע וועלט, איז לכאורה נישט קיין קשיא, ווייל אייביג האט דער אויבערשטער געהאלטען אין איין באשאפען וועלטען.
זונטאג מערץ 10, 2013 2:10 pm#95210
ואני מעולם לא הבנתי את התירוץ של העץ חיים, מה בכך שהיו צמצומים וכמה השתלשליות וכו' סוף סוף הכל התחיל בזמן מסויים, וא"כ הדרה קושיה לדוכתה למה לא התחיל כל התהליך הזה מליוני שנים מקודם.
ועוד, וכי כל ההשתלשליות וכו' יש בהן שיהוי זמן כלשהו?
זונטאג מערץ 10, 2013 2:54 pm#95228
המושג הזה שאתה קורא לה "זמן" הוא גם צימצום ונברא ביחד עם העולם.
זמן איז איינער פון די 4 דיימענשענסט אויף וואס אונזער יוניווערס איז מיוסד, דריי דיימענשענס פון ספעיס און איינס פון צייט. דאס אז דיין מח קען נישט טראכטן ווי אזוי ס'זעט אויס פארן בריאה ווען צייט האט נאך נישט עגזעסטירט איז אויך א חלק דערפון.
זונטאג מערץ 10, 2013 3:01 pm#95231
@געפילטע, דו ענטפערסט מיין שאלה? סאו דו מיינסט צו זאגן אז דער עץ חיים'ס תירוץ איז טאקע דאס אז זמן איז א בריאה?
נישט משמע.
אם כדבריך וואלט ער נישט געדארפט/געקענט בויען דעם תירוץ צוליב די פיהלצאליגע צמצומים און השתלשליות פון פרצופים און עולמות. נאר דאס אליינס אז זמן איז א בריאה - וואטעווער דעט מיענס - איז געשען 5723 יאר צוריק, ענד דעטס די ענד אוו די סטארי.
זונטאג מערץ 10, 2013 6:36 pm#95312
יאנקל האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:דער קשר צווישן exraterrastrial life און רעליגיע איז שוין פיל מאל ארויפגעברענגעט געווארן, בעיקר מיט עטליכע צענדליג יאר צוריק ווען עס איז געווען הייס אין די סייענטיפישע וועלט אז עס איז מסתבר אז עס געפינען זיך פילע מיליאנען אדער ביליאנען וועלטן וואס פראדוצירן לעבן, און דר. נארמאן לעמם האט אפגעשריבן אן ארטיקל צו מברר זיין אז אפילו אויב מיר ווערן געוואויר אז מיר זענען נישט די איינציגע ברואים וואס טוען גאט'ס רצון איז אויך נישט עק וועלט, מיט די טענה אז מיר האבן קיינמאל נישט געהאלטן אז גאט איז אנגעוואנדן דוקא אין אונז אדער אין סיי וואס.

מיינסט אוודאי לאמ'ס מאמר אין Challenge. לאם ארבעט ארום מיט דעם רמב"ם אז אפילו אויב ס'זאל נתברר ווערן אז די וועלט איז קדמון קענען מיר נאך פריש איבערטייטשן פרשת בראשית. ווי דו שרייבסט, דער רמב"ם האלט אז דער מענטש איז לאו דווקא דער שפיץ פון דער בריאה, און דעריבער איז יתכן אז עס זאלן זיין אנדערע, מער אינטעליגענטע יצורים. דאס איז אין קאנטראסט צו דער שיטה פון רבי סעדיה גאון וועלכער האט געהאלטן אז דער מענטש איז דער שפיץ בריאה.

