Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל

ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 70 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #32
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:44 am#162
ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
הרב אברהם קורמן ז"ל איז א זעלטענער פיגור אין דעם עולם הספרים. ער האט ארויסגעגעבן ארום 20 ספרים אויף פארשידענע ענינים. געוויסע פון זיינע ספרים, הויפטזעכליך "יציאת מצרים ומתן תורה", "האבות והשבטים" און "מחשבת ישראל", זענען גע'אסר'ט געווארן דורך דעם בי"ד עדה החרדית. אויך דער צדיק און בעל מוסר ר' שלמה וולבה ז"ל האט ארויסגעגעבן א בריוו שרייבנדיג אז "די שמיעה אז איך האב געזאגט אז מען מעג לייענען די ספרים פון אברהם קורמן זענען פאלש."
אין ספר "שער יוסף" פון א מקובל פון ארץ ישראל, הרב יוסף שני שליט"א, איז פארהאן א לענגערער פרק מיט שארפער קריטיק קעגן קורמן', בעיקר זיין אפטרייסלונג פון די ד' יסודות וועלכע קורמן באטראכט ווי פרימיטיווער וויסנשאפט פון די גריכישע פילאזאפן, וואס הרב שני קען נישט דערהייבן ווייל די ד' יסודות זענען אן אינטעגראלער חלק פון קבלה.
פון זיינע ספרים דערקענט זיך זיין געוואלדיגער גאונות, און דאס איז טראצדעם וואס ער האט געארבייט כל ימיו (אזוי שרייבט ער אין דער מבוא פון זיין ספר "עקרונות בהלכה"), בנוסף צו א פענאמענאלער ידיעה אין וועלטליכער וויסנשאפט און ליטעראטור.

פאלגנד איז א ליסטע פון זיינע ספרים וועלכע איך האב אין באזיץ:
האדם וטבעו
ההלכה ועקרונותיה
מבוא לתורה שבכתב ושבע"פ
יהודי וארצו
זרמים וכתות ביהדות
אבולוציה ויהדות
האגדה ומהותה
האמונה הישראלית
מושגים במחשבת ישראל
מושגים בהלכה
התורה וכתבה
תכלת אברהם

די ספרים וועלכע זענען ביי מיר די באליבסטע זענען: האדם וטבעו, יהודי וארצו, און האגדה ומהותה.
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:52 am#165
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז הרב קורמן, וועלכער איז נפטר געווארן תשס"ד, האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. די פלא איז אז ער האט געשריבן אזא ספר ווי "האדם וטבעו" וואס איז פול מיט ענינים שבין איש לאשתו.
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 1:56 am#173
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
די ספרים פון הרב קורמן ווערען יעצט איבערגעדרוקט דורך א פלימעניק
עס זענען דא 19 ספרים פון אוהם.
איך האב און מיין באזיץ אלע.
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 8:13 am#176
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:32 pm#185
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
אפדשויש האט געשריבן:די ספרים פון הרב קורמן ווערען יעצט איבערגעדרוקט דורך א פלימעניק

איך האב מיך געשריבן מיט זיין פלימעניק עטליכע יאר צוריק, און דעמאלס האט ער געזאגט אז גייט אט אט איבערדרוקן געוויסע פון זיינע ספרים, נישט אלע. דערווייל האט ער נאך גארנישט ארויסגעבן...

שוין יארן וואס איך בין נייגעריג וויאזוי ער האט אויסגעזען. איינער האט אפשר א בילד פון אים?
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 3:38 pm#205
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
Dovidel האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט צוצולייגן אז הרב קורמן, וועלכער איז נפטר געווארן תשס"ד, האט קיינמאל נישט חתונה געהאט. די פלא איז אז ער האט געשריבן אזא ספר ווי "האדם וטבעו" וואס איז פול מיט ענינים שבין איש לאשתו.