לאמם איז מודה אז לויט רב סעדיה און אלע אנדערע גדולים וואס האבן באטראכט דעם מענטש אלס מובחר היצורים וועלן מיר דאס מוזן טוישן אויב מיר וועלן געוואויר ווערן פון מער אינטעליגענטע מענטשן ווי אונז, ער זאגט נאר אז דער שינוי איז נישט קיין גרויסער, ווייל מיר האבן קיינמאל נישט געהאלטן אז גאט איז אנגעוואנדן די מערסטע אין אונז, נאר אז פאר אונזערע אויגן זענען מיר די חשוב'סטע, ממילא טוישן מיר סך הכל א מינדערוויכטיגע נקודה אין די אידישע טעאלאגיע.
איך האב נישט געליינט דעם גאנצן ארטיקל, אבער איך מיין אז פון דעם פראבלעם קענען מיר זיך אסאך גרינגער ארויסדרייען. ממה נפשך, אויב האט רב סעדיה געהאלטן מכח קבלה וכדו' אז דער מענטש איז דער העכסטער, דעמאלט וואס וועט זיך דאס טוישן ווען מיר טרעפן אנדערע ברואים, ווער זאגט אז זיי זענען חשוב'ער אין הימל ווי אונז, און אויב האט ער עס געהאלטן מסברא, וועמען גייט אן אז מען טוישט די סברא. איך מיין אז די שאלה אויב זיי האבן אונזער תורה איז פיל קריטישער. נאכמער, אויב האבן זיי אונזער תורה איז דאך דאס די גרעסטע ראיה אז די תורה איז אמת, און אויב האבן זיי נישט אונזער תורה דעמאלט קענען מיר רואיג זאגן אז מיר זענען חשוב'ער ווי זיי וויבאלד מיר האבן די תורה און נישט זיי, איז שוין נישט שווער זיין גאנצע קשיא. נאר כדרכם פון די אפאלאגעטיקס, רירט מען בלויז אן די פראבלעמען וואס מען קען גרינג פארענטפערן אן שאפן קאנטראווערסיעס.
זונטאג מערץ 10, 2013 7:02 pm#95331
היימישער ליטוואק האט געשריבן:@געפילטע, דו ענטפערסט מיין שאלה? סאו דו מיינסט צו זאגן אז דער עץ חיים'ס תירוץ איז טאקע דאס אז זמן איז א בריאה?
נישט משמע.
אם כדבריך וואלט ער נישט געדארפט/געקענט בויען דעם תירוץ צוליב די פיהלצאליגע צמצומים און השתלשליות פון פרצופים און עולמות. נאר דאס אליינס אז זמן איז א בריאה - וואטעווער דעט מיענס - איז געשען 5723 יאר צוריק, ענד דעטס די ענד אוו די סטארי.

איך האב זיך מתיחס געווען צו איחוד, נאר שמעקעדיג לאזט נישט ציטירן.
זונטאג מערץ 10, 2013 7:11 pm#95335
איך זע נישט פארוואס עסטרא טעררעסטריאל לייף און אפילו אנטעליגענט לייף זאל זיין א גרעסערע פראבלעם פאר "בשביל תורה ובשביל ישראל שנקראו ראשית" ווי עני בעל חי וואס מ'זעט\ווייסט נישט מיט וואס זיי דינען די אידן און די תורה, אדער ווייטע שטערענס וואס מיר קענען אפילו נישט זען.
מ'וועט זאגן אז זיי דינען א באהאלטענע תפקיד וואס איז פארהוילן פון אונז.
זונטאג מערץ 10, 2013 7:20 pm#95342
געפילטע, די פוינט איז נישט אז ס'איז דא נאך א בריה וואס מיר ווייסן נישט וואס איז זיין תכלית, נאר פארקערט, אז מיר וועלן טרעפן מער אינטעליגענטע מענטשן ווי אונז, און מעגליך אפילו מער מאראלישע מענטשן אדער ברואים, און דאן ווערן מיר אויס יחסנים.
זונטאג מערץ 10, 2013 7:42 pm#95353
ווער זאגט אז די תורה מוז געגעבן ווערן פאר די מערסט אינטעליגענטע פאלק\באשעפעניש?
זונטאג מערץ 10, 2013 7:45 pm#95355
געפילטע, בעצם ביסטו גערעכט. אויף יעדע קשיא קענען מיר ענטפערן נסתרים דרכי ה'. מעגליך אז ווען גאט וואלט געשריבן אין די תורה אז מיר דארפן טאנצן קדוש קדוש יעדן טאג פון צופרי ביז ביינאכט וואלטן מיר טעארעטיש עס געמוזט פאלגן און נישט געקענט פרעגן קיין קשיות אויף גאט. אבער למעשה קומט מען אמאל אן צו א גבול וואס מען פילט אז מען קען נישט גיין מיט'ן קאפ אין וואנט און עס פעלט אויס א שטיקל הסבר.
זונטאג מערץ 10, 2013 9:30 pm#95404
איך זאג נישט נסתרים דרכי ה', און נישט גיין קאפ אין וואנט, נאר איך פרעג פון ווי דו נעמסט די הנחה אז די פאלק פאר וועם מ'גיבט די תורה מוז זיין די קלוגסטע. כלל ישראל בכללותו (אינקלודינג ספרדים און אשכנזים) איז לאו דוקא די קלוגסטע פאלק, איז דאס עפעס א סתירה מיטן עם הנבחר? מלאכים קענען זיין קלוגער ווי מענטשען, אבער די אייבישטער האט דוקא געוואלט געבן די תורה פאר די נידעריגע ערדישע ברואים, איז זע כלל נישט קיין פראבלעם מיטן טרעפן מער אינטעליגענטע לייף ערגעצוואו אינעם בריאה.

קאררערט מי איף איים ראנג.
זונטאג מערץ 10, 2013 9:50 pm#95412
פארוואס דגאט האט נישט געגעבן די תורה פאר מלאכים איז טאקע שווער, און דער תירוץ דארף זיין אז זיי האבן נישט קיין יצר הרע. אבער אויב מיר טרעפן נארמאלע פארשטענדליכע ברואים פונקט ווי אונז און זיי ווייסן נישט פון קיין שום תורה צו זאגן איז דאס, אין מיינע אויגן, אן ערנסטע קשיא. ביסט וועלקאם צו זיין מחולק מיט מיר.
אגב, גראדע איז יא כלל ישראל די קלוגסטע פאלק אין פראפארציע.
זונטאג מערץ 10, 2013 10:02 pm#95418
קען זיין אז היינט זעמער די קלוגסטע אבער ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז דאס איז א perquisite, ווי אויך איז לאו דוקא אז פאר 3300 יאר צוריק זעמער געווען די קלוגסטע.
קען אויך זיין אז א באשעפעניש וואס איז מער פארגעשריטן און קלוגער ווי אונז האט טאקע נישט די זעלבע בחירה וואס מיר האבן, די נפש הבהמית, ערדישע תאות, וואס קומט נישט דוקא פון גרויס קלוגשאפט.
זונטאג מערץ 10, 2013 10:07 pm#95423
געפילטע, דו מיססד די פוינט. ס'נישט אז מען האט געמיינט ביז יעצט אז אידן זענען די קלוגסטע און פלוצלינג ווערן מיר געוואויר אז אין עפעס א פארשטופט פלאץ זענען דא א פאלק וואס האט א העכערע איי קיו. די פוינט איז אז אויב ס'איז דא א גאנצע וועלט מיט ברואים ענליך צו מענטשן, פארוואס האט דער באשעפער מונע געווען פון זיי צו געבן די תורה פאר איינס אדער מער פעלקער? אויב איז ריכטיג אלעס וואס מיר ווייסן אז די וועלט קען נישט שטיין אן תורה, און אז דער תכלית איז ביאת המשיח ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', די תורה וועט ווערן אויסגעשפרייט אויף די וועלט, וכו' וכו' און ס'איז אויך אמת אז די תורה איז נוגע פאר יעדן אין יעדע צייט אין די גאנצע וועלט און דאס איז די איינציגסטע אמת וכו' וכו', פארוואס ווייסט יענער פרעמדער וועלט גארנישט צו זאגן דערפון?
זונטאג מערץ 10, 2013 11:00 pm#95444
געפילטע פיש האט געשריבן:המושג הזה שאתה קורא לה "זמן" הוא גם צימצום ונברא ביחד עם העולם.
זמן איז איינער פון די 4 דיימענשענסט אויף וואס אונזער יוניווערס איז מיוסד, דריי דיימענשענס פון ספעיס און איינס פון צייט. דאס אז דיין מח קען נישט טראכטן ווי אזוי ס'זעט אויס פארן בריאה ווען צייט האט נאך נישט עגזעסטירט איז אויך א חלק דערפון.



סא די מיינסט צו זאגען אז זמן האט הערשט אנגעהויבען נאך די צמצום?

פין ווי נעמסטו דאס?
מאנטאג מערץ 11, 2013 1:46 am#95523
איחוד פעלד האט געשריבן:סא די מיינסט צו זאגען אז זמן האט הערשט אנגעהויבען נאך די צמצום?

פין ווי נעמסטו דאס?

דא איז א בריוו פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל ווי ער ברענגט כמה שיטות בענין הזמן.

בכלל איז דער ספר גאר אינטערעסאנט, עס איז א ליקוט מתורתו אין עניני אמונה, ידיעת ה', ידיעה ובחירה, תורה ווס. מדע, שכר ועונש, נצחיית התורה, השגחה וכדומה.
מאנטאג מערץ 11, 2013 9:58 am#95564
יאיר האט געשריבן:געפילטע, דו מיססד די פוינט. ס'נישט אז מען האט געמיינט ביז יעצט אז אידן זענען די קלוגסטע און פלוצלינג ווערן מיר געוואויר אז אין עפעס א פארשטופט פלאץ זענען דא א פאלק וואס האט א העכערע איי קיו. די פוינט איז אז אויב ס'איז דא א גאנצע וועלט מיט ברואים ענליך צו מענטשן, פארוואס האט דער באשעפער מונע געווען פון זיי צו געבן די תורה פאר איינס אדער מער פעלקער? אויב איז ריכטיג אלעס וואס מיר ווייסן אז די וועלט קען נישט שטיין אן תורה, און אז דער תכלית איז ביאת המשיח ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', די תורה וועט ווערן אויסגעשפרייט אויף די וועלט, וכו' וכו' און ס'איז אויך אמת אז די תורה איז נוגע פאר יעדן אין יעדע צייט אין די גאנצע וועלט און דאס איז די איינציגסטע אמת וכו' וכו', פארוואס ווייסט יענער פרעמדער וועלט גארנישט צו זאגן דערפון?