איך האב געהערט אז בשעת דעם גרויזאמען האלאקאסט האט מען אים אפגעשניטן דעם אבר וואס טוט פארבינדן מיט א פרוי, דעריבער האט ער נישט געקענט חתונה האבן. און דאס איז אויך מכלומר'שט אן ענפער אויף פארשידענע קאנטראווערסיעלע שטעלונגען וואס ער האט אראפגעשטעלט.
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 4:34 pm#213
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
עס קען אפשר איינער מער מאריך זיין איבער דעם הרב קורמאן - וואס איז דער חידוש פון זיינע ספרים?
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 4:44 pm#217
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:עס קען אפשר איינער מער מאריך זיין איבער דעם הרב קורמאן - וואס איז דער חידוש פון זיינע ספרים?

האט דאך יידל געפאוסט א שיינעם לינק לעיל. אבער אז כ'על האבן מער צייט וועל איך אביסל שרייבן וואס שטייט דארט.
זונטאג מערץ 04, 2012 9:51 am#389
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
דער א"ג איסור איז ארויס בעיקר טאקע וועגן דעם 'האדם וטבעו' צוליב די סארט ענינים וואס ער באהאנדעלט דארט מיט א ברייטקייט

אגב אינטערסאנט, ער איז געווען פון אינדערהיים אויס א באבוב'ר חסיד,עיין m http://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D ... 7%9E%D7%9F m
זונטאג מערץ 04, 2012 12:01 pm#391
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
לויט דעם קול-קורא זעלבסט האבן זיי געהאלטן אז זיין פראבלעם איז בעניני אמונה.
זע דא א קאפיע פון דעם קול-קורא פון ספר "שער יוסף" עמ' פ"א.
זונטאג מערץ 04, 2012 8:15 pm#459
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
ביי ביגעלאייזען און סטאר האט מיר איינע פון די בעלי בתים געזאגט אז דער איסור האט געמאכט קורמן'ס ספרים א בעסט סעלער.

וויא אזוי גייט נאר דאס ווערטעל

forbidden fruit tastes sweeter
זונטאג מערץ 04, 2012 8:17 pm#460
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
"מים גנובים ימתקו"
זונטאג מערץ 04, 2012 8:32 pm#462
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:דער א"ג איסור איז ארויס בעיקר טאקע וועגן דעם 'האדם וטבעו' צוליב די סארט ענינים וואס ער באהאנדעלט דארט מיט א ברייטקייט


קען נישט זיין.
דער 'האדם וטבעו' איז ארויסגעקומען בערך שנת תשמ"ו. דער איסור פון די עדה איז ארויסגעקומען און שנת תשמ"א מיט א פינף יאהר פריער
זונטאג מערץ 04, 2012 8:38 pm#463
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
אפדשויש האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:דער א"ג איסור איז ארויס בעיקר טאקע וועגן דעם 'האדם וטבעו' צוליב די סארט ענינים וואס ער באהאנדעלט דארט מיט א ברייטקייט


קען נישט זיין.
דער 'האדם וטבעו' איז ארויסגעקומען בערך שנת תשמ"ו. דער איסור פון די עדה איז ארויסגעקומען און שנת תשמ"א מיט א פינף יאהר פריער



טעות לעולם חוזר, כ'האב נאר געשריבן עפ"י השמועה.
יישר כחכם.
דינסטאג מערץ 06, 2012 4:10 pm#685
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
איז נאך דא ערגעץ צו באקומען איינער פון זיינע ספרים? קוקט אויס אינטערעסאנט.
דינסטאג מערץ 06, 2012 4:17 pm#686
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:איז נאך דא ערגעץ צו באקומען איינער פון זיינע ספרים? קוקט אויס אינטערעסאנט.



איך האב זיי געקויפט אין 'אייכלערס' (אין בארא פארק), אבער שוין פאר א שיינע פאר יאר צוריק, פרעג זיי אדער 'ביגלאייזן'ס', אויך אין ב"פ.
זונטאג מערץ 11, 2012 7:02 pm#1114
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
קורמאנס ספרים זענען נורא נוראות, מלא וגדוש, אשרי הזוכה לעיין בהם ולדעת אותם על בריו
זונטאג מערץ 18, 2012 2:20 pm#1878
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
איך האב זיי - כמעט אלע - איינגעקויפט ביי מאזנים, עס ליגט ביי די מוסד הרב קוק אפטיילונג.
ומאז אורי עיני, וקבלתי אותו כמורי ורבי.
ובכל זאת קריג איך זיך מיט איהם דא דארט, ורשמתי הכל על הגליון.