איך הער וואס דו זאגסט.

(מ'קען זיך טענה'ן אז אונזער תפקיד איז צו טרעפן די אנדערע וועלטן און פארשפרייטן די תורה אהין אויך..., אבער איך גיי זיך נישט טענה'ן).

איחוד פעלד האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:המושג הזה שאתה קורא לה "זמן" הוא גם צימצום ונברא ביחד עם העולם.
זמן איז איינער פון די 4 דיימענשענסט אויף וואס אונזער יוניווערס איז מיוסד, דריי דיימענשענס פון ספעיס און איינס פון צייט. דאס אז דיין מח קען נישט טראכטן ווי אזוי ס'זעט אויס פארן בריאה ווען צייט האט נאך נישט עגזעסטירט איז אויך א חלק דערפון.



סא די מיינסט צו זאגען אז זמן האט הערשט אנגעהויבען נאך די צמצום?

פין ווי נעמסטו דאס?

איך זאג אז זמן איז א בריאה פונקט ווי מקום איז. זמן איז נישט מער ווי א פועל יוצא פון די לאו'ס אוו פיזיקס, ווילסט מיר זאגן אז די לאו'ס אוו פיזיקס, עז ווי נאו איט, האט פרי-דעיטעד די יוניווערס?

דאס אז זמן איז א בריאה איז אן אלטע פיליזאפישע רעיון פון איבער טויזנעט יאר אלט, און הרב אלבערט איינשטיין האט דאס פעסטגעשטעלט מיט זיין טעריע פון טיים-ספעיס. לויט איינשטיינ'ט רעלאטיוויטי גייט צייט שטייטער נאנט צו גרויסע 'מעסס'יוו אביעקטן, און דערפאר גייט צייט שטייטער אויפן כדור העולם ווי אויפן לבנה, און ממילא קומט אויס אז אין די צייט פון סינגיולאריטי, גלייך פארן ביג בענג, איז די גאנצע יוניווערס געווען קאנדענסט, און דאס האט גענצליך אפגעשטעלט צייט. די לאו'ס אוו פיזיקס פאנקצינירן נישט אינעם סינגיולאריטי. מ'ווייסט נישט פונקטליך וואס ס'איז געווען פארדעם, אבער די געזעצן פון פיזיקס האבן לכאורה נישט פאנקצינירט די זעלבע וועג פארן בריאה.
דינסטאג מערץ 19, 2013 10:15 am#98396
אפשר איז דער אייבישטער ארומגעגאנגען צו זיי אלע און געפרעגט האבן זיי געזאגט
ניין ניין!!!
מיר האבן אן אנדער מיין
לאז די תורה און univers earth
We don't feel it's for us being deserved
דינסטאג מערץ 19, 2013 10:24 am#98397
יאיר האט געשריבן:געפילטע, דו מיססד די פוינט. ס'נישט אז מען האט געמיינט ביז יעצט אז אידן זענען די קלוגסטע און פלוצלינג ווערן מיר געוואויר אז אין עפעס א פארשטופט פלאץ זענען דא א פאלק וואס האט א העכערע איי קיו. די פוינט איז אז אויב ס'איז דא א גאנצע וועלט מיט ברואים ענליך צו מענטשן, פארוואס האט דער באשעפער מונע געווען פון זיי צו געבן די תורה פאר איינס אדער מער פעלקער? אויב איז ריכטיג אלעס וואס מיר ווייסן אז די וועלט קען נישט שטיין אן תורה, און אז דער תכלית איז ביאת המשיח ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', די תורה וועט ווערן אויסגעשפרייט אויף די וועלט, וכו' וכו' און ס'איז אויך אמת אז די תורה איז נוגע פאר יעדן אין יעדע צייט אין די גאנצע וועלט און דאס איז די איינציגסטע אמת וכו' וכו', פארוואס ווייסט יענער פרעמדער וועלט גארנישט צו זאגן דערפון?

און אז 7 ביליון גוים אויף אונזער וועלט האבן נישט דער תורה פארשטייסטו יא למאי נפק״מ און וועלעכער פלאנעט מאיז ?ווילסטו זאגן אז דא האט מען די אפציע פון זיך מגייר זיין? ו
דינסטאג מערץ 19, 2013 12:52 pm#98437
ראה ספר העקידה שהאריך.
דינסטאג מערץ 19, 2013 1:49 pm#98465
ולא מטעמיה האט געשריבן:
עתיד הקב"ה להנחיל לכל צדיק וצדיק ש"י עולמות, שטייט אין [איני זוכר כעת] אז דאס זענען פילע אומבאוואוינטע פלאנעטן וואס דאס איז דער עולם הבא וואס דערווייל עין לא ראתה אלקים זולתיך, און לימות המשיח וועלן די צדיקים געוועלטיגן אויף גאנצע פלאנעטן איטליכע באזונדער.

m http://answers.yahoo.com/question/index ... 300AA29ZCV m
?
דינסטאג מערץ 19, 2013 5:49 pm#98594
די גמרא ברענגט א מחלוקת וואס ס'טייטשט די ווערטער ביי סיסרא "ארור מירוס ארור יושביה", חד אמר כוכב, וחד אמר וכו'. ס'דא וואס זאגן, אז "מירוס" איז Mars, דהיינו כוכב - א פלאנעט, און זי האט געזאגט ארור יושביה!

דאכט זיך מיר דער פסוק זאגט "מרוז".
דינסטאג מערץ 19, 2013 6:05 pm#98605
moti107 האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:געפילטע, דו מיססד די פוינט. ס'נישט אז מען האט געמיינט ביז יעצט אז אידן זענען די קלוגסטע און פלוצלינג ווערן מיר געוואויר אז אין עפעס א פארשטופט פלאץ זענען דא א פאלק וואס האט א העכערע איי קיו. די פוינט איז אז אויב ס'איז דא א גאנצע וועלט מיט ברואים ענליך צו מענטשן, פארוואס האט דער באשעפער מונע געווען פון זיי צו געבן די תורה פאר איינס אדער מער פעלקער? אויב איז ריכטיג אלעס וואס מיר ווייסן אז די וועלט קען נישט שטיין אן תורה, און אז דער תכלית איז ביאת המשיח ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', די תורה וועט ווערן אויסגעשפרייט אויף די וועלט, וכו' וכו' און ס'איז אויך אמת אז די תורה איז נוגע פאר יעדן אין יעדע צייט אין די גאנצע וועלט און דאס איז די איינציגסטע אמת וכו' וכו', פארוואס ווייסט יענער פרעמדער וועלט גארנישט צו זאגן דערפון?

און אז 7 ביליון גוים אויף אונזער וועלט האבן נישט דער תורה פארשטייסטו יא למאי נפק״מ און וועלעכער פלאנעט מאיז ?ווילסטו זאגן אז דא האט מען די אפציע פון זיך מגייר זיין? ו

אויף דעם דארף צו זיין דער ענטפער אז לעתיד לבא וועט פארשפרייט ווערן די תורה אויף די גאנצע וועלט:
רמב"ם הל' מלכים פי"א האט געשריבן:אבל מחשבות בורא עולם--אין כוח באדם להשיגם, כי לא דרכינו דרכיו ולא מחשבותינו מחשבותיו. וכל הדברים האלו של ישוע הנוצרי, ושל זה הישמעאלי שעמד אחריו--אינן אלא ליישר דרך למלך המשיח, ולתקן את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד: שנאמר "כי אז אהפוך אל עמים, שפה ברורה, לקרוא כולם בשם ה', ולעובדו שכם אחד" (ראה צפניה ג,ט).
יב כיצד: כבר נתמלא העולם כולו מדברי המשיח, ומדברי התורה ומדברי המצוות, ופשטו דברים אלו באיים רחוקים, ובעמים רבים ערלי לב; והם נושאים ונותנים בדברים אלו, ובמצוות התורה--אלו אומרים מצוות אלו אמת היו, וכבר בטלו בזמן הזה, ולא היו נוהגות לדורות. ואלו אומרים דברים נסתרות יש בהם, ואינן כפשוטן, וכבר בא משיח, וגילה נסתריהם.
יג וכשיעמוד המלך המשיח באמת, ויצליח וירום ויינשא--מיד הם כולן חוזרין ויודעים ששקר נחלו אבותיהם, ושנביאיהם ואבותיהם הטעום.

אבער דאס אז עס ווערט כמעט נישט דערמאנט אין אונזערע מקורות אז ס'איז בכלל דא אנדערע וועלטן, און נאר די סייענטיסטן אפיקורסים וואס גלייבן אז די וועלט איז פערצן ביליאן יאר האבן אנטדעקט א נייע וועלט וואו דער משיח וועט קענען פארשפרייט זיין תורה, איז אביסל מאדנע.
אבער לאמיר זיך נישט נארן, ארטאדאקסיע האט טויזנט מאל גרעסערע טשאלענזשעס ווי דאס. מיין קשיא איז נאר געווען אויף הרב לאם, פארוואס ער באפאסט זיך נישט מיט די, פיל וויכטיגערע, קשיא.
זונטאג יולי 14, 2013 12:47 am#133205
ATUB @הוגה ATUB לכאורה איז דיין כונה געווען איבער דעם שטיקל רבי פנחס.
דיין פשט איז א חידוש, אז ער מיינט א מקום וואו די מראה פון מתן תורה קומט אקורשט אן.
דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:57 pm#134618
@מאראנצןזאפט, כ'האב נישט אריינגעלערנט קיין שום פשט אינעם אמרי פנחס, כ'האב עס נאר דערמאנט אלץ א מעגליכקייט.