הגישה שלו למאמרי חז"ל הם לפעמים נפלאים, אין איך מיין לטובה. מ'זעהט אז יעדע מאמר האט זיך זיין מקום וזמן. א כלל וואס מאנכע קענען נישט פארדייען. נו, זאלן זיי טרינקען מער קאווע...
זונטאג מערץ 18, 2012 10:17 pm#1960
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
מיט יאהרען צוריק פלעגט צו זיין א צאמקומען פון צייט צו צייט פון א גרופע פון קורמן'ס חסידים ביי TUVIA'S ספרים סטאר און מאנסי. מעפלעגט דיסקאסירען זיינע ספרים און זיינע פארשידענע מאמרים אויפען וועב.

TUVIA איז א הייסער חסיד זיינער.
זונטאג מערץ 18, 2012 10:29 pm#1961
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
אפדשויש האט געשריבן:
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:דער א"ג איסור איז ארויס בעיקר טאקע וועגן דעם 'האדם וטבעו' צוליב די סארט ענינים וואס ער באהאנדעלט דארט מיט א ברייטקייט


קען נישט זיין.
דער 'האדם וטבעו' איז ארויסגעקומען בערך שנת תשמ"ו. דער איסור פון די עדה איז ארויסגעקומען און שנת תשמ"א מיט א פינף יאהר פריער


איך האב געהערט פון א קרוב זיינער וואס האט געהערט פון אים אליין אז מען האט אים געאסרט ווייל ער האט גענומען א שטעלונג אין א ממזרות קיעס נאכדעם וואס מען האט אים געווארנט זיך ארויסצולאזן דערפון.
מאנטאג מערץ 19, 2012 10:37 am#1988
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
א געלעכטער האט געשריבן:מיט יאהרען צוריק פלעגט צו זיין א צאמקומען פון צייט צו צייט פון א גרופע פון קורמן'ס חסידים ביי TUVIA'S ספרים סטאר און מאנסי. מעפלעגט דיסקאסירען זיינע ספרים און זיינע פארשידענע מאמרים אויפען וועב.

TUVIA איז א הייסער חסיד זיינער.

אהה... יעצט ווערט פארענטפערס וואס די איסור כניסה אין טובי'ס איז...
אגב, ווער און ווען איז די איסור געשאפען געווארן?
מאנטאג מערץ 19, 2012 12:40 pm#2005
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
קאווע טרינקער האט געשריבן:אגב, ווער און ווען איז די איסור געשאפען געווארן?

וועלכער איסור? אויף הרב קורמאן אדער טובי׳ס? א קאפיע פון דעם איסור אויף הרב קורמאן איז פריער געפאוסט געווארן דורך דוד׳ל, און אויף טובי׳ס איז געווען אן ארגאניזירטער איסור?
מאנטאג מערץ 19, 2012 1:27 pm#2031
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
אויף טובי'ס איז אמאל ארויסגעקומען א געשריבענע איסור, ווייל ער נעמט אריין נאך ספרים אויסער דעם דאראגער רב'ס האשל ברמה הלכות אריזאנע ווייץ און מכלול יופי פון פילאפ
מאנטאג מערץ 19, 2012 5:35 pm#2068
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
און ער האט זיך אויסגעלאכט פונעם גאנצען איסור.
ער האט גענומען דער איסור, ער האט עס פארגרעסערט מיט א קאפי מאשין, און אויפגעהאנגען אויפען פענסטער לעבען טוהר פון געשעפט אזוי אז יעדער זאל עס זעהן.
מאנטאג מערץ 19, 2012 7:34 pm#2081
Re: ספרי הרב אברהם קורמן ז"ל
קופערניקוס האט געשריבן:אויף טובי'ס איז אמאל ארויסגעקומען א געשריבענע איסור, ווייל ער נעמט אריין נאך ספרים אויסער דעם דאראגער רב'ס האשל ברמה הלכות אריזאנע ווייץ און מכלול יופי פון פילאפ