בנוגע די קשיא פון די עץ חיים וואלט איך אויך פארענטפערט אזוי ווי אנדערע האבן שוין געענטפערט דא ובהוספת נופך. די באשעפער איז נישט מוגבל, נישט במקום און נישט בזמן. אפילו היינט איז ער נישט מוגבל. דאס וואס מיר זאגן אז בריאת העולם איז געווען 5773 יאר צוריק איז נאר ווייל אזוי זעהט עס אונז אויס. אבער למעשה איז בריאת העולם געווען היינט, מארגן, נעכטן און אינפינייט צייט צוריק. השתלשליות און צמצומים האבן נישט גענומען קיין יארן אדער מינוטן, ס'נישט בכלל שייך אזעלכע מושגים כלפי די בורא. דאס איז כעין וואס מיר זאגן ואלוקינו שבשמים, איז ער דען אין הימל? מיר זאגן עס נאר אזוי ווייל דאס איז אונזער שפראך, וואס מיר פארשטייען. ממילא איז נישט שייך צו פרעגן די קשיא פון פארוואס פונקט דעמאלטס.

עס איז נאר א פלא אז ער (עץ חיים) האט דען נישט געוואוסט דערפון? אלא מאי עפעס אנדערש האט אים געבאדערט.

בנוגע די תירוץ פון רבי פנחס קאריצער, איך מיין אז איר זענט צו שטארק מדייק. ער האט עס סך הכל געזאגט אלץ א טעאריע. און ער זאגט טאקע נישט וואס קומט פאר אין יענע עולמות. ס'מעגליך אז זיי זענען וויסט, אפשר זענען זיי פיל מיט עליאנס און דיינעסארס, אפשר דינען דארט די שטיינער די באשעפער, אדער אפשר זענען דארט דא נבראים וואס מיר קענען זיך בכלל נישט פארשטעלען, ואפשר שבעת ההיא יש איזה עולם שמשה רבינו נותן התורה. אלץ איז אפשר, מען קען נישט וויסן אויף זיכער.
מיטוואך פעברואר 26, 2020 2:45 pm#443422
איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?
געפילטע פיש האט געשריבן:איך זאג נישט נסתרים דרכי ה', און נישט גיין קאפ אין וואנט, נאר איך פרעג פון ווי דו נעמסט די הנחה אז די פאלק פאר וועם מ'גיבט די תורה מוז זיין די קלוגסטע. כלל ישראל בכללותו (אינקלודינג ספרדים און אשכנזים) איז לאו דוקא די קלוגסטע פאלק, איז דאס עפעס א סתירה מיטן עם הנבחר? מלאכים קענען זיין קלוגער ווי מענטשען, אבער די אייבישטער האט דוקא געוואלט געבן די תורה פאר די נידעריגע ערדישע ברואים, איז זע כלל נישט קיין פראבלעם מיטן טרעפן מער אינטעליגענטע לייף ערגעצוואו אינעם בריאה.

קאררערט מי איף איים ראנג.

געפילטע פיש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:געפילטע, דו מיססד די פוינט. ס'נישט אז מען האט געמיינט ביז יעצט אז אידן זענען די קלוגסטע און פלוצלינג ווערן מיר געוואויר אז אין עפעס א פארשטופט פלאץ זענען דא א פאלק וואס האט א העכערע איי קיו. די פוינט איז אז אויב ס'איז דא א גאנצע וועלט מיט ברואים ענליך צו מענטשן, פארוואס האט דער באשעפער מונע געווען פון זיי צו געבן די תורה פאר איינס אדער מער פעלקער? אויב איז ריכטיג אלעס וואס מיר ווייסן אז די וועלט קען נישט שטיין אן תורה, און אז דער תכלית איז ביאת המשיח ווען ס'וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה', די תורה וועט ווערן אויסגעשפרייט אויף די וועלט, וכו' וכו' און ס'איז אויך אמת אז די תורה איז נוגע פאר יעדן אין יעדע צייט אין די גאנצע וועלט און דאס איז די איינציגסטע אמת וכו' וכו', פארוואס ווייסט יענער פרעמדער וועלט גארנישט צו זאגן דערפון?

איך הער וואס דו זאגסט.

(מ'קען זיך טענה'ן אז אונזער תפקיד איז צו טרעפן די אנדערע וועלטן און פארשפרייטן די תורה אהין אויך..., אבער איך גיי זיך נישט טענה'ן).

מ׳קען אפשר זאגן נאך טיפער אין דעם מיט דר. ניק באסטראם׳ס מימרא בנוגע דאס מענטשהייט:
“Far from being the smartest possible biological species we are probably better thought of as the stupidest possible biological species capable of starting a technological civilization - a niche we filled because we got there first, not because we are in any sense optimally adapted to it.”


יעצט, עס איז מסתבר אז די זעלבע, אדער עכ״פ ענליכע, אוועראל (עוואלוציאנערישע) מעכאניזם ארבעט לגבי די היפאטעטישע ברואים אויף אנדערע וועלטן (רעדנדיג, פארשטייט זיך, בתוך אונזער אוניווערס און אונזערע געזעצן פון פיזיקס וכו׳; ATUB @יאנקל ATUB ’ס צווייטע דרך). דעמאלטס וועט לכאורה באסטראם׳ס באמערקונג אנגיין אויף זיי אויך (to some extent; למחצה לשליש ולרביע). דעריבער, קען טאקע זיין אז ביחס צו אונז זענען זיי בעסער וכו׳, אבער ביחס צו זייער וועלט זענען זיי פונקט אזוי שפל ווי אונז צו/לגבי אונזערס. איז דעריבער איינמאל אינטעלידזשענס (ובחירה) ווערט דערגרייכט (אז מ׳נעמט אן אז דאס איז די מינימום וואס דארף דערגרייכט ווערן בכלליות כדי לקבל התורה), אויף/דורך אזא סארט (עוואלוציאנערישע) פארנעם און דברי באסטראם קענען פונקט אזוי אנגיין אויף זיי, קען מען טענה׳ן אז זיי זענען נישט מער יחסנים ווי אונז כדי לקבל התורה. דאס איז הגם זיי זענען בעצם מער אינטעליגענט ווי אונז, ווייל בנוגע וביחס צו זייער וועלט זענען זיי פונקט אזוי פחותי ערך ווי אונז צו/לגבי אונזערס (הגם אונז זענען אינטעליגענט) וכנ״ל.

‏אפשר קען מען אפילו זאגן אז דאס איז געווען א בחינה/טעם פארוואס מ׳האט געגעבן די תורה פאר מענטשן ווי איידער די מלאכים - ווען מ׳רעכענט דעם בריה ביחס צו זיין ״עולם״.

דאס פארענטפערט אבער נישט ATUB @יאיר ATUB ’ס הערה/קשיא, אז פארוואס גיבט מען נישט די/א תורה צו יענע וועלט (עכ״פ) אויך? ואולי קען מען זאגן אז ס׳פעהלט נאר אויס (עכ״פ יעצט, פאר לע״ל) אז ס׳זאל זיין די תורה ערגעץ אין די פיזישע וועלט. דאס איז כעי״ז אז אויף די וועלט איז די תורה דא הגם נאר ביי א מיעוט (בעצם).

הגם, מ׳קען אויף דעם פרעגן אז ס׳איז אינו דומה. אויף די וועלט איז כאטש שייך אז די תורה זאל נתפשט ווערן צו יעדן איינעם [אינטעליגענטע ברואים] וכו׳, און אזוי ווי מ׳זאגט אויף לע״ל, משא״כ פאר די אנדערע וועלט וואס האט דאס אינגאנצן נישט. מ׳קען אפשר אויף דעם פארענטפערן (טאקע בדוחק קצת) אז אויב נעמט מען אן א מער ״ראזי״ בליק אויף די צוקונפט/דעסטיני פון דאס מענטשהייט וועט די תורה טאקע אנקומען אהין אויך ברבות הימים (ספעיס טרעוול וכו׳ וכו׳; אויב עקזיסטירן אנדערע אינטעליגענטע ברואים כמובן) (ואולי איז דאס א חלק פון דאס מושג פון ״לעתיד לבא״) וכדברי ATUB @געפילטע פיש ATUB ; הגם מ׳דארף קלערן פארוואס זיי באקומען עס ״שפעטער״ (ואולי אכן זה כבר דומה להא ד(רוב )אומות העולם קבלו ענין מאראל [התורה] מאוחר לבני ישראל, ולהא דאכן יקבלו ענין התורה לע״ל ודוק).

או יאמר אז די חלק התורה וואס דארף צושפרייט ווערן איבעראל איז די חלק המאראל, וואס צו דעם קען מען דאך בעצם צוקומען דורך ריין ראציאנאל (ועיין בהאמונות והדעות מאמר ג פ״ב). הגם, עס בלייבט נאך אלס שווער, טאקע פארוואס נאר דאס? ועוד, דער רס״ג זאגט אין זיין הקדמה, אז די תורה האט מגלה געווען די סארט ראציאנאלע מצות וכו׳ כדי מען זאל שנעלער צוקומען דערצו ווי איידער בעיון וואס דויערט צייט ע״ש (ועיין ג״כ במאמר ג פ״ג שנבואה והתורה הוצרכה לפרטי הדברים בראציאנאל ע״ש). איז אויב אזוי פארוואס האט מען זיי נישט געגעבן די מעלה? (דאס גייט גראדע נישט זיין אזוי שווער אויב זענען זיי טאקע מער אינטעליגענט ווי אונז.)