:lol:
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:09 pm#31745
אונזערע לאנגע בערד פארמיאוס'ן אונדז נישט צווישן די פעלקער?
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:12 pm#31749
נאך אסאך מער. ס'איז אינדערוואכן אויכעט. ערגעץ דא אין קאווע שטיבעל בין איך שופך-שיח אויף דעם פראבעלם.
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:13 pm#31751
נו דעמאלטס ביניך זיכער אז הרב קורמאן האט זיך געשעיווט ס'בארד.
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:15 pm#31753
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב נישט דאס לשון (הפרשה לדורותיה) פאר מיר.
ער באציעט זיך אויפ'ן פסוק כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. ער טענ'הט אז די שטריימעל ברענגט דאס פארקערטע. עס פארמיאוסט אונז אין די אויגן פון אלע פעלקער.
2) ס'איז א שאלה פון "לא תוסיפו" ווען מ'איז מוסיף אזעלעכע מצות-עשה
3) פון וואו נעמט זיך די היתר צו הרג'ענען בעלי חיים על לא דבר?

אינטערסאנט אז נאר פאר אים איז נתגלה געווארן די אמת'ע פשוט אינעם פסוק "כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים", קוקט אויס אז ער איז געווען א "יחיד בדורו ממש".
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:17 pm#31756
1) ער בויעט עס אויף דברי הגאון רד"צ הופמן
2) יא, ס'איז דא א מקום לכל תלמיד לחדש
זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:18 pm#31759
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב נישט דאס לשון (הפרשה לדורותיה) פאר מיר.
ער באציעט זיך אויפ'ן פסוק כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. ער טענ'הט אז די שטריימעל ברענגט דאס פארקערטע. עס פארמיאוסט אונז אין די אויגן פון אלע פעלקער.
2) ס'איז א שאלה פון "לא תוסיפו" ווען מ'איז מוסיף אזעלעכע מצות-עשה
3) פון וואו נעמט זיך די היתר צו הרג'ענען בעלי חיים על לא דבר?

שווער צו גלייבן אז הרב קורמן ז"ל זאגט עס פשוט אזוי - ס'איז דאך נישט קיין דברים של טעם. אבער באמת, טראץ הרב קורמנ'ס גאונות, קען ער צומאל שרייבן אביסל אגרעסיוו, און קען אפשר יא שרייבן אזעלכע זאכן. ס'וואלט גוט געווען אויב דו קענסט אריינסקענען זיינע דיבורים.
זונטאג אוגוסט 05, 2012 8:13 pm#31876
איינער האט פי די עפס פון זיינע סחורה?
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 7:53 pm#58531
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב נישט דאס לשון (הפרשה לדורותיה) פאר מיר.
ער באציעט זיך אויפ'ן פסוק כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. ער טענ'הט אז די שטריימעל ברענגט דאס פארקערטע. עס פארמיאוסט אונז אין די אויגן פון אלע פעלקער.
2) ס'איז א שאלה פון "לא תוסיפו" ווען מ'איז מוסיף אזעלעכע מצות-עשה
3) פון וואו נעמט זיך די היתר צו הרג'ענען בעלי חיים על לא דבר?

כ'האף אז ער האט מערערע טענות צו אונטערשטיצן זיין מיינונג און דאס אויבערדערמאנטע טענות איז שלא להשאיר נייר חלק ווייל די טענות איז לעכערליך ביז גאר.
זונטאג נאוועמבער 04, 2012 11:04 pm#58569
יאנקל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב נישט דאס לשון (הפרשה לדורותיה) פאר מיר.
ער באציעט זיך אויפ'ן פסוק כי הוא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים. ער טענ'הט אז די שטריימעל ברענגט דאס פארקערטע. עס פארמיאוסט אונז אין די אויגן פון אלע פעלקער.
2) ס'איז א שאלה פון "לא תוסיפו" ווען מ'איז מוסיף אזעלעכע מצות-עשה
3) פון וואו נעמט זיך די היתר צו הרג'ענען בעלי חיים על לא דבר?

שווער צו גלייבן אז הרב קורמן ז"ל זאגט עס פשוט אזוי - ס'איז דאך נישט קיין דברים של טעם. אבער באמת, טראץ הרב קורמנ'ס גאונות, קען ער צומאל שרייבן אביסל אגרעסיוו, און קען אפשר יא שרייבן אזעלכע זאכן. ס'וואלט גוט געווען אויב דו קענסט אריינסקענען זיינע דיבורים.


יא, ווירקליך, קורמאן איז א גאון נפלא, א בקי שאין דוגמתו פון וועמען עס גיסט זיך ספרי ראשונים, ספרי חכמה, ספרי עכו"ם, ער ווייסט ממש אלעס יעדע שטות, ער קען אנצייכענען א פארווארפענע אומבאקאנטע ראשון, א קליינע שטיקל נוא יארק טיימס ערגעצוואו, עפעס וואס איינער האט אים אמאל געזאגט, דריי תשובות ספרים, צוויי פילאזאפיע ביכער,א אומבאקאנטע אויסדרוק פון שעיקספיר - בנשימה אחת.
אויסער זיין בקיאות איז ער א געוואלדיגער גאונישער מחדש מיט ריזיגע, באמבאסטישע רעיונות, און אייביג האט ער מעכטיגע ראיות צו זיינע זאכן, און בנוסף צו אלעס האט ער א צוקער זיסע שפראך, הומאר און שארפקייט.
אבער, נאך אלעס איז ער קוריאז, אייגארטיג, און פון יעדע שורה שרייט אז ער איז זעלבסט-עדיוקעיטעד און אן קיין מסגרת. דאס איז גורם אז אסאך מאל קען ער ווערן אבסעסירט מיט א געדאנק אדער משוגעת און ער קריכט נישט אראפ דערפון למרות חכמתו.
אויך זעהט מען קלאר אין די ספרים אז ער האט עס אליין געמאכט מן המסד עד לטפחות, און א מגיה א בעל שיעור קומה וואלט זיכער געווען א מעלה פאר זיינע חיבורים, אראפענעמענדיג אפאר פון זיינע משוגעתן.
מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 9:07 pm#58837
אפשר להוסיף בנוגע זיין אייגענארטיגקייט: ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט
בנוגע זיינע ספרים: ס'איז דא זייער אסאך טעותי דפוס
אבער ביי מיר איז דאס "חק" ווארום ס'איז בלול פון אלעם גוטן
דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:06 pm#70862
הרב אברהם קורמן ז"ל אין זיינע מיטעלע יארן.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:08 pm#71277
אה, ענדליך זע איך שוין א בילד פון רבי'ן ז"ל. איך האב אזויפיל געזוכט און גענישטערט פאר א בילד, אבער אן ערפאלג. קענט איר זיך פארשטעלן וואס דאס הייסט לערנען צוואנציג ספרים פון א מענטש אן האבן די מינדערסטע השגה ווי אזוי ער האט אויסגעקוקט?...
יישר כח הרב סופר.
מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:21 pm#71279
זר זהב האט געשריבן:נו דעמאלטס ביניך זיכער אז הרב קורמאן האט זיך געשעיווט ס'בארד.

יא, רוח הקודש התגלה בבית מדרשו של זר-זהב
זונטאג יאנואר 13, 2013 3:40 am#79378
ביי דעם ספרים סעיל פון הרב אליעזר בראדט קען מען קויפן עטליכע זעלטענע ספרים פון הרב קורמאן:

קו. אברהם קורמאן, יציאת מצרים קורמן 22$
קז. אברהם קורמאן, אבולציה יהודות 22$
קח. אברהם קורמאן, אבות ושבטים קורמן 22$
קט. אברהם קורמאן, יהודי מיהו יהודי קורמן 22$
קי. אברהם קורמאן, זמרים וכתות 22$
מוצ"ש מערץ 16, 2013 10:19 pm#97474
היות רב קורמאן איז כסדר מציין צו זיינע פארשפרייטעטע מאמרים, כדי לזכות את הרבים צייכען איך צו דא א רשימה