בכל אופן, אויב נעמט מען יא אן די הנחה קען מען צוריק קומען צו אונזער פריערדיגע טענה אז די אנדערע אינטעליגענטע ברואים אויף די אנדערע וועלט(ן) זענען נישט מער יחסנים כדי לקבל התורה ווי אונז הגם זיי זענען בעצם מער אינטעליגענט וכנ״ל.

‏פארשטייט זיך אז טאמער מ׳נעמט אן דעם ענין פון ״סגולה״ און וועגן דעם האבן אונז באקומען די תורה (ועיין בכוזרי מאמר א אות כז) איז אויך נישט אזוי שווער [אפשר איז דארט נישט דא די ״סגולה״].

והגם מ׳קען אויף דעם אליין פרעגן, הא גופא פארוואס האט הקב״ה נישט באשאפן דארטן אינדיווידואלן וכו׳ מיט די ״סגולה״? איז אבער די קשיא נישט אזוי שווער. ווייל לויט׳ן כוזרי איז די חילוק פון די ״סגולה״ [ביי (נביאים בפאטענשאל של) עם ישראל] נישט א חילוק אין מדריגה בתוך אינטעלידזשענס, נאר עס איז א חילוק במין ממש; אזוי ווי צווישן סתם א בע״ח און אינטעלידזשענס (ועיין לעיל שם במאמר א אות לט-מג). יעצט, פונקט אזוי ווי מ׳פארשטייט אז ס׳איז נישט קיין קשיא אויב איז דא א פלאנעט וואס האט נאר נישט אינטעליגענטע בע״ח, איז דאס לויט׳ן כוזרי אויך נישט שווער (ועיין להלן שם באות קג
(ואות קיא) ובמאמר ב אות מד). איי, פארוואס ״פונקט נאר״ ביי אונז איז דא די ״סגולה״? באנו לכלל ערך ענטראפיק פרינציפ, שבסתם נוגע לכל זה כידוע.

***

ובנוגע דאס וואס מ׳האט ערווענט לגבי הקשר בין שאר עולמות לענין למעלה מהזמן און דאס וואס דער בעל התניא האט געזאגט בנוגע דעם אז ביי ק״ש איז דא די ענין פון למעלה מהזמן, קען מען זאגן אז דאס איז די קשר בין סוף המשניות לתחלתו. דהיינו, עס איז מסיים בענין עולמות אחרים [ש״י עולמות] און עס איז מתחיל בהלכות ק״ש (של ערבית, וואס ביי אירע ברכות דעמאלטס איז מען מזכיר ״ומחליף את הזמנים״).

***

l viewtopic.php?f=19&t=299 l

***

ולגבי ענין זמן, והקב״ה שהוא למעלה ממנו, עיין כאן (ולהלן שם) ומכאן ולהלן.
מאנטאג מערץ 16, 2020 1:34 pm#443865
Re: איז אונזער וועלטל איינס פון אסאך?
ס׳איז אינטרעסאנט אנצומערקן אבער דער אור ה׳ (מאמר ד דרוש ב) דערמאנט אן ענליכע טענה צו דאס וואס מ׳האט ערווענט דא לגבי די טענה אז רצונו להטיב וכו׳ און דעריבער איז מסתבר (אלס דעם) אז ס׳דא נאך עולמות (עכ״פ וואס זאלן האבן אינטעליגענטע ברואים). ער פרעגט דאס אפ מכח דעם אז צו זאגן אז ס׳איז דא אן אינפיניט מספר פון עולמות איז מן הנמנע, עפ״י די אוממעגליכקייט אז עס זאלן זיין אן אינפיניט מספר פון גשמים ביחד (ועיין בהקדמה ב של המו״נ בריש ח״ב). וועט דאך דעריבער מוזן זיין א מספר צו די עולמות, איז אויב אזוי ׳עט מען דאך קענען פרעגן ביי די מספר וואו ס׳האט זיך אפגעשטעלט, פארוואס דוקא נאר אזויפיל? איז שוין, אלס דעם אליין, מער מסתבר צו זאגן אז ס׳איז נאר דא איין עולם להתדמות להמאציל כביכול שהוא אחד.

ער פירט אויס אז ס׳איז טאקע יתכן אז ס׳איז דא אנדערע עולמות (בערך) אזוי ווי אונזערס (און דאס איז שוין אפילו פון א דזשיאוסענטריק פערספעקטיוו) ע״ש.