בירור המושג "רבינא ורב אשי סוף הוראה" - שמעתין כד, 90 (7 עמ').
תושבע"פ / מורא וכבוד אב - בשדה חמד כה, 82 (8 עמ').
סנחריב, מפלתו ושלוחים "מארץ רחוקה" - בשדה חמד כז, 83 (10 עמ').
"אל תתירא אגריפס - אחינו אתה, אחינו אתה" למשמעותה של המשנה בפרק ז' במס' סוטה - שמעתין כו, 95 (3 עמ').
תגובות והערות / סיבת השמטת דינים שונים במשנה - שמעתין כח, 105-104 (5 עמ').
הלוחות והכתב - שמעתין לד, 120 (9 עמ').
שלח תשלח את האם / הקשיים בהבנת המצוה - שמעתין לה, 132 (7 עמ').
הטעם לברכת "שהכל" על כמהין ופטריות - שמעתין כג, 86-85 (3 עמ').
משנה-תלמוד / למהותה של מגילת תענית וזיקתה לגמרא - שמעתין כה, 91 (4 עמ').
"כיום שנעשה בו העגל" ותרגומי התורה - שמעתין כה, 94-93 (5 עמ').
תורה-נ"ך / על גחונך תלך ועפר תאכל - שמעתין טז, 57-56 תשל"ט (5 עמ').
דברי עיון וחינוך / עקרונות אקולוגיים בטעמי המצוות - שמעתין יז, 59 (6 עמ').
עקרונות אקולוגיים בטעמי המצוות / חלק ב' - שמעתין יז, 60 (6 עמ').
על הכרונולוגיה של תקופת בית שני - ראה מגדים יד (6 עמ').
מספרים במקרא ובחז"ל - בשדה חמד, ל [ג'-ד'] (5 עמ').
ה"גדול תלמוד תורה יותר מהצלת נפשות"? - (4 עמ').
תורה שבע"פ וברורי הלכה / "ברוך שפטרני" - שמעתין לב, 122-121 (7 עמ').
החוק בישראל ובעמים - שמעתין כו, 98-97 (5 עמ').
החוק והמשפט העברי - שמעתין כו, 121 (5 עמ').
מחשבת ישראל / עיוני תשובה - בשדה חמד כח, תשמ"ה (17 עמ').
לא תחיה כל נשמה - שנה בשנה תשנ"ג / ספר השנה להלכה, למחשבת ישראל ולבעיות יהדות (6 עמ').
פרשת עמלק - שמעתין יד, 50. תשל"ז (21 עמ').
פרשת מי מריבה - שמעתין כח, 103 (8 עמ').
בעניין מלקות על אכילת בהמה טמאה - המעיי'ן כב,ג' (2 עמ').
תגובות / הערה להערות - המעיין כ,ד' (1 עמ').
על "ורוח לבשה את עמשי" - המעיי'ן כא,ב' (2 עמ').
משפחה יהודית וטהרתה - ניב המדרשיי'ה יד-טו (9 עמ').
כשרות הדבש ומוצריו - הטהור והמותר (11 עמ').


גענומען פון דא
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 11:37 am#99134
לעצטענס.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 2:10 pm#99155
זיין פלומעניק האט מיר די וואך געזאגט אז מ'ארבעט אויף א נייע מהדורה.
זונטאג מערץ 24, 2013 1:32 pm#99774
ס'וועפט מיט די צייט.
מאנטאג מערץ 25, 2013 10:04 am#100051
גדיאל בן הכנענית האט געשריבן:איך האב פון די לעצטע מהדורא,

איך האב זיך באצויגן צום ספר יציאת מצרים ומתן תורה. פון דעם איז נישטא קיין מהדורא.

גדיאל, דאס ליגט ביי דיר צווישען ספרי בית אנטוניא?
מיטוואך יולי 03, 2019 7:32 pm#432641
יעצט געשיקט אן אימעיל פאר מר. בראדט צי מ'קען נאך שאפן טייל פון ספרי הרב קורמאן. און ווי עס האט געשריבן אויף אים הרב מאיר מאזוז קורמן צדיק גמור.
לאמיר האפן אויף א פאזיטיוון אנטווארט, און דערנאך קענען ממשנתו שרייבן אן ארטיקל פאר ATUB @דער וועקער ATUB